דענקמאָל פֿון באָגדאַן כמעלניצקי אין קיִעוו |
מיט הונדערט יאָר צוריק האָט אין "פֿאָרווערטס" דעביוטירט מיט אַ דערציילונג דער יונגער פּען-מענטש מענדל אָשעראָוויטש (1888—1965). אין אַמעריקע האָט ער, אַ געבוירענער אין אוקראַיִנע, צו יענער צײַט פֿאַרבראַכט נאָר אַ יאָר און געזוכט, מיט וואָס ער זאָל זיך באַשעפֿטיקן. אין 1914 האָט ער אַ באַשעפֿטיקונג געפֿונען: אים האָט מען פֿאָרגעלייגט צו אַרבעטן אין "פֿאָרווערטס". שפּעטער איז ער געווען אַ פֿירנדיקער "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסט און רעדאַקטאָר.
זייער אַ סך האָט אָשעראָוויטש געשריבן אויף היסטאָרישע טעמעס, בפֿרט וועגן אוקראַיִנע. ער איז געווען דער פֿירער פֿון דער פֿאַראייניקונג פֿון ייִדיש-אוקראַיִנישע לאַנדסמאַנשאַפֿטן. די דאָזיקע פֿאַראייניקונג האָט מען געשאַפֿן אין מײַ 1942, ווען אוקראַיִנע איז געווען אונטער דער פֿאַשיסטישער אָקופּאַציע. קיין חידוש ניט, אַז דווקא אָשעראָוויטש האָט זיך אָפּגערופֿן אויף דעם באַשלוס פֿון דער סאָוועטישער רעגירונג, אין אָקטאָבער 1943, אײַנצופֿירן אַ נײַע מיליטערישע אויסצייכענונג — דעם אָרדן פֿון באָגדאַן כמעלניצקי, און צו בײַטן דעם נאָמען פֿון דער שטאָט פּערעיאַסלאַוו (וווּ שלום-עליכם איז, אַגבֿ, געבוירן געוואָרן) אויף פּערעיאַסלאַוו-כמעלניצקי.
אין זײַן אַרטיקל "אַ שטאָט אין אוקראַיִנע אויפֿן נאָמען פֿון פּאָגראָמשטשיק באָגדאַן כמעלניצקי" ("פֿאָרווערטס", דעם 23סטן אָקטאָבער, 1943) האָט אָשעראָוויטש דערמאָנט די לייענער וועגן די גזירות תּ״ח ותּ״ט און דער פֿירנדיקער ראָלע, וואָס דער אוקראַיִנישער העטמאַן (פֿירער) באָגדאַן כמעלניצקי האָט געשפּילט אין די שחיטות. לויט אָשעראָוויטשן, איז כמעלניצקי, ימח-שמו-וזכרו, געווען אַ היטלער פֿון יענער צײַט, אין דער מיט פֿון 17טן יאָרהונדערט. (אַ וויכטיקן פּרוּוו צו פֿאַרבײַטן די מיטאָלאָגיע פֿון תּ״ח ותּ״ט מיט אַן ערנסטן אַקאַדעמישן אַנאַליז האָט געמאַכט דער ישׂראלדיקער היסטאָריקער שאָול שטאַמפּפֿער אין זײַן אַרטיקל "וואָס איז טאַקע געשען מיט ייִדן פֿון אוקראַיִנע אין יאָר 1648?", געדרוקט אין 2002 אין זשורנאַל Jewish History.)
הגם אָשעראָוויטש, ווי אויך זשורנאַליסטן אין אַ צאָל אַנדערע ייִדישע צײַטונגען אין פֿאַרשיידענע לענדער, האָבן געקוקט אויף דעם כמעלניצקי-ענין מיט "ייִדישע אויגן", האָט דער ייִדישער אַספּעקט געשפּילט, בלי-ספֿק, זייער אַ קליינע ראָלע בײַם אָננעמען דעם סאָוועטישן באַשלוס. און אפֿשר האָט עס גאָר קיין ראָלע ניט געשפּילט. פֿאַר סטאַלינען און זײַנע עצה-געבער איז געווען ניט צו פֿאַרגלײַכן וויכטיקער צו געבן אַ זיסע צוקערקע דער אוקראַיִנישער באַפֿעלקערונג, וועלכע האָט שטאַרק געליטן אין די סאָוועטישע צײַטן, בפֿרט בעת דער קאָלעקטיוויזאַציע פֿון דער לאַנדווירטשאַפֿט. צענדליקער טויזנטער איוואַן דעמיאַניוקס האָבן געטרײַ געדינט די דײַטשן. האָט מען זיך אַ קער געטאָן צו כמעלניצקי, וועמעס געשטאַלט פֿון אַ גזלן האָט מען ביסלעכווײַז גענומען אָפּוואַשן נאָך ערבֿ דער מלחמה.
