פּאָליטיק

מיט אַ וואָך צוריק איז דער הויפּט־"סטאַר" פֿון דער פּאָליטישער טעאַטער־וואָך אין ישׂראל געווען אַבֿיגדור ליבערמאַן, דער מנהיג פֿון "ישׂראל ביתּנו". הײַנטיקע וואָך איז דער הויפּט־"סטאַר" געווען דער אַמעריקאַנער וויצע־פּרעזידענט דזשאָו בײַדען, וועלכער איז געקומען פֿאַרריכטן דאָס וואָס ליבערמאַן האָט, דירעקט אָדער אומדירעקט, קאַליע געמאַכט.

ער איז אויך געקומען "אײַנפֿעדעמען" די פֿאַרמיטלונגס־געשפּרעכן מיט די פּאַלעסטינער. פֿאַקטיש אָבער איז ער געקומען אָפּהאַלטן ישׂראל פֿון אַ מעגלעכער מיליטערישער אַוואַנטורע אין איראַן און העלפֿן נתניהון אַראָפּקלעטערן פֿונעם הויכן בוים, אין נוסח פֿון "האַלט מיך צו, ווײַל איך גיי אים דערהגענען"...

וואָס שײַך ליבערמאַנען, איז זײַן באַווײַזן זיך אין די הויפּט־קעפּ פֿון דער מעדיאַ נישט געווען זײַן ערשטע קאָמעדיע־פֿאָרשטעלונג. אָבער דאָס מאָל איז זײַן אויפֿטריט באַשטאַנען פֿון אַ נײַער סענסאַציאָנעלער באָמבע, וואָס האָט באַווויגן די סאַמע אָנגעזעענסטע "סטאַרס" פֿון דער געדרוקטער און עלעקטראָנישער מעדיאַ, די פּאָפּולערסטע פּובליציסטן, צו פּרובירן אַראָפּטרײַבן אים פֿון דער פּאָליטישער סצענע: — גענוג, גיי אַראָפּ פֿון דער בינע און טראָג זיך שוין אָפּ, האָבן זיי אים געעצהט. אָדער, ווי עס האָט אים פֿאָרגעלייגט נחום ברנע (לייען: באַרנעאַ), דער הויפּט־פּובליציסט פֿון "ידיעות אחרונות", הײַנט די פֿאַרשפּרייטסטע צײַטונג אין ישׂראל: "גיי, אַרבעטן בײַ דײַן טאָכטער, וואָס איז איבער נאַכט, אויף אַ מיסטעריעזן אופֿן געוואָרן אַ פֿינאַנציעלער גאָון. גיי אַהיים, אין דײַן קאָלאָניע נוקדים, צו ציילן די שעפּסן פֿון דײַנע פּאַלעסטינער שכנים. גיי, קיין מינסק, די הויפּטשטאָט פֿון דער ווײַסרוסישער דיקטאַטור, ווער אַ חוזר בתּשובֿה (אַזוי ווי דײַן טאָכטער — י.ל.), אַ חוזר בשאלה, נעם אַ שפּאַציר איבער דער וועלט, ווי אַ פֿרײַער פֿויגל, אַבי גיי" (און אונדז לאָז צורו)...

אָבער אַבֿיגדור ליבערמאַן, וועמענס אויפֿפֿירונג ווערט דאָ באַצייכנט ווי פֿון "אַ העלפֿאַנד אין אַ געשעפֿט פֿון פּאָרצעלאַן", און ער אַליין — ווי "דער כוליגאַן פֿון דעם וווין־קוואַרטל" — איז דורך איינעם פֿון די אָנגעזעענסטע פּובליציסטן אין פּרעסטיזשפֿולן "האָרץ", יוסי ווערטער, באַשריבן געוואָרן אין זײַן אַרטיקל אונטערן קאָפּ "דער פּרצוף פֿון דער מדינה". ליבערמאַן נעמט זיך אָבער מיט דעם אַלעמען נישט איבער און האָט נישט בדעה צו גיין אין עגעץ. קיינער קען אים נישט אַראָפּזעצן פֿון זײַן אַמט ווי אויסערן־מיניסטער און ער גלייבט, ווי ער האָט די וואָך דערקלערט, אַז ער וועט בלײַבן אויף זײַן אַמט ביזן יאָר 2012 — ביז צום סוף פֿון דער פֿיר־יאָריקער קאַדענץ — "און אפֿשר אויך נאָך דעם". ווײַל ער ווייסט, אַז די רעגירונג פֿון נתניהו וועט אָן אים נישט קענען בלײַבן בײַ דער מאַכט און "אויסלעבן" איר קאַדענץ, נישט געקוקט אויף די חרפּות און בושות וואָס עס האָט פֿון אים אויסצושטיין די מדינה, ווײַל ער איז, ווי דער אויסערן־מיניסטער, איר פּנים פֿאַר דער וועלט. און דער שלום — ער וואַרט שוין, זאָגט ער, 16 יאָר זינט אָסלאָ, וועלן מיר וואַרטן נאָך 16 יאָר...

