ליטעראַטור
Michael Chabon.
 Gentlemen of the Road. New York: Ballantine Books, 2008.
Michael Chabon.
 Gentlemen of the Road. New York: Ballantine Books, 2008.

מײַקל שאַבאָן געהערט צו דעם יונגן דור פֿון אַמעריקאַנער ייִדישע שרײַבער, וואָס איז אַרויס אויף דער גרויסער ליטעראַרישער בינע נאָך אַזעלכע גדולים ווי שאָול בעלאָו, באַרנאַרד מאַלאַמוד און פֿיליפּ ראָט. דאָס זײַנען אייניקלעך און אוראייניקלעך פֿון אימיגראַנטן, און האָבן ניט געהאַט קיין דירעקטן קאָנטאַקט מיט דער קולטור פֿון דער "אַלטער היים". זיי האָבן באַקומען אַ גרונטיקע בילדונג אין גוטע אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן און פֿילן זיך אײַנגעוואָרצלט אין דער וועלט פֿון ענגלישער שפּראַך און ליטעראַטור.

אין אונטערשיד צו זייערע פֿאָרגייער, וואָס האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט גרויסע וועלט־פֿראַגן, זײַנען די יונגע שרײַבער מער שפּילעוודיק אין זייער באַציִונג צו ליטעראַטור און צו זייערע לייענער. יונתן סאַפֿראַן פֿאָר, נתן ענגלאַנדער און מײַקל שאַבאָן שאַפֿן אַן אייגענע וועלט, באַוווינט מיט אייגנאַרטיקע ייִדישע פּערסאָנאַזשן. די ווירקלעכקייט מישט זיך דאָ איבער מיט פֿאַנטאַזיע, און פֿונעם דאָזיקן מישמאַש וואַקסן אַרויס געשפּאַנטע מעשׂיות מיט פֿאַרדרייטע סוזשעטן. די דאָזיקע נײַע אַמעריקאַניש־ייִדישע פּראָזע דערמאָנט צומאָל דעם אַלטן שונד. דער חילוק באַשטייט אין דעם, וואָס די יונגע שרײַבער פֿאַרמאָגן אַ שאַרפֿן חוש פֿאַר איראָניע און נעמען אָן, אַז זייערע לייענער וועלן פֿאַרשטיין די כּללים פֿון זייער שפּיל. די מעלות פֿון די דאָזיקע ווערק ליגט ניט אין דער טיפֿקייט פֿון דעם געדאַנק אָדער אין דער שאַרפֿקייט פֿון פּסיכאָלאָגישע אָבסערוואַציעס, נאָר אין דער געקינצלטער אויסגעשליפֿנקייט פֿון דער שפּראַך און אין דער שאַרפֿזיניקייט פֿון איראָניע.

מײַקל שאַבאָן איז מסתּמא דער סאַמע באַגאַבטער פֿאָרשטייער פֿון אָט דער נײַער כוואַליע אין דער אַמעריקאַניש־ייִדישער ליטעראַטור. ביז לעצטנס, איז ער געשטאַנען אין זײַנע ווערק אויף דעם מאָדערנעם באָדן, וואָס האָט אים דערמעגלעכט צו שאַפֿן העכסט־אינטערעסאַנטע ראָמאַנען מיט פֿאַנטאַסטישע עלעמענטן אויף אַקטועלע טעמעס. זײַן נײַער ראָמאַן איז אַנדערש. די האַנדלונג קומט פֿאָר מיט איין טויזנט יאָר צוריק אין דער געגנט, וואָס איר געשיכטע איז באַדעקט מיט אַ געדיכטן נעפּל.

דאָס איז אַ מעשׂה וועגן צוויי ייִדישע שלעפּערס, אַן אַשכּנזישן ייִד פֿון רעגענסבורג און אַ שוואַרצן ריז פֿון עטיאָפּיע, וועלכע לאָזן זיך אין כּלערליי אַוואַנטורעס אויף די שליאַכן פֿון קאַווקאַז. איין אַוואַנטורע ברענגט זיי אין דער הויפּטשטאָט פֿונעם כאַזאַרישן קאַגאַנאַט איטיל, וווּ זיי ווערן פֿאַרמישט אין אַ קאָמפּליצירטער פּאָליטישער אינטריגע. די כאַזאַרישע טעמאַטיק בלײַבט עד־היום אַ פּאָפּולערע סחורה בײַ די מחברים פֿון פּאָפּולערע היסטאָרישע ביכער. גאָר לעצטנס האָט מען באַקומען אַ נײַעם גילגול פֿון דער אַלטער מעשׂה וועגן דעם כּלומרשט כאַזאַרישן אָפּשטאַם פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן אינעם בוך פֿונעם ישׂראלדיקן היסטאָריקער שלמה זאַנד "די דערפֿינדונג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק", וואָס איז געוואָרן אַ בעסט־סעלער אין ישׂראל און אַמעריקע.

