אײראָפּע, פּאָליטיק
דער הויפּט־רבֿ פֿון ענגלאַנד, ד״ר יונתן סאַקס, פֿאַרלאָזט דאָס העכסטע געריכט בעת אַן אַפּעל לטובֿת דער "ייִדישער פֿרײַער שול", דעם 27סטן אָקטאָבער, אין לאָנדאָן
דער הויפּט־רבֿ פֿון ענגלאַנד, ד״ר יונתן סאַקס, פֿאַרלאָזט דאָס העכסטע געריכט בעת אַן אַפּעל לטובֿת דער "ייִדישער פֿרײַער שול", דעם 27סטן אָקטאָבער, אין לאָנדאָן

יאָ, צוליב לעגאַלע טעמים ווייסן מיר ניט דעם נאָמען פֿון דעם ייִנגל, כאָטש זײַן ענין איז איצט אין צענטער פֿון ייִדישן לעבן אין ענגלאַנד, ווי אויך מחוץ דעם לאַנד. איך בין זיכער, אַז די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" געדענקען די געשיכטע, ווי אַזוי זײַנע עלטערן האָבן געפּרוּווט אים אײַנאָרדערן פֿאַר אַ תּלמיד אין דער לאָנדאָנער "ייִדישער פֿרײַער שול". ניט צו הערן צי ניט צו לייענען וועגן דעם האָט, דאַכט זיך, געקענט נאָר אַ מענטש, וואָס האָט פֿאַרבראַכט אין אַ קאָמע דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר. אין "ניו-יאָרק טײַמס" האָט מען וועגן "מ" שוין געשריבן אַ פּאָר מאָל, און די ייִדישע פּרעסע הערט ניט אויף אַרומצורעדן די מעשׂה.

אָבער קודם-כּל מוז מען זאָגן עטלעכע ווערטער וועגן דער ענגלישער בילדונג-סיסטעם. צווישן די אַריבער 20 טויזנט מלוכישע (דאָ גייט ניט די רייד וועגן פּריוואַטע) לערנשולן, וואָס עקזיסטירן הײַנט-צו-טאָג אין ענגלאַנד, געהערט בערך אַ דריטל פֿון זיי צו די אַזוי-גערופֿענע "אמונה-שולן" (faith schools). צווישן זיי דאָמינירן שולן פֿאַר פֿאַרשיידענע קריסטלעכע דענאָמינאַציעס: אַנגליקאַנישע (68 פּראָצענט), קאַטוילישע (30 פּראָצענט) און אַנדערע. אָבער 58, בתוכם 38 ייִדישע און 11 מוסולמענישע, שולן זײַנען ניט-קריסטלעכע שולן. אמונה-שולן צי סתּם-שולן ווערן אין גאַנצן צי כּמעט אין גאַנצן אויסגעהאַלטן פֿונעם מלוכישן בודזשעט.

אין די קריסטלעכע, ייִדישע, מוסולמענישע וכ׳ לערן־אַנשטאַלטן דערלויבט מען צו לערנען רעליגיעזע לימודים, ווי אויך צו האָבן אַ באַזונדערן צוגאַנג צום פּראָצעס פֿון אויסקלײַבן די תּלמידים. דאָס הייסט ניט, אַז אין די אמונה-שולן לערנען זיך ניט קיין קינדער פֿון אַנדערע רעליגיעס. איך געדענק, ווי מע האָט געכאַפּט אַ מוסולמענישן טעראָריסט פֿון ענגלאַנד, וואָס איז בשעתּו געווען אַ תּלמיד אין אַ ייִדישער שול. אָבער ס׳רובֿ שולן האָבן תּלמידים פֿון איין רעליגיע, און דאָס רופֿט אַרויס אומצופֿרידנקייט בײַ אייניקע לײַט, וועלכע טענהן, אַז אַזעלכע שולן זײַנען שעדלעך.

די בעסטע ייִדישע שול, וואָס הייסט "פֿרײַע ייִדישע שול", איז בכלל איינע פֿון די בעסטע אין לאַנד. אַ מאָל איז עס געווען די גרעסטע ייִדישע שול אין דער וועלט. איצט איז זי די גרעסטע צווישן אַזעלכע שולן אין אייראָפּע. געשאַפֿן אין יאָר 1732 ווי אַ תּלמוד-תּורה, האָט זי לסוף פֿאַרנומען איר בכּבֿודיק אָרט אין דער סיסטעם פֿון אמונה-שולן. קיין חידוש ניט, אַז די צאָל קינדער, וואָס פּרוּוון באַקומען אַן אָרט אין אַזאַ לערן-אינסטיטוציע, איז אַ סך גרעסער פֿון דער צאָל פֿאַראַנענע ערטער. קלײַבט מען דאָרטן אויס בלויז ייִדן, און דווקא ייִדן פֿון אַ געוויסן שניט.