און אויך — נישט געקוקט דערויף, וואָס "דער שאָדן, וועלכן דער אויסערן־מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן איז גורם דער מדינה מיט יעדן טאָג וואָס ער בלײַבט אויף זײַן אַמט, איז פֿאַר יעדן איינעם קלאָר" — אַזוי שרײַבט יוסי ווערטער אין "האָרץ" פֿון לעצטן פֿרײַטיק. יעדן טאָג, יעדע וואָך, אַ נײַע פּרשה, אַ נײַע פּראָוואָקאַציע, אַ נײַער דענערווירנדיקער ספּעקטאַקל, וואָס פֿאַרשעמט דאָס פּנים פֿון ישׂראל אין נאָמען פֿון דער "נאַציאָנאַלער גאווה". מישט זיך אין אַלץ, אַ חוץ אין דער אויסערן־פּאָליטיק — זײַן אייגנטלעכע פֿונקציע — אין וועלכער ער פֿונקציאָנירט נישט; צעקריגט מיט דער גאַנצער וועלט אין נאָמען פֿון זײַן דיפּלאָמאַטישער "גראָדליניקייט".

דאָס מאָל איז דאָס געווען מחמת דער אַנטפּלעקונג פֿון דער פּאָליציייִשער אויספֿאָרשונג, אַז דער אַמבאַסאַדאָר פֿון ישׂראל אין מינסק, ווײַסרוסלאַנד, האָט אויפֿגעדעקט פֿאַר זײַן איצטיקן "באָס", פֿאַר ליבערמאַנען, דעם אינהאַלט פֿון אַ בריוו פֿון דער ישׂראלדיקער אויספֿאָרש־פּאָליציי, וועלכן דער אַמבאַסאַדאָר האָט באַקומען מיט דער דיפּלאָמאַטישער פּאָסט, איבערצוגעבן דער פּאָליציי פֿון ווײַסרוסלאַנד, בנוגע ליבערמאַנס פֿינאַנציעלע געשעפֿטן אין יענעם לאַנד. די פּאָליציי האָט דערבײַ געמאָלדן, אַז דער מיניסטער איז פֿאַרדעכטיקט אין קאָרופּציע, אומגעזעצלעכע געלט־טראַנזאַקציעס, אין ריינוואַשן אומלעגאַלן קאַפּיטאַל, וואָס ער האָט געמאַכט אין אויסלאַנד, אין אָפּנאַרן דעם שטײַער־אַמט, פֿאַרלעצן די פֿאַרטרוילעכקייט אד״גל. די נײַע באַווײַזן האָבן צוגעגעבן צו די אַקטן נאָך אַ באַשולדיקונגס־פּאַראַגראַף, וועגן סאַבאָטירן די אויספֿאָרשונג.

די נײַע באַווײַזן דערמעגלעכן דער פּאָליציי צוצואײַלן די יורידישע פּראָצעדורן, וואָס ציִען זיך שוין איבער צען יאָר און דאָס דערלאַנגען דעם באַשולדיקונגס־אַקט. די פּראָצעדורן ווערן אָבער ווידער פֿאַרלענגערט צוליבן באַשטימען דעם נײַעם יורידישן ראָטגעבער פֿון דער מדינה, וועלכער דאַרף איצט פֿון דאָס נײַ לערנען די אַקטן מיט זייערע טויזנטער דאָקומענטן און באַווײַזן.

ליבערמאַן איז דעם זעלבן טאָג אַרויסגעטראָטן מיט ביז גאָר אַגרעסיווע באַשולדיקונגען קעגן דער פּאָליציי, קעגן אירע אַרויסטריפֿונגען און האָט געטענהט, אַז דאָס איז זי, די פּאָליציי, שולדיק אין סאַבאָטירן די יורידישע אויספֿאָרשונג אאַז״וו.