די אויפֿלעבונג פֿון דער אַלטער מעשׂה האָט אַ קנאַפּן וויסנשאַפֿטלעכן אינטערעס, אָבער זי זאָגט עדות וועגן דעם הײַנטצײַטיקן צײַטגײַסט. אַ סך ייִדן, בפֿרט די יונגע אינטעלעקטואַלן אין אייראָפּע און אַמעריקע, זײַנען ניט צופֿרידן מיט דער סטאַטעטשנער נאַציאָנאַל־רעליגיעזער אידעאָלאָגיע, וואָס באַזירט זיך אויף דרײַ יסודות: דער חורבן, ציוניזם און רעליגיע. מען זוכט עפּעס פֿרישס און אויפֿרייצנדיקס, אַן אַנדער מין ייִדישע אידענטיטעט, וואָס זאָל זײַן אי וועלטלעך, אי לעבעדיק און דערבײַ פֿאַרמאָגן אַן אייגנאַרטיקן ייִדישן חן און טעם.

שאַבאָן, אַ באַגאַבטער ענגלישער סטיליסט מיט אַ רײַכן כּוח־הדמיון און אַ שאַרפֿן חוש פֿאַר קאָמערציעלן דערפֿאָלג, שרײַבט דווקא פֿאַר אַזאַ מין עולם. זײַן לעצטער ראָמאַן איז פֿול מיט איראָנישע רמזים אויף דער הײַנטיקער פּאָליטיק. דער מחבר דערקלערט דעם צוועק פֿון זײַן בוך אין דעם נאָכוואָרט׃ "אינעם דאָזיקן בוך פּרוּוו איך אויפֿטאָן עפּעס אַזוינס, וואָס אייניקע פֿון מײַנע פֿריִערדיקע העלדן האָבן געוואָלט עס טאָן׃ איך בין אויסן צו זוכן אַ שטיקל אַוואַנטורע". צוערשט, האָט שאַבאָן בדעה געהאַט צו באַטיטלען זײַן ראָמאַן "ייִדן מיט שווערדן", אָבער דערנאָך האָט ער באַשלאָסן, אַז דאָס קלינגט לעכערלעך פֿאַרן מאָדערנעם אַמעריקאַנער לייענער, וואָס איז צוגעוווינט צו אַן אַנדערן אימאַזש פֿונעם ייִד.

דער סיפּור־המעשׂה פֿונעם ראָמאַן איז ניט קיין נײַער. אין תּוך גענומען, חזרט ער איבער מענדעלעס "מסעות בנימין השלישי". שאַבאָנס העלדן האָבן זיך אַרויסגעריסן פֿונעם רוסישן תּחום־המושבֿ און האָבן טאַקע יאָ געפֿונען די "רויטע ייִדעלעך", דעם סודותדיקן שבֿט פֿון כאַזאַרן, וואָס באַוווינען דעם ברייטן שטח צווישן דעם קאַספּישן און דעם שוואַרצן ים. דאָס כאַזאַרישע מלכות, אַזוי ווי די אויטאָנאָמע ייִדישע געגנט אין אַלאַסקע אין שאַבאָנס פֿריִערדיקן ראָמאַן "ייִדישער פּאָליציי־פֿאַרבאַנד", פֿאַרקערפּערט דעם פּראָבלעמאַטישן אַספּעקט פֿונעם פּאָליטישן חלום פֿון אַ "נאָרמאַלער" ייִדישער מלוכה, וואָס זאָל זײַן ענלעך צו די אומות־העולם. מיט זײַן איראָנישער פֿאַנטאַזיע טראַכט שאַבאָן אויס פֿאַנטאַסטישע סיטואַציעס, וואָס באַטאָנען דעם קאָנטראַסט צווישן דער ייִדישער טבֿע און דעם באַגריף פֿון "נאָרמאַלן" פּאָליטישן לעבן. זײַנע ביכער, ווי מאָדנע זיי זאָלן ניט אויסזען, שטעלן מיט זיך פֿאָר שאַרפֿזיניקע קריטישע קאָמענטאַרן אויף דעם הײַנטיקן פּאָליטישן מצבֿ.