דער "שניט" שפּילגט אויך אָפּ דעם ענגלישן מאָדעל פֿון ייִדישן לעבן. דאָס לאַנד, וואָס האָט אַ מלכּה, האָט אויך אַ הויפּט-רבֿ, וועלכער שטייט בראָש דער גאַנצער טראַדיציאָנעלער אָרטאָדאָקסישער סטרוקטור פֿונעם ייִדישן לעבן. דאָס הייסט, אַז סײַ די מער אָרטאָדאָקסישע און סײַ די ווייניק אָרטאָדאָקסישע יחידים און קהילות געפֿינען זיך, אין תּוך גענומען, מחוץ דעם דאָזיקן דרך-המלך, און דאָס איז, אַ שטייגער, דער איינציקער וועג, וואָס פֿירט אין דער "פֿרײַער ייִדישער שול". אַ קינד פֿון אַ רעפֿאָרמיסטישן צי קאָנסערוואַטיוון "געסל" וועט מען אַהין ניט אַרײַנלאָזן. ס׳איז ניט גענוג ייִדישלעך פֿאַרן הויפּט-רבֿ און, דאָס הייסט — פֿאַר דער שול. לעצטנס זײַנען געווען צוויי גאָר ווילדע פֿאַלן: קינדער פֿון משפּחות, וווּ די מוטער האָט זיך געהאַט מגייר געווען אין ישׂראל, און דאָרטן האָט מען זי געהאַט געהאַלטן פֿאַר אַ ייִדישע, האָט מען ניט אָנערקענט פֿאַר אַזאַ אין לאָנדאָן.

דעם ייִנגלס ענין איז נאָך "ערגער". זײַן טאַטע איז אַ ייִדישער, אָבער זײַן מאַמע איז געבוירן געוואָרן, נעבעך, אין אַן איטאַליענישער קאַטוילישער משפּחה. זי האָט זיך מגייר געווען, אָבער געטאָן האָט זי עס דורך מסורתּי-רבנים. אויף אָט דעם סמך האָט די "פֿרײַע ייִדישע שול" אָפּגעוואָרפֿן די אַפּליקאַציע פֿון די עלטערן פֿונעם ייִנגל "מ". זיי, די עלטערן, האָבן באַשלאָסן ניט צו פֿאַרשווײַגן די געשיכטע, און עס איז געוואָרן אַ קאָכעניש אַרום איר. מע האָט עס שוין געהאַט באַטראַכט אין עטלעכע געריכטן, און מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט מען סוף-כּל-סוף דערהערט דעם פּסק פֿונעם ענגלישן אויבער-געריכט. ס׳איז באַשלאָסן געוואָרן, אַז די שול האָט ניט געהאַט קיין רעכט אָפּצוּוואַרפֿן די אַפּליקאַציע.

דאָס אַלץ שאַפֿט, פֿאַרשטייט זיך, זייער אַ מאָדנעם מצבֿ, מחמת אַן ענגליש געריכט באַשליסט, וואָס מע מוז פֿאַרשטיין ווי ייִדישקייט. פֿון אַן אַנדער זײַט, געהערט די שול צו מלוכישע אָרגאַניזאַציעס, און די מלוכה האָט דאָס רעכט זיך אַרײַנצומישן אין אירע געשעפֿטן און פֿאַרטיידיקן דאָס רעכט פֿון די ענגלישע בירגער, וועלכע באַקומען ניט קיין צוטריט צו דער שול. דער טראַדיציאָנעלער סעקטאָר פֿון די ענגלישע ייִדן איז אויפֿגעבראַכט, ווײַל דער באַשלוס איז חל אויך אויף אַנדערע ייִדישע שולן. אָבער דער ליבעראַלער סעקטאָר איז זייער צופֿרידן, אַז דער עסטאַבלישמענט אַרום דעם רויפּט-רבֿ האָט פֿאַרלוירן זײַן פֿולן מאָנאָפּאָל איבער דער שול. אַ סבֿרא, אַז די סטרוקטור פֿון ייִדישן לעבן, געשאַפֿן נאָך אין מיטל־עלטער, קען ניט שפּילן אַ דאָמינירנדיקע ראָלע אין אַ וועלט, וווּ ייִדישקייט ווערט ניט מער דעפֿינירט לויט בינאַרע, שוואַרץ-און-ווײַסע תּקנות.