הרבֿ לייב צירעלסאָן |
די קעשענעווער קהילה האָט לעצטנס דורכגעפֿירט אַ ריי אונטערנעמונגען, אין אָנדענק פֿונעם 150סטן געבוירן־טאָג פֿונעם גרויסן ייִדישן רעליגיעזן און געזעלשאַפֿטלעכן טוער הרבֿ לייב־יהודה־משה צירעלסאָן. ער איז געווען דער הויפּט־רבֿ פֿון בעסאַראַביע פֿון 1918 ביז זײַן טראַגישן טויט אין 1941.
הרבֿ צירעלסאָן איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל קאָזעלעץ, טשערניגאָווער געגנט, אין אַ פֿרומער משפּחה. ער האָט באַקומען אַן ערנסטע רעליגיעזע און וועלטלעכע דערציִונג. פֿרי אַרויסגעוויזן זײַן פֿעיִקייט צו לערנען און אַ סך דערגרייכט — שוין צו 19 יאָר האָט ער באַקומען די שטעלע פֿונעם הויפּט־רבֿ אין פּאָדאָליע.
אין דער וועלט איז הרבֿ צירעלסאָן באַקאַנט געוואָרן בעת דעם ערשטן ציוניסטישן קאָנגרעס אין באַזעל, אין יאָר 1897, ווי אַ מיטגליד פֿון דער אַלרוסלענדישער רבנים־קאָמיסיע. ער איז געווען צווישן די גרינדער פֿון "אַגודת־ישׂראל".
אין 1909 פֿאָרט צירעלסאָן אַריבער קיין קעשענעוו און מיט אַ יאָר שפּעטער ווערט ער דער הויפּט־רבֿ פֿון דער קהילה. נאָך דעם ווי בעסאַראַביע איז געוואָרן אַ טייל פֿון רומעניע, אין 1918, פֿאַרבלײַבט ער שוין אויף דעם אַמט ביזן לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן. זײַן פֿאַרשיידנאַרטיקע טעטיקייט האָט געלאָזט אַ טיפֿן שפּור אינעם לעבן פֿון דער בעסאַראַבער קהילה. ער האָט אויפֿגעשטעלט אין קעשענעוו די באַרימטע ישיבֿה, וואָס איז אַרײַן אין דער געשיכטע, ווי "צירעלסאָנס ישיבֿה". נישט ווייניק באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן האָט אַרויסגעלאָזט די דאָזיקע ישיבֿה.
צירעלסאָן האָט געשמט ווי אַ גלענצנדיקער רעדנער סײַ אויף ייִדש, סײַ אויף רומעניש און סײַ אויף רוסיש. ער האָט אויך באַהערשט פֿראַנצויזיש און דײַטש, שוין אָפּגערעדט לשון־קודש.
צירעלסאָן האָט באַזונדערס זיך אָפּגעגעבן מיטן דערציִען די ייִדישע קינדער. חוץ דער ישיבֿה, האָט ער געגרינדעט אין קעשענעוו קינדער־גערטנער, דעם רעליגיעזן לערן־אַנשטאַלט "מגן־דוד", ווי אויך אַ גאַנצע נעץ "תּרבות"־גימנאַזיעס איבערן לאַנד און אָנהייב־ און מיטל־שולן אויף ייִדיש. די קהילה אין קעשענעוו האָט אויסגעהאַלטן 77 שילן, דעם ייִדישן שפּיטאָל, כּשרע קיכן, שפּאָר־און־לײַ־קאַסעס וכּדומה. אַ דאַנק צירעלסאָנס שתּדלנות, האָבן איבער 5 טויזנט ייִדן אין די קאָלאָניעס באַקומען פֿון דער רעגירונג ערד־חלקים.
הרבֿ צירעלסאָן האָט געהאַלטן פֿאַר נייטיק צו שטיצן די אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור; בפֿרט, די ייִדישע פּרעסע — די צײַטונגען "אונדזער צײַט", "דער איד" און אַנדערע. אָפֿטע געסט אין די שטעטלעך זײַנען געווען די ייִדישע טעאַטער־טרופּעס. נישט ווייניק פֿון די פּראָווינץ־אַקטיאָרן זײַנען געוואָרן שפּעטער אמתע "שטערן" — סידי טאַל, דינה זלאַטאַיאַ, סעווילע פּאַסטאָר.