דער טומלדיקער ספּעקטאַקל פֿון דער פֿאָריקער וואָך איז נישט געווען דער ערשטער פֿון דער דראַמאַטישער סעריע ליבערמאַנישע סקאַנדאַלן זינט ער האָט אָנגעהויבן אויפֿטרעטן אויף דער פּאָליטישער בינע ווי אַ זעלבשטענדיקער מנהיג פֿון אַן אייגענער פּאַרטיי, נאָך דעם ווי ער האָט זיך גוט אויסגעלערנט די דאָזיקע מלאָכה אין נתניהוס ביזאַנטישן הויף, ווען ער איז מיט איבער צען יאָר צוריק געווען דער גענעראַל־דירעקטאָר פֿון דער פּרעמיער־קאַנצעלאַריע פֿון נתניהוס ערשטער רעגירונג. ער האָט אָבער זײַנע דיפּלאָמאַטישע מאַנירן געירשנט נישט אין אַמעריקע, אַזוי ווי זײַן דעמאָלטיקער "באָס" נתניהו, נאָר פֿון די מנהיגים פֿון זײַן פּאָסט־סאָוועטישן אָפּשטאַם־לאַנד — פֿון יעלצין, פּוטין און זשירינאָווסקי — כאָטש אַליין קומט ער אַרויס פֿון אַ ייִדיש־רעדנדיקער היים אין בעסאַראַביע; און געקומען איז ער פֿון דאָרט אין יאָר 1978, ווי אַ בחור פֿון 20 יאָר. דאָ איז ער באַלד געוואָרן אַקטיוו אין פּאָליטישן לעבן. שוין אינעם ירושלימער אוניווערסיטעט, וועלכן ער האָט פֿאַרענדיקט מיטן ערשטן טיטל אין פּאָליטישע וויסנשאַפֿטן, איז ער געוואָרן דער אָנפֿירער פֿון דעם סטודענטן־פֿאַרבאַנד פֿון "ליכּוד". די פּראַקטיק פֿון די פּאָליטישע מאַכינאַציעס האָט ער געלערנט, מיט דער הילף פֿון זײַן הויכער אינטעליגענץ, אין די אַרגאַניזאַציאָנעלע וואַרשטאַטן פֿון דער פּאַרטיי־צענטראַלע פֿון "ליכּוד", אין אירע לוסטיקע טעג פֿון די "קאָמבינעס" אין דעם באַרימטן "פּאַוויליאָן נומער 32", וווּ עס האָבן זיך אויסגעבאַקן די פֿעטע געבעקסן פֿון פּראָטעקציאָניזם און קאָרופּציע אין די סוף 1990ער יאָרן.

אָבער אַבֿיגדור ליבערמאַן האָט זיך אַלעמאָל אויסגעצייכנט נישט בלויז מיט זײַן כאַריזמאַטישער אויסטויגעוודיקייט און אינטעליגענץ, נאָר אויך מיט זײַן אייגנאַרטיקן סטיל פֿון אַגרעסיווער און מיליטאַנטישער פּאָליטיק, וואָס ער האָט שפּעטער אַרײַנגעבראַכט אין דעם פּאַרלאַמענטאַרישן לעקסיקאָן און אין דער דיפּלאָמאַטיע. ווי אַ דעפּוטאַט אין דער כּנסת זינט יוני 1999, צוערשט, אין "ליכּוד", דערנאָך אין "איחוד הלאומי", און צום סוף ווי דער מנהיג פֿון "ישׂראל ביתּנו" האָט ער גערופֿן צה"ל צו באָמבאַרדירן און פֿאַרניכטן די דאַמבע אויפֿן נילוס אין אַסואַן, און דעם עגיפּטישן פּרעזידענט מובאַראַק האָט ער "געשיקט צו אַלדי רוחות".

מיט זײַנע וווּלגאַרע ווערטלעך איז ער געוואָרן דער "סעקולערער צווילינג־ברודער פֿון הרבֿ עובדיה יוסף", דעם גײַסטיקן פֿירער פֿון דעם ספֿרדיש־פֿרומען ש"ס. זײַן פּאָפּוליסטישע וואַל־פּלאַטפֿאָרם האָט אים געבראַכט דעם גרויסן נצחון ווי די צווייט־גרעסטע פּאַרטיי מיט אירע 15 מאַנדאַטן אין די לעצטע וואַלן מיט אַ יאָר צוריק צו דער כּנסת, און ווי דעם וויכטיקסטן שותּף אין דער ראַדיקאַל־רעכטער רעגירונג פֿון בנימין נתניהו. דער דאָזיקער סטאַטוס האָט אים דערמעגלעכט אַרויסצופּרעסן פֿון נתניהו פֿאַר זײַן פּאַרטיי, חוץ דעם סאַמע וויכטיקסטן פּאָרטפֿעל פֿון אויסערן־מיניסטער, אויך איבערצונעמען דעם קאָנטראָל איבער די צוויי אַנדערע מיניסטעריומס: צו באַשטימען אַדוואָקאַט יעקבֿ נאמן, פֿאַר יוסטיץ־מיניסטער, ווי אויך צו נאָמינירן אַ פֿאָרשטייער פֿון זײַן פּאַרטיי פֿאַר דעם "מיניסטער פֿאַר אינערלעכער זיכערהײַט", וואָס האָט דעם קאָנטראָל איבער דער פּאָליציי. דאָס קאָן ברענגען ליבערמאַנען נוצן אין זײַן סטאַטוס ווי אַ געפֿאָרשטער דורך דער פּאָליציי אונטער שווערע פֿאַרדאַכטן פֿון קאָרופּציע.

