אײראָפּע
אַלכּסנדר פּאַלעי
אַלכּסנדר פּאַלעי

נישט לאַנג צוריק איז אין קעשענעוו אויפֿגעטראָטן מיט זײַנע קאָנצערטן אונדזער בן־עיר, וואָס וווינט איצט אין אַמעריקע, דער באַקאַנטער פּיאַניסט און דיריגענט אַלכּסנדר פּאַלעי. ער קומט אַהער אָפֿט און שטענדיק ברענגט ער אינטערעסאַנטע מוזיקאַלישע פּראָגראַמען, סײַ ווי אַ פּיאַניסט און סײַ ווי דיריגענט. "ווען איך גיי אַרויס דאָ אויף דער בינע, פֿיל איך מײַן שליחות גאָר אַנדערש, ווי ווען איך שפּיל אין די גרעסטע זאַלן פֿון אייראָפּע אָדער אַמעריקע. מאָלדאָווע איז דאָס איינציקע לאַנד אין דער וועלט, וווּ איך נעם נישט קיין האָנאָראַר פֿאַר מײַנע אויפֿטריטן. איך האַלט, אַז איך גיב אָפּ דער שטאָט מײַן חובֿ, ווײַל דאָ האָב איך פֿאַרבראַכט מײַנע בעסטע יאָרן".

אַלכּסנדר איז געבוירן געוואָרן אין 1956 אין דער משפּחה פֿון אָרטיקע דאָקטוירים, בנימין אַבראַמאָוויטש און סאָפֿע פּאַלעי. זײַנע עלטערן האָבן ווייניק וואָס פֿאַרשטאַנען אין מוזיק, און, דעם אמת געזאָגט, גאָר נישט געטרוימט וועגן אַ מוזיקאַלישער קאַריערע פֿאַר זייער איינציקן זון. דער גורל האָט אָבער אויסגעדרייט אַלץ אויף זײַן אופֿן. צו פֿינף יאָר האָט זיך בײַם קליינעם אַלכּסנדר אַנטפּלעקט אַ שטאַרקע ציִונג צו מוזיק. ער האָט נישט פּשוט געחלומט צו שפּילן אויף אַ מוזיקאַלישן אינסטרומענט, נאָר דווקא אויף אַ פֿאָרטעפּיאַנע. ער פֿלעגט ממש וויינען מע זאָל אים קויפֿן אַן אמתע פּיאַנע. צו זײַן אַ דאָקטער אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד איז טאַקע געווען זייער בכּבֿודיק, אָבער קיין געלט צו קויפֿן דעם זון אַזאַ טײַערע זאַך, ווי אַ פּיאַנע, האָט מען געדאַרפֿט גוט אײַנציִען דעם גאַרטל.

זעט אויס, אַז דער דאָקטער אַבראַמאָוויטש איז געווען אַ פּראַקטישער מענטש, און זיך נישט פֿאַרלאָזט נאָר אויפֿן ווילן פֿון זײַ זון. ער האָט אים אָפּגעפֿירט צו אַ ספּעציאַליסט, אַז יענער זאָל אים אויסהערן און זאָגן, צי ס׳איז טאַקע כּדאַי צו לערנען זײַן זון מוזיק. ערשט נאָך דעם, ווי ס׳איז באַשטעטיקט געוואָרן, אַז דער קליינער אַבראַמאָוויטש האָט אַ פּרעכטיקן מוזיקאַלישן געהער, ריטעם און זכּרון, האָט מען אים געקויפֿט דעם געגאַרטן אינסטרומענט, די פּיאַנינע "בעלאַרוס".

אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן דער מוזיקאַלישער וועג פֿון אַלכּסנדר פּאַלעי; בײַם אָנהייב מיט אַ פּריוואַטן לערער, דערנאָך אין אַ מוזיק־שול. שוין גאָר אין גיכן האָט די לערערקע געזאָגט דעם טאַטן פֿון איר טאַלאַנטירטן תּלמיד, אַז זײַן זון מוז ממשיך זײַן דאָס לערנען אין דער ספּעציעלער שול פֿאַר גאָר טאַלאַנטירטע קינדער. און אַזאַ שול, אונטערן פֿליגל פֿון דער מאָלדאַווישער קאָנסערוואַטאָריע, האָט זיך געפֿונען אין קעשענעוו. איין קלייניקייט, קיין קינדער מיט אַזאַ קלינגעוודיק־ייִדישן פֿאַמיליע־נאָמען נעמט מען אַהין נישט אָן. אַוודאי, אינעם לאַנד, וווּ אַלע פֿעלקער זײַנען געווען גלײַך, האָט מען פּנים־אל־פּנים אַזעלכע ווערטער נישט געטאָרט זאָגן; ס׳איז אָבער גענוג געווען צו געפֿינען אַ תּירוץ, למשל, אַז די צאָל תּלמידים איז באַגרענעצט און, קודם־כּל, נעמט מען אַרײַן קינדער מיטן אָרטיקן נאַציאָנאַלן אָפּשטאַם.

בנימין אַבראַמאָווישטן האָט עס נישט איבערצײַגט. האָט ער אָנגעטאָן אַלע זײַנע מעדאַלן און אָרדנס באַקומען בעת דער מלחמה, פֿאַרכאַפּט מיט זיך דעם פּאַרטיי־בילעט און זיך געלאָזט גלײַך צום מיניסטער פֿאַר קולטור. דאָרט האָט ער אים געזאָגט: "איך בעט נישט, אַז מײַן זון זאָל מען אָננעמען אין דער ספּעציעלער מוזיק־שול; איך בעט נאָר איין זאַך — זאָל מען אים אויסהערן און באַשליסן, צי ער איז ווערט זיך צו לערנען אין אַזאַ שול. שוין זשע האָב איך פֿארגאָסן בלוט אויפֿן פֿראָנט, אַז מײַן קינד זאָל זיך נישט קענען לערנען דאָרט, וווּ עס וויל?"

נאָך דער טרעפֿונג האָט מען דאָס ייִנגעלע אויסגעהערט און אים גלײַך אָנגענומען אין פֿערטן קלאַס. געלערנט האָט ער זיך בײַ דער לערערין יעווגעניאַ רעווזאָ, וועלכע האָט אים אָנגעוויזן דעם ריכטיקן וועג אין דער וועלט פֿון גרויסער קונסט. אַ קלוגע, געניטע לערערין, מיט אַן אויסגעצייכנטן חוש און מוזיקאַלישן געשמאַק, האָט זי אַליין, אין איר צײַט, באַקומען די בעסטע דערציִונג אין פּאַריז און בוקאַרעשט. הײַנט, אין דער עלטער פֿון 90 יאָר — ביז 120 — וווינט זי אין חיפֿה, אין אַ הויז פֿאַר אַלטע לײַט.

נאָך אין זיבעטן קלאַס איז אַלכּסנדר אויפֿגעטראָטן מיט אַ קאָנצערט פֿאַר אַ גרויסן עולם, וואָס איז דורכגעגאַנגען מיט גרויס דערפֿאָלג. טאַקע דעמאָלט, נאָכן קאָנצערט, איז צו די עלטערן אַהיים געקומען זײַן לערערין און געזאָגט, אַז מיט אַזאַ פֿאַמיליע־נאָמען — אַבראַמאָוויטש — וועט זייער זון קיין גרויסע קאַריערע נישט מאַכן. דעם פֿאָטער האָבן די ווערטער פֿאַרדריסט, אָבער די צוקונפֿט פֿונעם זון האָט אים מער געזאָרגט. ס׳איז באַשלאָסן געוואָרן, אַז אַלכּסנדר וועט נעמען זײַן מאַמעס פֿאַמיליע־נאָמען — פּאַלעי, וואָס גרילצט נישט אַזוי אין אויער די סאָוועטישע טשינאָווניקעס פֿון מוזיק.