אין דעם פּראָצעס פֿון ריינוואַשן כמעלניצקין האָבן באַזונדערס אַקטיוו זיך באַטייליקט די אוקראַיִנישע אינטעלעקטואַלן, אַזעלכע ווי דער דראַמאַטורג אַלעקסאַנדער קאָרנייטשוק, וועמעס פּיעסע און סצענאַר פֿאַר אַ פֿילם מכּוח כמעלניצקי זײַנען געפֿעלן געוואָרן סטאַלינען. אָבער אָן ייִדן האָט זיך דער ענין אויך ניט געקענט באַגיין. דער אָדעסער ייִדישער היסטאָריקער שאָול באַראַוווי האָט מיט זיבעציק יאָר צוריק, אין יאַנואַר 1940, פֿאַרטיידיקט אין מאָסקווע זײַן דאָקטאָר-דיסערטאַציע, אין וועלכער כמעלניצקי איז געוויזן געוואָרן ווי אַ העלד פֿונעם אונטערגעדריקטן אוקראַיִנישן פֿאָלק, בעת די ייִדן זײַנען געווען אויף דער זײַט פֿון די פּוילישע קאָלאָניזאַטאָרן. די דיסערטאַציע האָט מען באַשלאָסן גוטצוהייסן, ניט געקוקט אויף די פּראָטעסטן מצד אַזעלכע ייִדישע טוער ווי דער ליטעראַטור-היסטאָריקער יצחק נוסינאָוו און די דיכטער פּרץ מאַרקיש און שמואל האַלקין. דאָ איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז נאָך דער מלחמה וועט דעם אוקראַיִנישן ראָמאַן "פּערעיאַסלאַווער ראַדע", וועגן כמעלניצקיס מרידה, אָנשרײַבן דווקא אַ ייִד — נתן ריבאַק.
ווי אַזוי האָבן די סאָוועטישע ייִדן אויפֿגענומען דעם ענין פֿון אַ כמעלניצקי-אָרדן? צו ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע איז כּמעט אוממעגלעך, ווײַל קיין פֿאָרום פֿאַר אַנטפּלעקן די מיינונג האָבן די ייִדן ניט געהאַט. דאָ און דאָרטן לייענט מען וועגן אַ פּאָר פֿאַלן, ווען ייִדישע אָפֿיצירן האָבן זיך, כּלומרשט, אָפּגעזאָגט פֿון אַזאַ אָרדן. אין דער זעלבער צײַט, איז איינער פֿון די ערשטע באַלוינטע מיטן כמעלניצקי-אָרדן געווען דווקא אַ ייִדישער אָפֿיציר, יוסף קאַפּלון. אפֿשר האָט מען עס אַפֿילו בכּיוון געטאָן. צווישן די באַלוינטע זײַנען אויך געווען ייִדן-גענעראַלן, העלדן פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד: יעקבֿ קרייזער, לעאָנטי קאָטליאַר און מאַטוויי ווײַנרוב.
דער רוסיש-שפּראַכיקער דיכטער באָריס סלוצקי שרײַבט אין זײַנע זכרונות "וועגן חבֿרים און וועגן זיך" (אַרויס אין מאָסקווע אין 2005) וועגן אַ העלדישן ייִדישן אָפֿיציר-אויסשפּירער, וואָס איז אויך געווען באַלוינט מיט אַזאַ אָרדן. כּאַראַקטעריש, אַז סלוצקי, וואָס שעמט זיך ניט צו רעדן וועגן אַנטיסעמיטיזם, דערמאָנט דעם כמעלניצקי-אָרדן אין גאָר אַן אַנדער קאָנטעקסט. אַ סבֿרא, אַז פֿאַר זײַן, סאָוועטיזירטן דור ייִדן האָט עס שוין קיין אַנטיסעמיטישע קאָנאָטאַציע ניט געהאַט.
אַן אָרדן פֿון באָגדאַן כמעלניצקי עקזיסטירט אויך צווישן די הײַנטיקע באַלוינונגען פֿון דער אוקראַיִנישער רעגירונג. איך ווייס ניט, צי צווישן די באַלוינטע זײַנען דאָ ייִדן. אָבער מיך וועט גאָר ניט חידושן, אויב אַזעלכע פֿאַלן זײַנען יאָ פֿאַראַן. אויב אין די סאָוועטישע צײַטן האָט מען פּלאַנמעסיק אויסגעמעקט כמעלניצקיס גזירות פֿון דעם ייִדישן באַוווּסטזײַן, איז עס הײַנט פּשוט פֿאַרבונדן מיט עם-הארצות. טאָמער איר גלייבט מיר ניט, פֿרעגט אײַערע באַקאַנטע, בפֿרט יונגע לײַט, צי זיי ווייסן עפּעס וועגן כמעלניצקי. איך האָב די טעג געפֿרעגט מײַנע סטודענטן, יונגע אַמעריקאַנער ייִדן. ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן קיין אַנונג ניט געהאַט.