בעת דעם פּראָצעס פֿונעם 89־יאָריקן נאַצי־וועכטער איוואַן דעמיאַניוק, פֿאַראַטאָגן מאָנטיק, האָט זײַן אַדוואָקאַט, אולריך בוש, פּראָוואָצירט דעם עולם און אַפֿילו זיך צעווערטלט מיט דעמיאַניוקס צווייטן אַדוואָקאַט, גיונטער מאַול. אויפֿן בילד: בוש (פֿאָרנט, רעכטס), אינעם געריכט אין מינכן |
Getty Images |
מאָנטיק, דעם 21סטן דעצעמבער, נאָכן איבעררײַס "צוליב דער קראַנקייט", איז דער פּראָצעס איבער איוואַן דעמיאַניוק אָנגעגאַנגען ווײַטער. אויך ווי בײַ די פֿריִערדיקע זיצונגען, האָט דער באַשולדיקטער זיך געפֿונען אין אַ רעדערשטול, אַרומגערינגלט מיט פּאָליציאַנטן, אַדוואָקאַטן, קראַנקנשוועסטער און אַנדערע פּאַרשוינען. ווי פֿריִער איז ער געווען אָנגעטאָן אין זײַן גרינעם טורמע־אָנצוג, און אויפֿן קאָפּ געטראָגן זײַן בייסבאָל־היטעלע מיטן לאַנגן דאַשיק. די אויגן האָט ער געהאַלטן פֿאַרמאַכט, נישט רעאַגירט אויפֿן אַרום, ווי נישט צו אים האָט עס אַ שײַכות. מיט איין וואָרט, די זעלבע טריקס, כּדי אַרויסצורופֿן רחמנות, אויב נישט בײַ די ריכטער, איז כאָטש בײַ די זשורנאַליסטן, און דורך זיי — בײַ דער געזעלשאַפֿט.
וואָס איז דער צוועק? פּראָוואָצירן פּראָטעסט־אומרוען קעגן דעם "פּראָצעס איבער אַן אומבאַהאָלפֿענעם 90־יאָריקן זקן". אַגבֿ, בײַ די טורמע־דאָקטוירים רופֿט זײַן געזונט אַרויס ממש אַ פֿאַרוווּנדערונג: אַלע מעדיצינישע טעסטן — פֿון בלוט־דרוק ביז צוקער אין בלוט — ווי בײַ אַ יונגן מענטש. קיין שום ערנסטע סימפּטאָמען פֿון אַ קראַנקייט אָדער אַן עלטער־פּאַטאָלאָגיע!
פֿון דעסטוועגן, איז נישט דער אַלטער דעמיאַניוק געוואָרן דער הויפּט־העלד פֿונעם דריטן סעסיע־טאָג. די דאָזיקע ראָלע האָט אויף זיך גענומען זײַן הויפּט־פֿאַרטיידיקער, דער אַדוואָקאַט אולריך בוש, וואָס האָט, צוזאַמען מיט זײַנע קאָלעגן, אַרויסגעוויזן בשעתן מישפּט אַ פּאָליטישן פּראָטעסט. נאָך מער, מע קאָן אַפֿילו זײַן אויפֿפֿיר פֿאַרטײַטשן ווי אַ פּראָוואָקאַציע.
וואָס איז געשען? קודם־כּל, האָט אולריך בוש געפֿאָדערט אָפּצושטעלן דעם פּראָצעס און תּיכּף־ומיד באַפֿרײַען דעמיאַניוקן. אַזאַ אויפֿפֿיר שטימט גאָר נישט מיט דער דײַטשישער געריכט־עטיק! דעריבער איז די פּראָוואָקאַציע דורכגעפֿאַלן. דער ריכטער האָט אים רויִק געענטפֿערט, אַז ער זעט נישט קיין סיבות אָפּצושטעלן דעם פּראָצעס. ער האָט אויך אָפּגעוואָרפֿן די פֿאָדערונג צו באַפֿרײַען דעם באַשולדיקטן דעמיאַניוק. דערבײַ האָט דער ריכטער באַמערקט, אַז דעמיאַניוק באַקומט אין טורמע אַזעלכע גוטע מעדיצינישע באַדינונגען, וואָס אויף דער פֿרײַ וואָלט ער זיך אַליין נישט געקאָנט פֿאַרגינען.