ווען אַלכּסנדר פּאַלעי האָט פֿאַרענדיקט די ספּעציעלע מיטלשול, איז ער אַוועקגעפֿאָרן זיך לערנען קיין מאָסקווע, אין דער באַרימטער קאָנסערוואַטאָריע, בײַ דער גלענצנדיקער פּיאַניסטקע און פּעדאַגאָגין, בעלאַ דאַווידאָוויטש. די קאָנסערוואַטאָריע האָט ער פֿאַרענדיקט אויף אַן אויסגעצייכנטן אופֿן און איז געשיקט געוואָרן אויף אַרבעט קיין קעשענעוו, אין דער מאָלדאַווישער מלוכה־קאָנסערוואַטאָריע. איז שוין גוט! די עלטערן זײַנען דאָ, עס איז דאָ וווּ צו וווינען און ווער זאָל דיר צוטראָגן אַן אָנבײַסן.

האָבן זיך באַלד אָנגעהויבן נײַע פּראָבלעמען: אָנשטאָט איבערצוגעבן זײַן דערפֿאַרונג די יונגע מוזיקער, האָט ער געמוזט, ווי אַ באַגלייטער, אונטערשפּילן די באַיאַניסטן, באַלאַלײַקע־שפּילער; מיט איין וואָרט, זײַן אַ קאָנצערט־מײַסטער. זעלטן ווען האָט ער געהאַט די מעגלעכקייט אויפֿצוטרעטן מיט אַ סאָלאָ־פּראָגראַם. שוין אָפּגערעדט פֿון אַרומפֿאָרן מיט קאָנצערטן איבער שטעט און לענדער. דאָס בײַטן זײַן פֿאַמיליע־נאָמען האָט ווייניק וואָס געהאָלפֿן — דער ייִדישער ייִחוס האָט סײַ־ווי־סײַ געשטאָכן די אויגן און ווײַטער געגרילצט אין די אויערן.

פֿון דעסטוועגן, זײַנען אין קעשענעוו געווען צווישן די אָרטיקע נאַציאָנאַלע קאַדרען נישט ווייניק ערלעכע מענטשן. צווישן זיי, דער קאָמפּאָזיטאָר וואַסילי זאַגאָראָסקי, פֿאָרזיצער פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר־פֿאַראיין. אַ דאַנק זײַן פּרינציפּיעלער פּאָזיציע, האָט מען דעם טאַלאַנטירטן פּיאַניסט דערלויבט אַרויסצופֿאָרן צו באַטייליקן זיך אינעם אינטערנאַציאָנאַלן קאָנקורס אויף באַכס נאָמען אין לײַפּציג. צוריק אַהיים איז ער געקומען ווי אַ לאַורעאַט; ער האָט געוווּנען דעם ערשטן פּריז.

נאָך דעם האָט ער זיך באַטייליקט אינעם בולגאַרישן קאָנקורס אויפֿן נאָמען פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר באַנטשאָ וולאַדיגעראָוו, וווּ ער האָט באַקומען דעם "גראַן־פּרי". אין 1988, שוין אין דער צײַט פֿון דער "פּערעסטרויקע", איז פּאַלעי אַרויסגעפֿאָרן אויף גאַסטראָלן קיין איטאַליע. אין רוים האָט ער זיך געוואָנדן צום אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר נאָך אַזילרעכט. אָנצוקומען קיין אַמעריקע און אָנהייבן דאָרט אַ נײַ לעבן, האָבן אים געהאָלפֿן זײַנע צוויי לערערינס — יעווגעניאַ רעווזאָ און בעלאַ דאַווידאָוויטש, וועלכע האָבן שוין צו יענער צײַט אַליין עמיגרירט קיין אַמעריקע.

