געזעלשאַפֿט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ד״ר מאַרק טולץ
ד״ר מאַרק טולץ

דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָרהונדערט האָט זיך אָנגעהויבן און פֿאַרענדיקט מיט צוויי ריזיקע כוואַליעס פֿון ייִדישער עמיגראַציע פֿון מיזרח־אייראָפּע. די רעזולטאַטן פֿון דער ערשטער עמיגראַציע קיין אַמעריקע זײַנען שוין גוט באַקאַנט, ווײַל דווקא יענע כוואַליע האָט געהאַט אַ וויכטיקע השפּעה אויפֿן אויספֿורעמען דעם אַמעריקאַנער ייִדישן ציבור. אָבער די לעצטע כוואַליע, דער עיקר, קיין ישׂראל, האָט נאָך ניט באַקומען אַ געהעריקע היסטאָרישע אָפּשאַצונג.

דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער דעמאָגראַף ד״ר מאַרק טולץ פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים פֿאַרנעמט זיך שוין לאַנגע יאָרן מיט דער טעמע — ייִדישע עמיגראַציע פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. ער האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט די סך־הכּלען פֿון זײַנע פֿאָרשונגען אין אַ סעריע פּובליקאַציעס אויף דעם אינטערנעץ־פּאָרטאַל "דעמאָסקאָפּ" פֿון דער העכסטער שול פֿאַר עקאָנאָמיק, דעם סאַמע פּרעסטיזשפֿולן אוניווערסיטעט אין מאָסקווע.

זינט 1989, ווען די סאָוועטישע מאַכט האָט פּראַקטיש געעפֿנט די טירן פֿאַר עמיגראַציע, זײַנען אַרויסגעפֿאָרן בערך 1.6 מיליאָן ייִדן און זייערע ניט־ייִדישע קרובֿים. כּמעט איין מיליאָן פֿון זיי זײַנען געפֿאָרן קיין ישׂראל, וווּ מען פֿירט אַ ספּעציעלע סטאַטיסטיק וועגן די עולים. ד״ר טולץ מערקט אָפּ׃ "דאָס שאַפֿט אַן אוניקאַלע געלעגנהייט פֿאַר אַ פּרטימדיקן אַנאַליז פֿון די דעמאָגראַפֿישע ענדערונגען אין דער פֿילצאָליקער גרופּע פֿון פּאָסט־סאָוועטישע עולים." אַ פֿאַרגלײַך מיט ענלעכע גרופּעס, וואָס זײַנען פֿאַרבליבן אין דער "אַלטער היים", לאָזט מאַכן אויספֿירן וועגן דער אַלגעמיינער לעבנס־קוואַליטעט אין ישׂראל און דעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.

דער דורכשניטלעכער עלטער פֿונעם פּאָסט־סאָוועטישן "עולה חדש", ווען ער, אָדער זי, איז געקומען קיין ישׂראל, איז געווען 33.7. דער דאָזיקער "סטאַטיסטישער" עולה איז געווען אַ סך ייִנגער, איידער דער "דורכשניטלעכער" ייִד אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וואָס זײַן עלטער צו יענער צײַט איז געווען אַרום 55 יאָר. די הײַנטיקע רוסישע ייִדן אײַלן זיך ניט חתונה צו האָבן יונגערהייט. אין 2002 האָט דער דורכשניטלעכער ייִדישער מאַן חתונה געהאַט צו 27.6 יאָר, און די דורכשניטלעכע ייִדישע פֿרוי — צו 24.7 (וואָס איז מיט 2.5—2 יאָר שפּעטער איידער אין 1989.) איינצײַטיק האַלט אין איין וואַקסן די צאָל קינדער, וואָס ווערן געבוירן אין רוסלאַנד בײַ ניט־חתונה־געהאַטע פֿרויען (בײַ ייִדן איז דער דאָזיקער פּראָצענט נידעריקער איידער בײַ ניט ייִדן׃ 22 קעגן 28). אָבער אין ישׂראל איז דער דאָזיקער מוסטער אַ סך נידעריקער איידער אין רוסלאַנד׃ 10 פּראָצענט.

די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון ישׂראל באַשטייט פֿון גאָר פֿאַרשידענע סאָציאַלע גרופּעס, וואָס טיילן זיך אויס מיט פֿאַרשידענע לעבנס־שטייגערס און לעבנס־ווערטן. דער דורכשניטלעכער "קאָעפֿיצענט פֿון געבורטיקייט" אין ישׂראל איז דער העכסטער צווישן די אַנטוויקלטע לענדער, אָבער דאָס זאָגט ניט קיין סך אָן וועגן פֿאַרשידענע גרופּעס. מען ווייסט, אַז די חרדים האָבן אַ סך מער קינדער, איידער די וועלטלעכע משפּחות אין גרויסע שטעט. אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָבן די אַשכּנזישע ייִדן כּסדר געהאַט ווייניקער קינדער (בערך 1.5 קינדער בײַ איין פֿרוי) איידער בײַ דער שטאָטישער באַפֿעלקערונג בכלל (2.03 קינדער בײַ איין פֿרוי). בלויז די בוכאַרישע ייִדן און די באַרג־ייִדן האָבן געהאַט מער קינדער (אַרום 3 בײַ איין פֿרוי), אָבער זייער צאָל איז ניט גרויס. אין 1993—1994 איז דער דאָזיקער צײַגער אין רוסלאַנד געפֿאַלן ביז 0.8. דאָס האָט אָפּגעשפּיגלט דעם אַלגעמיינעם פֿאַל אין געבורטיקייט נאָך דעם פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אָבער ייִדן זײַנען דאָ ווײַט פֿאָרויס צווישן אַנדערע גרופּעס.

