ס׳קומען שוין ווידער פֿאָר צוזאַמענשטויסן צווישן די פּאַלעסטינער און ישׂראל־כּוחות אַרום דער "מערת־המכפּלה" אין חבֿרון און אויפֿן הר־הבית אין ירושלים, און ס׳זײַנען שוין ווידער פֿאַראַן צענדליקער אַרעסטירטע און פֿאַרוווּנדעטע אויף ביידע זײַטן. מיר האָבן געהאָפֿט, אַז אפֿשר וועט זיך אײַנשטעלן, סוף־כּל־סוף, אַ געוויסער שטילשטאַנד אויף די דאָזיקע פֿראָנטן און עס וועט קומען די ישועה צו דער אָנגעווייטיקטער פּראָבלעם, וואָס הערשט צווישן די פּאַלעסטינער און די ישׂראלים שוין העכער 60 יאָר.
די איצטיקע צוזאַמענשטויסן האָבן זיך אָנגעהויבן אין חבֿרון אין די לעצטע טעג פֿון פֿעברואַר, גלײַך נאָך דעם ווי אונדזער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו האָט עפֿנטלעך דערקלערט, אַז ער גרייט צו אַ פּלאַן צו פֿאַרפֿעסטיקן און פֿאַרזיכערן די ייִדישע הייליקע פּלעצער איבערן לאַנד.
אין פֿלוג וואָלט די דאָזיקע דערקלערונג ניט אַרויסגערופֿן קיין שום פֿײַנטלעכע רעאַקציע מצד די עקסטרעמע אַראַבישע קרײַזן, עס האָט געקלונגען ווי אַ נאָרמאַלע, טאָג־טעגלעכע אַדמיניסטראַטיווע רעגירונגס־דערקלערונג און די אַראַבער האָבן ניט געמאַכט קיין וועזן דערפֿון. אָבער ווען זיי האָבן דערהערט אויף צו מאָרגנס נאָך אַ דערקלערונג, אַז ער רעכנט אַרײַן אין דער רשימה אויך די צוויי הייליקע פּלעצער: די "מערת־המכפּלה" אין חבֿרון און דעם "קבֿר־רחל" נעבן בית־לחם, האָבן זיי גלײַך חושד געווען, אַז עס איז אַ קאָנספּיראַציע פֿון ביבי נתניהו, צו אָקופּירן די דאָזיקע צוויי הייליקע פּלעצער, וואָס האָבן אַ שײַכות אויך צו די מוסולמענישע גלייביקע, וועלכע אָנערקענען די משפּחה פֿון אַבֿרהם אָבֿינו ווי זייערע הייליקע...
אויך דער עפּיזאָד אום פּורים, ווען די אָנהענגער און נאָכפֿאָלגער פֿון ד"ר ברוך גאָלדשטיין האָבן אָפּגעריכט אַ הזכּרה־צערעמאָניע בײַ זײַן קבֿר, האָט צוגעגעבן אייל צום פֿײַער פֿון די אומרוען. מיר געדענקען, אַז ד״ר ברוך גאָלדשטיין האָט אין יאָר 1994 דערמאָרדעט אין דער "מערת־המכפּלה" 29 מוסולמענער און ער אַליין האָט דאַן פֿאַרלוירן זײַן אייגן לעבן. ענלעכע אומרוען זענען גלײַכצײַטיק אויסגעבראָכן אין מיזרח־ירושלים און אין אַ צאָל ערטער אַרום.
ישׂראל זיכערהייט־כּוחות האָבן פֿאַרשטאַרקט זייער אָנוועזנהייט אין דער אַלטשטאָט און אין די געסלעך פֿון מיזרח־ירושלים, כּדי צו פֿאַרמײַדן איבערפֿאַלן און צוזאַמענשטויסן מיט די צעווילדעוועטע אַראַבישע שטיין־וואַרפֿער.
דאָך זענען אין יענעם טאָג פֿאַרוווּנדעט געוואָרן 4 ישׂראל־פּאָליציאַנטן.
פֿרײַטיק, דעם 5טן מאַרץ זענען אַרום 25 טויזנט אַראַבער געקומען דאַווענען אין "אַל־אַקצאַ"־מעטשעט. נאָכן דאַווענען, ווען די מאַסן זענען אַרויס פֿון דעם מעטשעט, האָבן גרופּעס אויפֿגעהעצטע יוגנטלעכע געוואַגט צו באַוואַרפֿן פֿון הר־הבית מיט שטיינער די ייִדן, וועלכע זענען געקומען, ווי געוויינטלעך, צו דאַווענען אונטן, בײַם כּותל־המערבֿי. עס זענען דאָרטן אויך געווען אַ סך טוריסטן פֿון אויסלאַנד מיט זייערע קינדער. ווי די פּאָליציי האָט באַריכט, איז דער דאָזיקער פֿאַל געשען צום ערשטן מאָל, נאָך נײַן יאָר. ביז איצט האָבן די אַראַבער ניט געוואַגט צו באַגיין אַזאַ שענדלעכן טאַט.
די ישׂראל־פּאָליציי איז אַרויף אויפֿן הר־הבית און צעטריבן די ווילדע מאַסן. אַ גרויסע צאָל פֿון זיי האָבן זיך אויסבאַהאַלטן אין דעם "אַל־אַקצאַ" גופֿא, און די ישׂראל־פּאָליציי האָט געמוזט אַרײַנגיין אין דעם מעטשעט כּדי זיי צו באַזײַטיקן.
ווען איך שרײַב מײַן הײַנטיקן "בריוו פֿון ירושלים" האָבן זיך די אומרוען עטוואָס אײַנגעשטילט.