און אָט, שוין איבער צוואַנציק יאָר איז אַלכּסנדר פּאַלעי אַ בירגער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ ער האָט געמאַכט אַ גלענצנדיקע קאַריערע. ער פֿאָרט אַרום מיט קאָנצערטן איבער דער גאַנצער וועלט, ווי אַ פּיאַניסט און דיריגענט. ווי אַ דיריגענט פֿירט ער דורך זײַנע אייגענע פֿעסטיוואַלן אין ריטשמאָנד און אין פֿראַנקרײַך, אויף וועלכע עס באַטייליקן זיך באַרימטע מוזיקער. זײַן פֿענאָמענאַלער מוזיקאַלישער זכּרון דערמעגלעכט אים צוצוגרייטן גאַנצע ציקלען, געווידמעט באַזונדערע קאָמפּאָזיטאָרן, ווי למשל, אַלע פּרעלודן פֿון שאָפּען, אָדער אַלע פֿינף פּיאַנע־קאָנצערטן פֿון בעטהאָווען; אָדער צו גראַווירן אויף אַלע קאָמפּאַקטלעך דרײַסיק סאָנאַטעס פֿון יאָזעף הײַדן, צי אַלע 24 פּרעלודן פֿון ראַכמאַנינאָוו.

אין קעשענעוו האָט פּאַלעי לעצטנס דורכגעפֿירט דעם פֿעסטיוואַל פֿון קאַמער־מוזיק פֿון פֿראַנץ שובערט. ער אַליין האָט געשפּילט די פּיאַנע־ווערק פֿונעם גרויסן עסטרײַכישן קאָמפּאָזיטאָר, ווי אויך זיך באַטייליקט אין די קאָנצערטן פֿון די סטודענטן, וואָס לערנען זיך אין דער קעשענעווער מוזיק־אַקאַדעמיע.

ער געפֿינט זיך איצט, ווי אַ מוזיקער, אין סאַמע שפּיץ פֿון זײַן שאַפֿערישקייט. ער באַהערשט די זעלטענע פֿעיִקייט אַרײַנצודרינגען אין די סאַמע טיפֿענישן פֿון דער אויספֿיר־קונסט, און זי אַרויסברענגען פֿאַר אַן עולם; מײַסטעריש בײַט ער די געשטאַלטן פֿון איין ווערק צו אַן אַנדער, שוין אָפּגערעדט וועגן דער ווירטואָזער טעכניק און איידעלער ניואַנסירונג. צו דעם אַלעמען גיט ער צו דעם רײַפֿן און מײַסטערישן קוק פֿון אַ סקולפּטאָר — ער ווייסט גוט, וואָס צו לאָזן און וואָס אָפּצוּוואַרפֿן.

"ווען איך קום קיין מאָלדאָווע, — האָט מיר דערציילט פּאַלעי, — האָב איך אַ מין סורעאַליסטישן געפֿיל. ס׳איז דאָך קלאָר אַז ווען כ׳בין אַנטלאָפֿן פֿון דאַנען, בין איך זיכער געווען, אַז מער וועל איך שוין אַהער קיין מאָל נישט קומען. די ערשטע צײַט אין דער פֿרעמד האָב איך געפֿילט אין חלום די ריחות פֿון מײַן קינדשאַפֿט, באַזונדערס, די בעז־קוסטעס, וואָס האָבן ווילד זיך צעוואַקסן אין אונדזער הויף... כ׳פֿלעג זיך אויפֿכאַפּן מיט טרערן אין די אויגן. מיט קעשענעוו פֿאַרבינדן מיך אַ סך פּערזענלעכע זאַכן — מײַן באָבע־זיידע זײַנען דאָ באַגראָבן; איך האָב דאָ אַ סך פֿרײַנד. דאָ איז געקומען דער פֿאַרשטאַנד, אַז כ׳מוז עפּעס כּסדר טאָן פֿאַר דער שטאָט. אויב ס׳וועט אַלץ זיך אײַנגעבן, וויל איך ממשיך זײַן דורכצופֿירן דאָ מוזיקאַלישע פֿעסטיוואַלן".

בלײַבט אונדז נאָר צו וואַרטן און האָפֿן, אַז אַלע טרוימען און פּלענער פֿון אַלכּסנדר פּאַלעי וועלן פֿאַרווירקלעכט ווערן. מיר קוקן אַרויס אויף נײַע באַגעגענישן.