פֿון די קנאַפּע דערמאָנונגען, געבליבן פֿון זײַנע מיטצײַטלער, ווערט הרבֿ צירעלסאָן געשילדערט ווי אַ קליינוווּקסיקער, קרענקלעכער מענטש; ס'איז אָבער גענוג געווען ער זאָל אָנהייבן רעדן פֿאַר אַן עולם, פֿלעגט ער ממש אָנהייבן וואַקסן אין די אויגן פֿון די צוהערער. זײַנע אויפֿטריטן אינעם רומענישן פּאַרלאַמענט, וווּ ער האָט פֿאָרגעשטעלט די בעסאַראַבער ייִדישע קהילה זינט 1922, ווי אויך אינעם רומענישן סענאַט, זינט 1926, האָבן זיך אויסגעצייכנט מיט זייער קלוגשאַפֿט און פּאָזיציע פֿון אַ קעמפֿער קעגן די קסענאָפֿאָבישע שטימונגען, וואָס זײַנען אַזוי פֿאַרשפּרייט געווען צווישן דער רומענישער אינטעליגענץ.
אין מיט־1930ער יאָרן איז צירעלסאָן געווען צווישן די הויפּט־אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער אַנטי־היטלערישער קאַמפּאַניע אין בעסאַראַביע. אונטער זײַן פֿירערשאַפֿט איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן אַ קאָמיטעט, וואָס זײַן ציל איז געווען זיך קעגנצושטעלן דער פֿאַשיסטישער מאַכט פֿון רומעניע און בויקאָטירן די ייִדישע קלייטן, וואָס האָבן געהאַנדלט מיט דײַטשישער סחורה אין קעשענעוו און איבער דער בעסאַראַבער פּראָווינץ.
אינעם קעשענעווער קינאָזאַל "עקספּרעס" האָט צירעלסאָן דורכגעפֿירט אַ מיטינג קעגן דער אַנטיסעמיטישער אָרדענונג, וואָס איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אין דײַטשלאַנד. אין דער רעזאָלוציע, אָנגענומען אויפֿן מיטינג, איז קלאָר געזאָגט געוואָרן, אַז "די ייִדישע בירגער פֿון בעסאַראַביע פּראָטעסטירן קעגן די אַכזריותדיקע פֿאַרפֿאָלגונגען פֿון ייִדן אין דײַטשלאַנד און שליסן זיך אָן אינעם אַלגעמיינעם בויקאָט פֿון דײַטשישער פּראָדוקציע".
אין 1938, ווען דער רומענישער אַנטיסעמיטיזם האָט זיך ממש צעבושעוועט מיט פּאָגראָמען און מערדערײַ, האָט הרבֿ צירעלסאָן, ווי אַ פּראָטעסט, אַרויפֿגעגאַנגען אויף דער טריבונע פֿונעם סענאַט און דעמאָנסטראַטיוו צעריסן זײַן מאַנדאַט פֿון אַ מיטגליד. אין דער זעלבער צײַט האָט ער אָפֿן דערקלערט, אַז אין פּאַלעסטינע מוז געשאַפֿן ווערן אַ נאַציאָנאַלע מדינה פֿאַר ייִדן. זײַן קאָנצעפּציע האָט ער אויסגעדריקט מיט די ווערטער: "אַ לאַנד באַהערשט מען נישט נאָר מיט דעקלאַראַציעס, אָדער געווער. אַ לאַנד באַהערשט מען בלויז מיט האָרעוואַניע, כּדי צו פֿלאַנצן און צונויפֿנעמען דאָס גערעטעניש. נאָר אַזוי וועט איר קאָנען אויפֿשטעלן אַ נאַציאָנאַלע היים."
צום באַדויערן, האָט צירעלסאָן אַליין נישט באַוויזן עולה צו זײַן קיין ארץ־ישׂראל. ער האָט אַפֿילו נישט געקאָנט זיך עוואַקויִרן. ער איז געבליבן אין דער שטאָט, צוזאַמען מיט אַנדערע ייִדן און אומגעקומען בעת די ערשטע באָמבאַרדירונגען פֿון קעשענעוו אין יולי 1941.
אויפֿן אַלטן בית־עולם אין קעשענעוו שטייט גלײַך בײַם אַרײַנגאַנג אַ בכּבֿודיקער דענקמאָל, לכּבֿוד הרבֿ לייב־יהודה־משה צירעלסאָן, אַקוראַט לעבן די קדושים, אומגעקומען בעת די ייִדישע פּאָגראָמען אין קעשענעוו, אין די יאָרן 1903 און 1905.
נישט לאַנג צוריק איז דערשינען אויף רוסיש און רומעניש אַ דין ביכעלע "אַ וואָרט וועגן אַ גרויסער פּערזענלעכקייט", אַרויסגעלאָזט פֿון דער "ייִדישער קהילה פֿון מאָלדאָווע" און פֿינאַנצירט פֿון אַלכּסנדר בילינקין, מיטפֿאָרזיצער פֿון דער קהילה. צונויפֿגעשטעלט און צוגעגרייט צום דרוק האָט די מאָנאָגראַפֿיע טעאָדאָר מאַגדער.