געשיכטע, קהילה־לעבן
אַן אַמאָליקע ישיבֿה, הײַנט — אַ טאָגהיים פֿאַר קינדער
אַן אַמאָליקע ישיבֿה, הײַנט — אַ טאָגהיים פֿאַר קינדער

צווישן אַנדערע יובילייען פֿון ניו־יאָרק אין 2009 האָט מען אויך געפּראַוועט 100 יאָר פֿונעם בראָנקסער בולוואַר — "גראַנד־קאָנקורס". דער "קאָנקורס" אין דעם זין, איז נישט קיין פֿאַרמעסט, נאָר אַ צונויפֿקום פֿון וועגן, און ווען מע האָט אויספּלאַנירט דעם עלעגאַנטן שטראָז אין 1909 האָט מען אין זינען געהאַט דעם פּאַריזער שאַמפּס־עליזיי. לכתּחילה, האָט מען געוואָלט שאַפֿן באַזונדערע פּאַראַלעלע וועגן פֿאַר פֿערד, ביציקלעטן און פֿוסגייער, און בריקן בײַ יעדן וויכטיקן שנײַדפּונקט. נישט אַלע פֿון די געדאַנקען זענען מקוים געוואָרן, אָבער דער "גראַנד־קאָנקורס" איז ס'רובֿ יאָרן פֿון זײַן געשיכטע געבליבן אַן אַדרעס, וווּ יעדער בראָנקסער האָט געחלומט צו וווינען.

וועט מען פֿרעגן, וואָס פֿריידט מען זיך אַזוי מיט דעם אין אַ ייִדישער צײַטונג? אויב מע פֿרעגט שוין, איז עס אַ סימן, אַז מען איז נישט אויפֿגעוואַקסן אין בראָנקס — אויפֿן גראַנד־קאָנקורס האָט דאָס ייִדישע לעבן געשפּרודלט אין אַלע ווינקלען: עלטערע ייִדן פֿלעגן דאָרט שפּילן שאָך אויף ייִדיש; תּלמידים אין ישיבֿות און ייִדישע פֿאָלקשולן האָבן זיך געלערנט לעגנ־אויס דער ברייטער גאַס; ייִדישע דאָקטוירעם (מײַן טאַטע בתוכם) האָבן דאָרט אויפֿגענומען די קראַנקע אויף ייִדיש.

אינעם 19טן יאָרהונדערט איז די בראָנקס־געגנט באַשטאַנען פֿון פֿאַרמען און וועלדער. די פֿאַרמער האָבן פֿאַרזעצט גרינסן און פֿרוכט, וואָס מע האָט פֿאַרקויפֿט צו דער באַפֿעלקערונג אין מאַנהעטן. אין 1846 האָבן געוווינט דאָרטן נאָר 7,000 מענטשן. אין יענעם יאָר, האָט דער פּאָעט עדגאַר אַלען פּאָ געבראַכט אַהין זײַן יונגע פֿרוי (אויפֿן וועג וואָס איז שפּעטער געוואָרן דער גראַנד־קאָנקורס), מיט דער האָפֿענונג, אַז די פֿרישע לופֿט וועט קורירן איר טובערקולאָז. זייער הײַזל שטייט נאָך אַלץ לעבן קינגסברידש־גאַס.

דער חשובֿער "גראַנד־האָטעל" אויפֿן "גראַנד־קאָנקורס"
דער חשובֿער "גראַנד־האָטעל" אויפֿן "גראַנד־קאָנקורס"