עס האָט לאַנג ניט געדויערט, און עס זענען אָנגעקומען פּראָטעסטן פֿון פֿאַרשיידענע אַראַבישע מנהיגים קעגן ישׂראל, וואָס האָט דערלויבט אירע כּוחות אַרײַנצודרינגען אין דעם "אַל־אַקצאַ"־מעטשעט און פֿאַרשוועכן זײַן הייליקייט.
אַפֿילו דער זיכערהייט־ראַט פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער אין ניו־יאָרק האָט ניט פֿאַרפֿעלט אויסצודריקן זײַן זאָרג און באַדויער צוליב די אומרוען אויפֿן הר־הבית און גערופֿן ביידע צדדים אויסצומײַדן "פּראָוואָקאַטיווע שריט קעגן די אַראַבער". גלײַכצײַטיק האָט ער זיך געווענדט צו ביידע צדדים צו באַנײַען די אונטערהאַנדלונגען, כּדי צו געפֿינען אַ פּאָזיטיווע לייזונג צו דער פּראָבלעם.
מיט העכער אַ יאָר צוריק, ווען בנימין נתניהו האָט איבערגענומען דעם פּאָסטן פֿון פּרעמיער־מיניסטער, האָבן אַלע געהאָפֿט, אַז ער וועט זײַן "אַן אַנדערער ביבי", ווי ער איז געווען אין זײַן פֿריִערדיקער קאַדענץ; אַז ער האָט געהאַט גענוג צײַט צו פֿאַרריכטן זײַנע פֿריִערדיקע פֿעלערן.
ער האָט טאַקע אָנגעהויבן אויף דעם ריכטיקן וועג. אין זײַן רעדע נישט לאַנג צוריק, וואָס ער האָט געהאַלטן אין בר־אילן־אוניווערסיטעט, האָט ער פֿײַערלעך דערקלערט, אַז ער שטרעבט צו דערגרייכן אַ שלום מיט די פּאַלעסטינער דורך עטאַבלירן אין די גרענעצן פֿון ארץ־ישׂראל צוויי זעלבשטענדיקע מדינות — אַ פּאַלעסטינער און אַ ייִדישע מדינה, וואָס וועלן עקזיסטירן זײַט בײַ זײַט, אין שכנותדיקע, פֿרידלעכע באַדינגונגען.
די דאָזיקער דעקלאַראַציע איז אויפֿגענומען געוואָרן מיט גרויס צופֿרידנקייט דורך דעם גרעסטן פּראָצענט פֿון ביידע פֿעלקער. פֿאַרשטייט זיך, און ווי עס איז געווען צו דערוואַרטן, זענען די אַראַבישע עקסטרעמיסטן און אויך די ייִדישע געווען שטאַרק קעגן אַזעלכע ווײַטגייענדיקע פּלענער. די ייִדישע עקסטרעמיסטן חלומען נאָך אַלץ וועגן ארץ־ישׂראל השלמה — גאַנץ ארץ־ישׂראל; די אַראַבישע — ווילן בכלל ניט האָבן אַ ייִדישע מדינה בשכנות מיט זיי.
די ייִדישע עקסטרעמיסטן — באַזונדערס די חרדים און די זידלערס אין די שטחים — טענהן, אַז גאַנץ ארץ־ישׂראל איז צוגעזאָגט געוואָרן צו אַבֿרהם אָבֿינו פֿון דעם אייבערשטן, און דאָס גאַנצע לאַנד געהערט צו אונדז.
ווײַזט אויס, אַז דער איצטיקער ביבי נתניהו האָט מסתּמא געהאַט אין זינען צו געפֿעלן ווערן די עקסטרעמיסטן מיט אַבֿיגדור ליבערמאַן בראָש, ווען ער האָט צוגעגעבן צו דער רשימה פֿון די ייִדישע הייליקע פּלעצער אויך "מערת־המכפּלה" אין חבֿרון און קבֿר־רחל נאָענט צו בית־לחם.
פֿאַרשטייט זיך, אַז אין דער דאָזיקער רשימה וואָס ער האָט אָנגערופֿן "אתרי־מורשת", געפֿינען זיך די קבֿרים פֿון אונדזערע אָנערקענטע הייליקע צדיקים, ווי שמעון בר־יוחאי אין מירון, רבי גמליאל אין גליל, רמב״ם און ר’ עקיבֿא אין טבֿריה, דוד המלך אין ירושלים און אַ סך אַנדערע קבֿרים פֿון צדיקים, צעזייט און צעשפּרייט איבערן לאַנד. אַ צאָל פֿון זיי געפֿינען זיך איצט אין די טעריטאָריעס פֿון יהודה און שומרון, וואָס זענען איצט אונטער דער אַראַבישער הערשאַפֿט.
לאָמיר האָפֿן, אַז די לעצטע באַמיִונגען פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג צו געפֿינען אַ וועלכע עס איז לייזונג צו דער קאָמפּליצירטער און שווערער פּראָבלעם, אין וועלכער מיר געפֿינען זיך אין די איצטיקע טעג, וועלן ברענגען כאָטש אַן אָנהייב פֿון אַ פֿאַרשטענדעניש צווישן ביידע פֿעלקער. עס איז שוין צײַט זיך צו זעצן בײַם רונדן טיש און קומען צו אַ געמיינזאַמען באַשלוס: ניט צו קעמפֿן פֿאַר די קבֿרים פֿון אונדזערע הייליקע, נאָר פֿאַרזיכערן אַז די אייניקלעך פֿון אונדזערע שותּפֿותדיקע אָבֿות זאָלן לעבן בשלום און האָבן אַ זיכערע און פֿרידלעכע צוקונפֿט.