‫פֿון רעדאַקציע

דער מצבֿ אין איראַן ווערט לעצטנס אַלץ מער אָנגעשטרענגט. מע רעדט שוין נישט וועגן אַן אויפֿברויז פֿונעם אומצופֿרידענעם המון, נאָר ממש וועגן א נײַער רעוואָלוציע, אָדער קאָנטער־רעוואָלוציע. וואָס זשע האָט אַזוינס געקאָנט אַרויסרופֿן אַזאַ צעיושעוועטן כּעס בײַ די מאַסן?

זעט אויס, אַז דער פּראָטעסט־כּוח קעגן דער איצטיקער מאַכט האָט גערײַפֿט אינעם פֿאָלק שוין לאַנג.

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר, ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אַ ייִדישער סאָלדאַט אין דער עסטרײַך־אונגערישער אַרמיי

מיר פּלאַגער, מיר שטייען דאָ,
אונטער אײַערע פֿענצטער,
גיט אונדז אַ ביסל בראָנפֿן,
וועט איר זײַן בײַ אונדז דער שענסטער!
אוי וויי, וויי צו מײַנע יאָר!
וואָס איך האָב דערלעבט
צו איין און צוואַנציק יאָר!
(פֿאָלקסליד פֿונעם ייִוואָ־באַנד 
"ייִדישער פֿאָלקלאָר")

געשיכטע, קהילה־לעבן
אַן אַמאָליקע ישיבֿה, הײַנט — אַ טאָגהיים פֿאַר קינדער

צווישן אַנדערע יובילייען פֿון ניו־יאָרק אין 2009 האָט מען אויך געפּראַוועט 100 יאָר פֿונעם בראָנקסער בולוואַר — "גראַנד־קאָנקורס". דער "קאָנקורס" אין דעם זין, איז נישט קיין פֿאַרמעסט, נאָר אַ צונויפֿקום פֿון וועגן, און ווען מע האָט אויספּלאַנירט דעם עלעגאַנטן שטראָז אין 1909 האָט מען אין זינען געהאַט דעם פּאַריזער שאַמפּס־עליזיי. לכתּחילה, האָט מען געוואָלט שאַפֿן באַזונדערע פּאַראַלעלע וועגן פֿאַר פֿערד, ביציקלעטן און פֿוסגייער, און בריקן בײַ יעדן וויכטיקן שנײַדפּונקט.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Michael Chabon.
 Gentlemen of the Road. New York: Ballantine Books, 2008.

מײַקל שאַבאָן געהערט צו דעם יונגן דור פֿון אַמעריקאַנער ייִדישע שרײַבער, וואָס איז אַרויס אויף דער גרויסער ליטעראַרישער בינע נאָך אַזעלכע גדולים ווי שאָול בעלאָו, באַרנאַרד מאַלאַמוד און פֿיליפּ ראָט. דאָס זײַנען אייניקלעך און אוראייניקלעך פֿון אימיגראַנטן, און האָבן ניט געהאַט קיין דירעקטן קאָנטאַקט מיט דער קולטור פֿון דער "אַלטער היים". זיי האָבן באַקומען אַ גרונטיקע בילדונג אין גוטע אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן און פֿילן זיך אײַנגעוואָרצלט אין דער וועלט פֿון ענגלישער שפּראַך און ליטעראַטור.

ישׂראל, פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יצחק ראַבין, עליו השלום, פֿלעגט באַצייכענען די אינטריגעס און דעם "פֿערד־מאַרק" אין די פּאַרטיייִשע אינסטאַנצן, אָדער אין די צווישן־פּאַרטיייִשע "קאָמבינעס", מיטן חוזק־"ווערטל": גועליציה. פֿון דעם וואָרט "גועל"־נפֿש, וואָס מיינט פּשוט: עקל. באַזונדערס אין די פּאַרטייען פֿון דער הערשנדיקער קאָאַליציע, אָדער אין די דינגענישן בײַם צוזאַמענשטעלן די קאָאַליציע.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

צוויי סדרות אינעם חומש טראָגן אַ נאָמען, וואָס האָט צו טאָן מיטן ענין פֿון לעבן: "חיי שׂרה" און די הײַנטיקע פּרשה, "ויחי".

בײַם אָנהייב פֿון דער פּרשה "חיי שׂרה" גיט אונדז די תּורה צו וויסן, אַז שׂרה איז געשטאָרבן בײַ 127 יאָר; ווײַטער גייט אַ רייד וועגן דעם, ווי אַבֿרהם האָט זי באַערדיקט אין דער מערכת־המכפּלה. דערנאָך ווערט דערציילט, ווי אַבֿרהמס באַדינער, אליעזר, האָט געפֿונען דעם שידוך פֿאַר יצחקן.

אײראָפּע, פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער הויפּט־רבֿ פֿון ענגלאַנד, ד״ר יונתן סאַקס, פֿאַרלאָזט דאָס העכסטע געריכט בעת אַן אַפּעל לטובֿת דער "ייִדישער פֿרײַער שול", דעם 27סטן אָקטאָבער, אין לאָנדאָן

יאָ, צוליב לעגאַלע טעמים ווייסן מיר ניט דעם נאָמען פֿון דעם ייִנגל, כאָטש זײַן ענין איז איצט אין צענטער פֿון ייִדישן לעבן אין ענגלאַנד, ווי אויך מחוץ דעם לאַנד. איך בין זיכער, אַז די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" געדענקען די געשיכטע, ווי אַזוי זײַנע עלטערן האָבן געפּרוּווט אים אײַנאָרדערן פֿאַר אַ תּלמיד אין דער לאָנדאָנער "ייִדישער פֿרײַער שול". ניט צו הערן צי ניט צו לייענען וועגן דעם האָט, דאַכט זיך, געקענט נאָר אַ מענטש, וואָס האָט פֿאַרבראַכט אין אַ קאָמע דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר.

פּובליציסטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בעת דעם פּראָצעס פֿונעם 89־יאָריקן נאַצי־וועכטער איוואַן דעמיאַניוק, פֿאַראַטאָגן מאָנטיק, האָט זײַן אַדוואָקאַט, אולריך בוש, פּראָוואָצירט דעם עולם און אַפֿילו זיך צעווערטלט מיט דעמיאַניוקס צווייטן אַדוואָקאַט, גיונטער מאַול. אויפֿן בילד: בוש (פֿאָרנט, רעכטס), אינעם געריכט אין מינכן

מאָנטיק, דעם 21סטן דעצעמבער, נאָכן איבעררײַס "צוליב דער קראַנקייט", איז דער פּראָצעס איבער איוואַן דעמיאַניוק אָנגעגאַנגען ווײַטער. אויך ווי בײַ די פֿריִערדיקע זיצונגען, האָט דער באַשולדיקטער זיך געפֿונען אין אַ רעדערשטול, אַרומגערינגלט מיט פּאָליציאַנטן, אַדוואָקאַטן, קראַנקנשוועסטער און אַנדערע פּאַרשוינען. ווי פֿריִער איז ער געווען אָנגעטאָן אין זײַן גרינעם טורמע־אָנצוג, און אויפֿן קאָפּ געטראָגן זײַן בייסבאָל־היטעלע מיטן לאַנגן דאַשיק.

פּובליציסטיק
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מ. מינקאָווסקי — "אויפֿן וועג"

ייִדן לעבן אין גלות, ווי באַוווּסט. דאָס איינציקע וואָס מיר ווייסן אָפֿט ניט, איז אַקוראַט וואָס "גלות" איז און צי אַנדערע פֿעלקער געפֿינען זיך אויך אין גלותן (צי מיר זענען אין דעם פּרט אויך אַן אַתּה בחרתּנו־פֿאָלק).

דאָס ערשטע מאָל וואָס מיר געפֿינען דאָס וואָרט "גלות" אין די אַלטע ייִדישע מקורים איז בײַ דעם נבֿיא ישעיה (קאַפּיטל מ"ה). דאָרטן מיינט דאָס וואָרט אַן ערך "אָרט פֿון פֿאַרטריבנקייט". פֿון אָט דעם שורש נעמט זיך אויך דאָס וואָרט "גולה", דאָס אָרט (אָדער ערטער) וווּהין ייִדן וועלן פֿאַרטריבן ווערן.

געזעלשאַפֿט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דענקמאָל פֿון באָגדאַן כמעלניצקי אין קיִעוו

מיט הונדערט יאָר צוריק האָט אין "פֿאָרווערטס" דעביוטירט מיט אַ דערציילונג דער יונגער פּען-מענטש מענדל אָשעראָוויטש (1888—1965). אין אַמעריקע האָט ער, אַ געבוירענער אין אוקראַיִנע, צו יענער צײַט פֿאַרבראַכט נאָר אַ יאָר און געזוכט, מיט וואָס ער זאָל זיך באַשעפֿטיקן. אין 1914 האָט ער אַ באַשעפֿטיקונג געפֿונען: אים האָט מען פֿאָרגעלייגט צו אַרבעטן אין "פֿאָרווערטס". שפּעטער איז ער געווען אַ פֿירנדיקער "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסט און רעדאַקטאָר.

געשיכטע, פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די מצבֿות פֿון מענדל און ברוסי

מענדל און איך. מיר זײַנען געבוירן געוואָרן טויזנטער מײַלן אָפּגערוקט איינער פֿונעם אַנדערן. ער — אין די קאַרפּאַטן און איך — אין סיביר. וואָס אַן אמת, ווען איך בין געבוירן געוואָרן, איז מענדל שוין געווען אַ בחור פֿון צען יאָר. ער איז אַרויסגעקומען פֿון ווישניצער חסידים און איך — פֿון ליידיקע ייִדישע ווענט. ער איז געגאַנגען אין חדר און גערעדט ייִדיש. מײַן לשון איז געווען רוסיש און געגאַנגען בין איך אין די רוסישע שקאָלעס. און ווען נישט דער חורבן, וואָלטן מיר זיך, מסתּמא, קיין מאָל נישט באַגעגנט. ער איז ניצול געוואָרן פֿון אוישוויץ, און איך מיט מײַנע טאַטע־מאַמע, זײַנען ניצול געוואָרן פֿון סטאַלינס גיהנום; זיכער נישט צו פֿאַרגלײַכן — און דאָך...

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן ברודער מרדכי וווינט אין כינע שוין צוויי יאָר, און מיר אַלע האָפֿן, אַז ער וועט זיך באַלד צוריק אַריבערציִען זיך אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. מרדכי איז יונג און האָט נאָך נישט חתונה געהאַט. אים געפֿעלן די איבערלעבונגען פֿון אַרבעטן און וווינען אין דער פֿרעמד. צוליב דעם לאַנגן, טײַערן פֿלי, קומט מרדכי אַהיים נאָר איין מאָל אַ יאָר, און ער בלײַבט מיט אונדז דרײַ וואָכן.