טײַערע חזנטע,
מײַן ברודער מרדכי וווינט אין כינע שוין צוויי יאָר, און מיר אַלע האָפֿן, אַז ער וועט זיך באַלד צוריק אַריבערציִען זיך אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. מרדכי איז יונג און האָט נאָך נישט חתונה געהאַט. אים געפֿעלן די איבערלעבונגען פֿון אַרבעטן און וווינען אין דער פֿרעמד. צוליב דעם לאַנגן, טײַערן פֿלי, קומט מרדכי אַהיים נאָר איין מאָל אַ יאָר, און ער בלײַבט מיט אונדז דרײַ וואָכן. מײַן מאַמע באַלעוועט אים די גאַנצע צײַט וואָס ער פֿאַרברענגט מיט אונדז. זי קויפֿט אײַן און קאָכט אים יעדעס מאכל וואָס ער האָט ליב, מאַכט פֿאַר אים גאַנצע סעודות און שענקט אים אָן אַ שיעור מתּנות. ער דריקט אויס זײַן דאַנק, אָבער איך קען נישט פֿאַרטראָגן ווי זי באַדינט אים ווי אַ מלך. זאָל איך עפּעס זאָגן?
שוועסטער
טײַערע שוועסטער,
איך קען זיך פֿאָרשטעלן ווי שווער עס איז פֿאַר אײַער מאַמען צו האָבן אַ זון, וואָס וווינט אַזוי ווײַט אַוועק פֿון איר, אין כינע. אַוודאי קוקט זי אַרויס אויף זײַן באַזוך יעדעס יאָר. טאָ לאָזט אײַער מאַמען צעבאַלעווען איר זון ווײַטער, אַבי אײַער ברודער גיט איר אָפּ דעם געהעריקן כּבֿוד.
טײַערע חזנטע,
מײַן חבֿרטע און איך וווינען צוויי שעה אַוועק איינע פֿון דער אַנדערער. מיר פֿאַרברענגען יעדן סוף־וואָך צוזאַמען, אָבער במשך פֿון דער וואָך, זעען מיר זיך קיין מאָל נישט. מיר רעדן אויפֿן טעלעפֿאָן יעדע נאַכט, און דורך בליצפּאָסט, בײַ טאָג. מיר דאַכט, אַז מיר קריגן זיך אַלע מאָל דורך די בליצבריוו. מיר קומען גוט אויס במשך פֿון די סוף־וואָכן און האָבן הנאה צוזאַמען, אָבער נאָך דעם, דורך בליצפּאָסט, קריגן מיר זיך ווײַטער. איך האָב מלכּהן געזאָגט, אַז מיר זאָלן אויפֿהערן שיקן בליצבריוו, אָבער זי ענטפֿערט, אַז די צרה ליגט נישט אין די בליצבריוו. וואָס רעקאָמענדירט איר?
בליצפּאָסט־קריגער
טײַערע בליצפּאָסט־קריגער,
אַ מאָל איז גרינגער זיך צו קריגן דורך בליצפּאָסט: מע קען אויסדריקן אַלע געדאַנקען אָן איבעררײַס, און מע קען איבערגעבן זאַכן, וואָס ס׳וואָלטן אפֿשר געווען שווער פּנים־אל־פּנים. פֿון דעסטוועגן, כּדי צו פֿאַרשטאַרקן אײַער באַציִונג, וואָלט איר געדאַרפֿט קענען זיך אויסטענהן פּנים־אל־פּנים. איך וואָלט אײַך געעצהט צו ניצן בליצפּאָסט נאָר פֿאַר קורצע, אומפֿאָרמעלע שמועסן, און צו האַלטן די גרעסערע דיסקוסיעס בעת דעם סוף־וואָך.
טײַערע חזנטע,
דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר האָב איך זיך געגעבן אַ נדר לכּבֿוד דעם נײַעם יאָר, און שוין דעם נדר "צעבראָכן" דעם 3טן יאַנואַר. זאָל איך דאָס יאָר נאָך אַ מאָל זיך געבן אַזאַ נדר בײַם אָנהייב יאָר?
צעבראָכן
טײַערע צעבראָכן,
נאָר אויב איר האָט בדעה דעם נדר צו האַלטן.
* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024