די טומלדיקע סדרה פֿון מיניסטער ליבערמאַנס סקאַנדאַלן וואָלט נישט אַראָפּ פֿון דעם סדר־היום אויך אין דער איצטיקער וואָך, ווען זי וואָלט נישט געוואָרן פֿאַרשאָטנט פֿון דער "לופֿטבאַן", וואָס האָט געבראַכט די הויכראַנגיקע שליחים, איינעם נאָכן אַנדערן, פֿון וואַשינגטאָן. נאָכן באַזוך פֿון דעם העכסטן קאָמאַנדיר פֿון די אַמעריקאַנער מיליטערישע כּוחות, איז געקומען קיין ישׂראל דער שלום־פֿאַרמיטלער צווישן ישׂראל און דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, דזשאָרדזש מיטשעל, און דעם אַנדערן טאָג נאָך אים — דער אַמעריקאַנער וויצע־פּרעזידענט, דזשאָו בײַדען — כּדי אַרויסצוקריגן פֿון די זומפּן דעם פֿאַרשטעקטן שלום־צוג און אײַנצופֿעדעמען, ווי געזאָגט, פֿון דאָס נײַ — 16 יאָר נאָך דעם נישט פֿאַרענדיקטן שלום־אַקט אין אָסלאָ — די נישט דירעקטע פֿאַרמיטלונגס־געשפּרעכן מיט דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ פֿון אַבו מאַזען און סאַלאַם פֿיִאַד, און אַראָפּצונידערן פֿונעם דאַך די, וואָס וואַרטן און גרייטן זיך אַרויסצוגיין אין אַ פּרעווענטיווער מלחמה קעגן דער אַטאָמישער באַוואָפֿענונג פֿון איראַן.

די אויפֿגעצוווּנגענע באַנײַונג פֿון דעם שלום־פּראָצעס איז פֿאָרגעקומען הײַנטיקע וואָך אָן דער התלהבֿות פֿון אַמאָל און אָן דער האָפֿענונג פֿאַר דער צוקונפֿט. דער מדינה־פּרעזידענט שמעון פּערעס האָט געזאָגט די וואָך, אַז נתניהוס הענט זײַנען געבונדן פֿון זײַן מיליטאַנטישער רעכטער קאָאַליציע, וועלכע האָט געשאַפֿן אַ "לאָבי" פֿון 30 דעפּוטאַטן אין דער כּנסת, בראָש מיט די פּאַרטיי־עסקנים פֿון "ליכּוד", קעגן אַ טעריטאָריאַלער פּשרה און קעגן אַ סוף מאַכן צו דער אָקופּאַציע. אויך די פּאַלעסטינער האָבן געפֿונען אַ בעסערן מיטל צו געווינען אין דעם געראַנגל מיט ישׂראל: שוין צוויי יאָר ווי זייער פּרעמיער־מיניסטער בויט די "פּאַלעסטינער מדינה אויפֿן וועג" דורך אַ פּרעצעדענטלאָזן וווּקס פֿון דעם עקאָנאָמישן לעבן אויף די "שטחים". זיי גלייבן, אַז די פֿאַרמיטלונגס־געשפּרעכן, וואָס האָבן באַקומען די ברכה פֿון דער "אַראַבישער ליגע" און וואָס דאַרפֿן ברענגען, נאָך פֿיר חדשים, צו דירעקטע אונטערהאַנדלונגען — וועלן במילא זיך ענדיקן מיט אַ דורכפֿאַל, ווײַל גראָד דעמאָלט וועט זיך פֿאַרענדיקן די "פֿאַרפֿרירונג" פֿון די בוי־אַרבעטן אין דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע אויף די אָקופּירטע טעריטאָריעס. די פּאַלעסטינער וועלן דעמאָלט פּראָקלאַמירן די פּאַלעסטינער מדינה אין די גרענעצן פֿון פֿאַר 1967 מיט דער צושטימונג פֿון דער "יו־ען" און דעם זיכערהייט־ראַט.

און אַלץ וועט זיך ווידער אָנהייבן פֿון דאָס נײַ, אַזוי ווי מיט זעכציק, מיט דרײַסיק צי מיט זעכצן יאָר צוריק.

ווער וועט קענען פֿאַרהאַלטן דעם גאַנג פֿון דער געשיכטע, אויב די מנהיגים וועלן נישט האָבן קיין חוש און קיין וויזיע פֿאַר דער צוקונפֿט?

תּל־אָבֿיבֿ, 9טער מערץ, 2010