להיפּוך צו רוסלאַנד און אוקראַיִנע, איז די געבורטיקייט בײַ די סאָוועטישע עולים אין ישׂראל כּמעט ניט געפֿאַלן. אין די ערשטע יאָרן פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט איז דער דאָזיקער צײַגער געווען אַרום 1.6 קינדער בײַ איין פֿרוי, וואָס איז בערך דאָס זעלבע ווי אין די סאָוועטישע צײַטן. אָבער עס איז פֿאַראַן איין אונטערשיד׃ די רוסישע עולים אין ישׂראל האָבן קינדער שפּעטער, איידער זיי פֿלעגן דאָס טאָן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. ס׳רובֿ פֿרויען פֿון די אימיגראַנטן האָבן קינדער אינעם עלטער צווישן 25—29, בעת אין דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז דער דאָזיקער עלטער־אינטערוואַל געווען צווישן 20 און 24 יאָר. עס איז אויך אינטערעסאַנט, אַז די געבורטיקייט בײַ ייִדן צווישן די סאָוועטישע אימיגראַנטן אין ישׂראל איז העכער, איידער בײַ די ניט־ייִדן, וואָס זײַנען געקומען ווי משפּחה־מיטגלידער מיט דער גרויסער עליה פֿון די 1990ער.

אויף דער שוועל פֿון די 1990ער יאָרן איז די גרופּע ייִדן געווען די סאַמע לאַנג־יאָריקע צווישן דער סאָוועטישער באַפֿעלקערונג. דער דורכשניטלעכער לעבנסדויער פֿון ייִדישע מענער (70.1 יאָר) איז געווען אַ סך העכער, איידער בײַ די ניט־ייִדן, הגם בײַ פֿרויען (73.7 יאָר) איז דער דאָזיקער חילוק געווען גאָר אַ קנאַפּער. אין די 1990ער יאָרן איז דער אַלגעמיינער דורכשניטלעכער לעבנסדויער אין רוסלאַנד שטאַרק געפֿאַלן, אָבער בײַ די ייִדן האָט ער זיך ניט געענדערט. אין ישׂראל איז דער דאָזיקער צײַגער געווען אַ ביסל העכער׃ 74.1 פֿאַר מענער און 77.8 בײַ פֿרויען. בײַ די סאָוועטישע עולים באַמערקט מען אַ מערקווערדיקע ספּעציפֿישקייט׃ די פֿרויען פּאַסן זיך צו צו די נײַע באַדינגונגען גרינגער, און דערפֿאַר לעבן זיי לענגער, איידער די מענער.

אַ ספּעציעלע קאַטעגאָריע צווישן די סאָוועטישע עולים זײַנען דאָקטוירים. פֿאַר דער גרויסער עליה פֿון די 1990ער יאָרן זײַנען אין מאָסקווע 7.5 פּראָצענט פֿון אַלע דאָקטוירים געווען ייִדן, הײַנט איז דער דאָזיקער חלק געפֿאַלן ביז 1 פּראָצענט. נאַטירלעך, אַז די צאָל פֿון רוסיש־רעדנדיקע מעדיקער איז שטאַרק געוואַקסן אין ישׂראל. הײַנט שטאַמען כּמעט פֿופֿציק פּראָצענט פֿון אַלע ישׂראלדיקע מעדיקער אינעם עלטער ייִנגער ווי 45 יאָר פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דער פֿאַקט מאַכט דאָס לעבן גרינגער פֿאַר עלטערע רוסיש־רעדנדיקע ייִדן, און העלפֿט צו העכערן זייער לעבנסדויער.

דער וויכטיקסטער אויספֿיר פֿון ד״ר טולצעס דעמאָגראַפֿישן אַנאַליז האָט צו טאָן מיט דער צוקונפֿט פֿון דער רוסיש־ייִדישער עדה אין רוסלאַנד און ישׂראל. אין רוסלאַנד שטאַרבן יעדעס יאָר מער ייִדן, איידער עס ווערן געבוירן, בעת אין ישׂראל איז עס פֿאַרקערט. אין 2001 זײַנען בײַ די רוסישע ייִדן אין ישׂראל געבוירן געוואָרן דרײַ מאָל מער קינדער, איידער אין רוסלאַנד. זינט 2004 איז די צאָל קינדער, וואָס ווערן געבוירן בײַ די רוסישע ייִדן אין ישׂראל גרעסער, איידער די צאָל פֿון נײַע עולים.

אַזוי אַרום שליסט ד״ר טולץ זײַן אַנאַליז מיט דער פֿעסטשטעלונג, אַז "די עולים פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָבן אין ישׂראל אַן אינערלעכן יסוד פֿאַר רעפּראָדוצירונג". זייער "דעמאָגראַפֿישע אויפֿפֿירונג" ווערט בהדרגה צוגעפּאַסט צו די נאָרמעס, וואָס זײַנען אייגנטימלעך פֿאַרן וועלטלעכן סעקטאָר פֿון דער ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג.