פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ויקהל" — משה רבינו האָט צונויפֿגערופֿן די ייִדן, כּדי זיי ווידער צו וואָרענען, אַז שבת טאָרן זיי נישט טאָן קיין מלאָכה. די חז״ל דערקלערן, אַז די ייִדן האָבן געקאָנט מיינען, אַז צוליב דער גרויסער קדושה און וויכטיקייט פֿון מלאכת־המשכּן מעגן זיי ממשיך זײַן די אַרבעט אויך אום שבת; דערפֿאַר האָט משה ספּעציעל אָנגעזאָגט, אַז מע האָט געמעגט צוגרייטן דעם משכּן בלויז אין דער וואָכן. אין פֿאַרגלײַך מיט עבֿודת־המשכּן, וואָס די כּהנים האָבן יאָ אויסגעפֿירט שבת, האָט מען נישט געטאָרט דורכפֿירן די צוגרייט־אַרבעט בעת דעם הייליקן יום־המנוחה.

ווי מיר האָבן שוין אָפֿט באַהאַנדלט אין די פֿריִערדיקע סדרות, זענען אַלע פּרשיות גײַסטיק פֿאַרבונדן מיט די ענינים פֿון דער וואָך, ווען זיי ווערן געלייענט. די הײַנטיקע טאָפּלטע פּרשה, די לעצטע אינעם חומש "שמות", איז אָבער דירעקט פֿאַרבונדן מיט דעם קומענדיקן חודש, ניסן.

בײַם סוף פֿונעם חומש "שמות", אין דער פּרשה "פּקודי", ווערט דערציילט, אַז דעם ערשטן טאָג פֿונעם ערשטן חודש איז דער משכּן אויפֿגעשטעלט געוואָרן. הגם דאָס ייִדישע יאָר הייבט זיך אָן, בדרך־כּלל, פֿון תּשרי, רעכענען מיר די חדשים פֿון דער צײַט, ווען די ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים — ניסן. צוליב דעם, לייענט מען דעם הײַנטיקן שבת בײַם מפֿטיר אויך אַ ספּעציעלע "פּרשת־החודש".

די סדרה דערמאָנט אונדז אויך אין דער פֿאַרבינדונג צווישן תּשרי און ניסן, ווי צוויי "אָנהייבן" פֿונעם ייִדישן יאָר. רש״י דערקלערט, אַז משה רבינו האָט צונויפֿגערופֿן די ייִדן און געוואָרנט זיי ווידער וועגן שמירת־שבת גלײַך נאָך יום־כּיפּור — נאָכדעם, ווי ער האָט געבראַכט פֿונעם באַרג סיני די צווייטע פּאָר לוחות. די תּורה פֿאָלגט ניט תּמיד דעם כראָנאָלאָגישן סדר, און פֿאַרבינדט צומאָל די געשעענישן אויף אַן אַסאָציאַטיוון, און נישט צײַטלעכן, שטייגער. אין דעם פֿאַל, אָבער, איז פֿאַראַן אַ דירעקטע פֿאַרבינדונג צווישן די דאָזיקע צוויי צײַטן פֿונעם יאָרן. על־פּי חז״ל, האָט משה רבינו צונויפֿגערופֿן דאָס ייִדישע פֿאָלק דווקא מוצאי־יום־כּיפּור, כּדי צו דערמאָנען זיי נישט צו מחלל זײַן שבת צוליב דער המלאכת־המשכּן, וואָס איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן שפּעטער, אין חודש ניסן.

הגם רש״י און אַנדערע מפֿרשים באַטאָנען, אַז "אין מוקדם און מאוחר בתּורה", אַז די דערציילונג אינעם חומש שטימט נישט תּמיד מיטן פֿיזישן סדר פֿון געשעענישן, קאָן מען באַמערקן אין דער תּורה אַ געוויסן "סדר פֿון אַ העכערער מדרגה". די לעצטע פּרשיות אינעם חומש "שמות" זענען געווידמעט, בדרך־כּלל, צוויי פּאַראַלעלע לייטמאָטיוון: די צוגרייטונג און אויפֿשטעלונג פֿונעם משכּן, און די מתּן־תּורה.