דער אַדוואָקאַט האָט אָבער אַרויסגעשטעלט נײַע פֿאָדערונגען: אָפּצושטעלן דעם מישפּט ביז עס וועלן נישט צוגעשטעלט ווערן די צוגאָב־מאַטעריאַלן פֿון אוקראַיִנע און רוסלאַנד. אויף דעם האָט אים דער פֿאָרזיצער פֿונעם פּראָצעס, ראַלף אַלט געענטפֿערט: "דאָס געריכט האַלט, אַז בלויז די מאַטעריאַלן, וועלכע דאָס געריכט פֿאַרמאָגט, זײַנען גענוגנדיק, כּדי ווײַטער אָנצוגיין מיטן פּראָצעס".
דער צווייטער אַדוואָקאַט, גיונטער מאַול, האָט גראָד אונטערגעהאַלטן די רייד פֿונעם הויפּט־ריכטער, וואָס האָט באַלד אַרויסגערופֿן אַ סקאַנדאַל צווישן ביידע אַדוואָקאַטן. דעמאָלט האָט אולריך בוש אָנגעהויבן פֿאָדערן פֿון זײַן קאָלעגע, מאַול, אַז יענער זאָל פֿאַרלאָזן דעם פּראָצעס, ווײַל ער פֿירט נישט אויס זײַן פֿאַרטיידיקונג־שליחות. באַלד נאָך דער זיצונג האָט בוש פֿאָרגעוואָרפֿן מאַולן: "איר שטעלט זיך קעגן מײַן מיינונג בשעתן געריכט! איר האָט נישט דאָרט וואָס צו טאָן, אויב איר זײַט זיכער נאָר אין דעם, וואָס עס זאָגט דער ריכטער! איר זײַט מער פּראָקוראָר ווי דער פּראָקוראָר אַליין!"
בשעתן פּראָצעס זײַנען פֿאַרהערט געוואָרן 12 עדות, מצד דער באַשולדיקונג. איינער פֿון זיי, דער 87־יאָריקער פֿיליפּ יאַקאָבס, וועלכער איז געקומען קיין מינכן פֿון אַמסטערדאַם, האָט מיט טרערן אין די אויגן דערציילט, ווי אין 1943 זײַנען דעפּאָרטירט געוואָרן די עלטערן פֿון זײַן כּלה און דערנאָך פֿאַרברענט געוואָרן אין די אויוונס פֿון סאָביבאָר. און ווידער האָט דער אַדוואָקאַט אולריך בוש פּראָטעסטירט, מעלדנדיק, אַז די ווערטער פֿונעם עדות האָבן נישט קיין דירעקטן שײַכות צום ענין פֿון דעמיאַניוקן.
אַגבֿ, אין דײַטשלאַנד ווערן איצט קאָנטראָלירט די ידיעות, אַז איינער פֿון די עדות, וואָס דאַרף אויפֿטרעטן אויפֿן פּראָצעס, איז, זעט אויס, אַליין פֿאַרמישט אין פֿאַרניכטונג־אַקציעס. דער איינער איז אַלעקס נאַגאָרני, וואָס מ׳איז אים חושד, אַז ער איז געווען אַ וואַכמאַן אינעם קאָנצענטראַציע־לאַגער טרעבלינקע. דער הויפּט בײַם אויספֿאָרש־צענטער פֿון נאַצישע פֿאַרברעכנס אין דײַטשלאַנד, קורט שרים, האָט זיך אָפּגעזאָגט צו קאָמענטירן די ידיעה, פֿאַררופֿנדיק זיך אויף דעם, אַז די אויספֿאָרשונג איז נאָך נישט פֿאַרענדיקט.
אַלעקס נאַגאָרני איז שוין דער צווייטער עדות אין דעם פּראָצעס, וועלכער ווערט אַליין פֿאַרדעכטיקט אין מיליטערישע פֿאַרברעכנס. אַזוי האָט מען הײַיאָר, אין נאָוועמבער אָנגעהויבן אויסצופֿאָרשן דעם ענין פֿונעם 88־יאָריקן עדות סאַמועל קונץ, וועלכער האָט באַשטעטיקט, אַז בעת דער מלחמה האָט ער געאַרבעט אינעם קאָנצענטראַציע־לאַגער בעלזעץ, פּוילן. "מיר האָבן גוט געוווּסט, אַז אינעם לאַגער ווערן אומגעבראַכט ייִדן, און דערנאָך פֿאַרברענט מען זייערע גופֿים", — האָט ער דערציילט די אויספֿאָרשער.
דער פּראָצעס איבער איוואַן (דזשאָן) דעמיאַניוק גייט אָן ווײַטער. די פֿערטע סעסיע דאַרף שוין פֿאָרקומע דעם קומענידקן יאָר.