אין די ערשטע יאָרן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָט אָנגעהויבן, אויף אַן ערנסט, צו פֿליסן דער שטראָם פֿון מאַנהעטן־אײַנוווינער צו דער פֿרישער לופֿט פֿון בראָנקס. דער אינזשעניר לויִס ריסע, אַן אימיגראַנט פֿון דער עלזאַסער געגנט וואָס האָט געוווינט אויף מאָט־עוועניו, איז געפֿאַלן אויפֿן געדאַנק פֿונעם "קאָנקורס" אין 1890, בעת אַ געיעג וווּ עס געפֿינט זיך הײַנט דער קראָטאָנאַ־פּאַרק. ער האָט באַמערקט דאָס לאַנגע בערגל פּאַזע בראָנקס, פֿון דער הײַנטיקער 138סטער גאַס אויף דרום, ביזן מאָשעלו־פּאַרק אויף צפֿון. אַ ברייטער בולוואַר וואָלט לײַכט געמאַכט דאָס קומען צו די שיינע פּאַרקן און וועלדער פֿון בראָנקס פֿאַר די מאַנהעטן־לײַט. צום סוף, האָט מען דעם בולוואַר געבויט 180 פֿוס אין דער ברייט מיט ביימער, פֿאַרזעצט אויף ביידע זײַטן פֿונעם גאַנצן וועג. אין צענטער האָט "דער אַמעריקאַנער לעגיאָן" פֿאַרפֿלאַנצט קליאָנען לזכּרון די געפֿאַלענע סאָלדאַטן פֿון בראָנקס אין דער ערשטער וועלט־מלחמה (קיין איינער פֿון די ביימער איז הײַנט ניט געבליבן).

אין גיכן האָט מען אויפֿגעבויט וווּנדער־שיינע דירות־הײַזער פֿאַרן מיטעלן קלאַס, וואָס איז אַנטלאָפֿן פֿון די איבער־געפּאַקטע טענעמענט־הײַזער פֿון דער איסט־סײַד. אין די נײַע וווינונגען זענען די צימערן געווען גרעסער; די זונען־שײַן האָט אַרײַנגעשטראַלט דורך אַלע פֿענצטער, און אַ ליפֿט האָט מען געקענט ניצן, און פֿאַרגעסן אין די אַלע טרעפּ פֿון אַמאָל. אין דער זעלבער צײַט האָט מען געבויט די "D"־באַן אונטער דער ערד, וואָס האָט פֿאַרבונדן בראָנקס מיט מאַנהעטן.

אין די 1920ער און 1930ער יאָרן האָט מען אויפֿגעבויט ס'רוב בנינים אויפֿן "גראַנד־קאָנקורס" מיטן געדאַנק, אַז די אַרכיטעקטור וועט משפּיע זײַן אויף דער מענטשלעכקייט פֿון דער געגנט. די האַרמאָניע פֿונעם "אַרט־דעקאָ"־סטיל, האָט מען געגלייבט, וועט העלפֿן די סאָציאַלע און געזעלשאַפֿטלעכע אַספּעקטן פֿונעם בראָנקסער לעבן.

אַ פֿיש־מאָזאַיִק אויף אַ בנין אינעם "אַרט־דעקאָ"־סטיל
אַ פֿיש־מאָזאַיִק אויף אַ בנין אינעם "אַרט־דעקאָ"־סטיל

הײַנט קען מען זען אויפֿן "גראַנד־קאָנקורס" די גרעסטע זאַמלונג פֿון "אַרט־דעקאָ"־בנינים אין אַמעריקע. דעם סטיל זעט מען נישט נאָר פֿון דרויסן, נאָר אויך אינעווייניק, אין די גרויסע פֿאָיעען, אין די ריזיקע וואַנט־מאָלערײַען, הויפֿן און אָרנאַמענטאַציע, וואָס מע טרעפֿט זעלטן אין מאַנהעטענער דירות־הײַזער. אַז מע פֿאָרט אַראָפּ דעם "קאָנקורס" הײַנט פֿון איין עק ביזן אַנדערן, וועט מען אויך זען ריזיקע שילן, וווּ טויזנטער ייִדן האָבן אַ מאָל געדאַוונט.