ווען משה רבינו האָט געבראַכט פֿונעם באַרג סיני די ערשטע לוחות, האָט ער דערזען, ווי די ייִדן האָבן געשאַפֿן דאָס גאָלדענע קאַלב. אין דער פֿריִערדיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי ער האָט צעבראָכן די לוחות, און געמוזט גיין צוריק אויפֿן באַרג. די חז״ל זאָגן, אַז די לוחות אַליין זענען געוואָרן שווער פֿון די ייִדישע זינד, און זענען אַרויסגעפֿאַלן פֿון משהס הענט.

נאָך יום־כּיפּור, ווען עס קומט פֿאָר דער סיפּור־המעשׂה פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, האָט משה רבינו געבראַכט די נײַע לוחות. רש״י האַלט, אַז די מיצווה אויפֿצושטעלן דעם משכּן איז געגעבן געוואָרן ווי אַ כּפּרה פֿאַרן עגל־הזהבֿ.

דער עיקר־ענין פֿון דער מתּן־תּורה איז משה רבינוס עליה אין די הויכע גײַסטיקע וועלטן, פֿון וואַנען ער האָט געבראַכט די תּורה אַראָפּ אין עולם־הזה, כּדי די ייִדן זאָלן קאָנען אַנטפּלעקן ג־טלעכקייט אין דער וועלט.

דער צוועק פֿונעם משכּן איז צו פֿאַרוואַנדלען אַ פֿיזיש אָרט אין אַ "דירה" פֿאַר דער הייליקער שכינה. מע קאָן זאָגן, אַז הגם די תּורה וואָרנט אונדז, אַז "לא בשמים היא" — זי איז געגעבן געוואָרן צו דעם מענטשן, דעם בשׂר־ודם, און מע מוז נישט "פֿליִען אין הימל אַרײַן", כּדי זי צו פֿאַרשטיין, בלײַבט זי בטבֿע טאַקע אַ הימלישער טעקסט, וואָס שטאַמט פֿון די הויכע גײַסטיקע וועלטן, און איז מסוגל אַרויסצורײַסן די נשמה פֿון די ערדישע באַגרענעצונגען. להיפּוך, איז דער משכּן געווען אַן אָרט, וווּ די שכינה האָט זיך אַנטפּלעקט גלײַך אינעם עולם־הזה, צווישן די צוויי גאָלדענע כּרובֿים.

די תּורה איז בעצם אַ "ווירטועלע" זאַך — אַ טעקסט, פֿאַרשריבן מיטן שוואַרצן טינט אויף אַ ווײַסן פּאַרמעט. דער טעקסט אַליין, וואָס פֿאַרוואַנדלט אַ ליידיקע מגילה אין אַ הייליקן ספֿר, האָט נישט קיין ממשות.

די אותיות אויף די ערשטע לוחות זענען אײַנגעקריצט געוואָרן אינעם שטיין מיט אַ ג־טלעכן איבערנאַטירלעכן כּוח, און האָבן געשטרעבט צוריק אין הימל; צוליב דעם הימלישן כּוח פֿונעם טעקסט, האָבן די שטיינער ממש געשוועבט אין משהס הענט. ווען די ייִדן האָבן זיך געבוקט צו דעם גאָלדענעם קאַלב, זענען די אותיות פֿון די געבאָטן אַוועקגעפֿלויגן; די לוחות זענען געוואָרן שווער, און משה רבינו האָט זיי מער ניט געקאָנט האַלטן.

די אותיות אויף די צווייטע לוחות האָט משה רבינו אַליין אָנגעשריבן, לויט דעם אייבערשטנס אָנזאָג. אָן דעם טעקסט, וואָלטן זיי געבליבן בלויז שטיינער. מע זעט, אַז די קדושה פֿון דער תּורה שטעקט אין דער עפֿעמערער נאַטור פֿונעם טעקסט, און נישט אין די ממשותדיקע גשמיותדיקע קעגנשטאַנדן. די חז״ל האָבן באַטאָנט, אַז ווען מיר וואָלטן, חלילה, נישט באַקומען די תּורה, וואָלטן מיר געקאָנט אָפּלערנען די הלכות פֿון די חיות: צניעות פֿון אַ קאַץ, סאָציאַלע אַחריות פֿון אַ מורעשקע און געטרײַשאַפֿט פֿון אַ טויב. דאָס הייסט, אַז די תּורה־סודות, וואָס זענען אויסבאַהאַלטן אין אַלע זאַכן פֿון דער וועלט, שטעקן ניט אינעם גוף פֿון מאַטעריע, אין די סטרוקטורן, פּרינציפּן און באַציִונגען צווישן די אָביעקטן — דאָס הייסט, אין די אַבסטראַקטע, "הימלישע" אַספּעקטן פֿונעם וועזן.

להיפּוך, איז דער משכּן דער סאַמע גרויסמאַסשטאַביקער אָביעקט, וואָס די ייִדן האָבן געשאַפֿן אינעם מידבר לכּבֿוד דעם הייליקן באַשעפֿער. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערן איבערגעציילט פֿאַרשיידענע מאַטעריאַלן, וואָס זענען אַרײַן אין דער הייליקער געבײַדע, פֿון גרויסע סכומען פֿון גאָלד, זילבער און קופּער, ביז אַדלשטיינער און ברעטער פֿון אַ ספּעציעלן מין האָלץ. פֿונדעסטוועגן, ווײַזט די הײַנטיקע פּרשה אָן, אַז דער משכּן איז געוואָרן נישט בלויז אַ כּפּרה פֿאַר די עבֿירות, נאָר אַ מין נאַטירלעכער "המשך" פֿון דער מתּן־תּורה.

ס׳איז דאָ אַ באַקאַנטער אַ מחלוקת־חז״ל: צי די וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן אין תּשרי, ווי עס האַלט רבי אליעזר, אָדער אין ניסן, ווי עס האַלט רבי יהושע. אַ צאָל מקובלים דערקלערן, אַז ביידע זענען גערעכט: אין תּשרי, ווען אָדם־הראשון איז באַשאַפֿן געוואָרן, איז די וועלט באַשאַפֿן געוואָרן בלויז "במחשבֿה", ווי אַ געדאַנק; אין ניסן, בײַ יציאת־מצרים, האָט זיך אָנגעהויבן דער אמתער אוניווערס. אינעם צענטער פֿון דער וועלט איז דער מענטש, וועלכער איז מסוגל צו אַנטפּלעקן ג־טלעכקייט דאָ־הי. צוליב דעם האָט זיך די עכטע, מענטשלעכע וועלט, אָנגעהויבן מיט יציאת־מצרים, ווען דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט מקבל געווען די תּורה און געשאַפֿן אַ "וווינאָרט" פֿאַרן אייבערשטן אין עולם־הזה.

דער כראָנאָלאָגישער פּאַראַלעליזם אין דער הײַנטיקער פּרשה ווײַזט אָבער אָן, אַז ביידע מינים "וועלט־באַשאַף" און ביידע דרכים זענען וויכטיק און אָרגאַניש פֿאַרבונדן איינער מיטן צווייטן: דאָס רײַסעניש פֿון דער נשמה, וואָס שטרעבט צו דערגרייכן דעם הימל, אַזוי ווי משה רבינו, און משׂיג צו זײַן די אַבסטראַקסטע סודות פֿון דער וועלט, און דער ווילן צו פֿאַרוואַנדלען דאָס פּשוטע, קאָנקרעטע גשמיות אין אַ הייליק אָרט. די וועלט "הייבט זיך אָן" פֿון ביידע וועגן, וואָס ווערן האַרמאָניש צונויפֿגעפֿלאָכטן אין דער תּורה.