וווינענדיק איין גאַס פֿונעם "גראַנד־קאָנקורס", געדענק איך, ווי גיך עס זענען אַנטלאָפֿן די ייִדן אין די 1960ער און 1970ער יאָרן; אַנטלאָפֿן צו די פֿאָרשטעט, צו "קאָאַפּ־סיטי", צו לאָנג־אײַלאַנד. אַזוי גיך איז מען אַוועק, אַז אַ "יאָנג־איזראַעל"־שיל, וואָס מ׳האָט ערשט אויפֿגעבויט אין די אָנהייב 1960ער יאָרן, האָט מען שוין צען יאָר שפּעטער פֿאַרקויפֿט. הײַנט געפֿינט זיך אין דער געוועזענער שיל "דער בראָנקסער קונסט־מוזיי". נאָר עלטערע ייִדן זענען געבליבן אויפֿן "קאָנקורס" אין די 1980ער יאָרן, און צווישן זיי דער ייִדישער און העברעיִשער פּאָעט גבֿריאל פּרײַל, וועמען איך פֿלעג באַזוכן אויפֿן קאָנקורס, ביז זײַן טויט אין 1993.

נאָך דעם ווי די ייִדן זענען אַוועק פֿון דאָרטן איז די געגנט געגאַנגען באַרג־אַראָפּ נישט בלויז ווײַל די הײַזער האָבן אויסגעזען פֿאַרלאָזט, נאָר ווײַל מע האָט פּשוט מורא געהאַט פֿאַרבײַ צו גיין די דאָרטיקע גאַסן אין יענע יאָרן.

"די בראָנקס ווערט אָפּגעברענט!" — האָט מען מיט גוואַלד געשריבן אין די צײַטונגען אין די 1970ער און 1980ער יאָרן, אָבער צום גליק האָט מען קיין איינעם פֿון די "אַרט־דעקאָ"־הײַזער נישט אַראָפּגעריסן, און הײַנט באַמיט מען זיך צו רעסטאַוורירן זיי. דער לוקסוס־קינאָ — "לאָיס פּאַראַדײַס" — וואָס יעדעס בראָנקסער קינד האָט באַוווּנדערט, צוליב די געמאָלענע כמאַרעס אויף דער סטעליע — האָט מען לעצטנס געעפֿנט נאָך צענדליקער יאָרן, נישט ווי אַ קינאָ, נאָר ווי אַ זאַל פֿאַר קאָנצערטן און אונטערנעמונגען. דאָס דירה־געלט אין דער שטאָט ניו־יאָרק איז אומעטום אַזוי הויך געוואָרן, אַז די בראָנקס איז איצט אַ מין מקום־מיקלט פֿאַר אַלע עטנישע גרופּעס, וואָס האָבן נישט קיין גרויסע געלטער; ווערן אַלע דירות־הײַזער באַזעצט מיט מענטשן. די בראָנקסער מוניציפּאַליטעט לייגט אַרײַן אַ סך געלט צוציִען נײַע תּושבֿים, און די זיכערקייט אויף די גאַסן האָט זיך אַ סך פֿאַרבעסערט.

דאָס הויז פֿונעם שרײַבער עדגאַר אַלען פּאָ
דאָס הויז פֿונעם שרײַבער עדגאַר אַלען פּאָ

אמת, די ייִדן זענען אַוועק פֿונעם "גראַנד־קאָנקורס", אָבער די אַנדערע עטנישע קולטורן האָבן פֿאַרנומען זייער אָרט, און די גאַנצע "היפּ־האָפּ"־קולטור, מיט טענץ, מוזיק און גראַפֿיטי, האָט זיך אַנטוויקלט אויף די גאַסן פֿונעם "גראַנד־קאָנקורס". טוריסטן קומען פֿון ווײַטע לענדער אָנצוקוקן די "היפּ־האָפּ"־קולטור אין בראָנקס, אָבער אַז די ייִדן האָבן אויפֿן "גראַנד־קאָנקורס" געפֿירט אַ ייִדיש־ייִדישלעך לעבן פֿון די 1920ער ביז די אָנהייב 1970ער יאָרן, דערציילט מען נישט — אַ מאָל וועט די וועלט אויך זיך באַקענען מיט דער געשיכטע.