|
די מצבֿות פֿון מענדל און ברוסי |
|
מענדל און איך. מיר זײַנען געבוירן געוואָרן טויזנטער מײַלן אָפּגערוקט איינער פֿונעם אַנדערן. ער — אין די קאַרפּאַטן און איך — אין סיביר. וואָס אַן אמת, ווען איך בין געבוירן געוואָרן, איז מענדל שוין געווען אַ בחור פֿון צען יאָר. ער איז אַרויסגעקומען פֿון ווישניצער חסידים און איך — פֿון ליידיקע ייִדישע ווענט. ער איז געגאַנגען אין חדר און גערעדט ייִדיש. מײַן לשון איז געווען רוסיש און געגאַנגען בין איך אין די רוסישע שקאָלעס. און ווען נישט דער חורבן, וואָלטן מיר זיך, מסתּמא, קיין מאָל נישט באַגעגנט.
ער איז ניצול געוואָרן פֿון אוישוויץ, און איך מיט מײַנע טאַטע־מאַמע, זײַנען ניצול געוואָרן פֿון סטאַלינס גיהנום; זיכער נישט צו פֿאַרגלײַכן — און דאָך...
ברוסי אַדלער איז געבוירן געוואָרן הי, אין אַמעריקע, בײַ אַ פּאָרל ייִדישע אַרטיסטן, קאָמעדיאַנטן: זי — הענריעטאַ דזשייקאָבסאָן, און ער — דזשוליוס אַדלער. זיי האָבן נישט געהאַט קיין שײַכות צו דער באַרימטער אַדלער־משפּחה. ברוסי איז געוואַקסן אַ זינגפֿויגל, אַ פֿאַרווײַלער; אַ פּרעכטיקער זינגער און קאָמיקער, און די ייִדישע וועלט האָט אים געטראָגן אויף די הענט.
איך געדענק ווען ברוסי אַדלער און מײַן זון אַבֿרהמל (אַבֿי) זײַנען ביידע אַרויסגעטראָטן אין זלמן מלאָטעקס מוזיקאַלישער פֿאָרשטעלונג "דהע גאָלדען לענד", בין איך מיט מענדלען געווען צווישן עולם צושויער און געשעפּט גרויס נחת. לעבן אונדז איז געזעסן הענריעטאַ דזשייקאָבסאָן, ברוסיס מאַמע, און דזשוליוס אַדלער, דער טאַטע, און ביידע עלטערן האָבן הנאה געהאַט פֿון זייער העכסט־טאַלאַנטירטן און געראָטענעם זון, ברוסי. ווען די פֿאָרשטעלונג האָט זיך געענדיקט, איז די משפּחה ייִדישע אַקטיאָרן צוגעלאָפֿן גראַטולירן הענריעטאַן און דזשוליוסן. זיי האָבן באַוווּנדערט ברוסיס אויפֿטריט; ווי ער איז געווען לײַכט אויף די פֿיס, און ווי זײַן זײַדענע שטימע האָט געגלעט און געלאַסטשעט ווי אַטלאַס און פּליוש; ווי ער האָט באַרײַכערט מיט זײַן אויפֿטריט די גאָלדענע פֿאָרשטעלונג. איז אויפֿגעשטאַנען הענריעטאַ — זי איז שוין דעמאָלט געווען אַן עלטערע דאַמע, אָנגעהאַלטן זיך אין אַ שטעקן — און געזאָגט אויף די הויכע טענער, אַז אַלע זאָלן הערן:
— נו אָ, יאָ! אויף דער בינע איז מײַן ברוסי פֿול מיט טאַלאַנט, באַגאַבט און פֿעיִק. ווען ער וואָלט כאָטש אַזוי געווען אין לעבן, וואָלטן מיר דאָך געווען אין זיבעטן הימל.
איך האָב געשטוינט. ווײַל איך בין דאָך דעמאָלט געווען נשקשהדיק נאַיִוו, נישט באַנומען אַז די בינע האָט גאָרנישט צו טאָן מיטן פּראַקטישן לעבן פֿון אַן אַקטיאָר, און ווי דער רום פֿאַרטשאַדעט און פֿאַרבלענדט אַ יונגן טאַלאַנט, ספּעציעל ווען מ׳טראָגט אים אויף די הענט. זיי מיינען, אַז דאָס וועט זיך קיין מאָל נישט ענדיקן.
מיט יאָרן שפּעטער, ווען איך האָב זיך נענטער באַקענט מיט ברוסין אין פֿלאָרידע, וווּ ער האָט געוווינט, האָב איך פֿאַרשטאַנען וואָס זײַן מאַמע האָט געמיינט. ווען ברוסי איז שוין געווען אין די פֿופֿציקער, האָט ער חתונה געהאַט אַ צוויי מאָל. אָבער דאָס מאָל, מיט אַ ייִדישער פֿרוי; אַ רעזשיסאָרקע פֿון פֿאַך, מיט צוויי כּמעט דערוואַקסענע קינדער. און בעת ברוסי האָט אָנגעשפּאַרט די זעכציקער, איז בײַ אים געבוירן געוואָרן דאָס ערשטע קינד, אַ ייִנגעלע, אַ בן־זקנים, אַן אַדלער.
מענדל ווידער איז ערשט געקומען צו זיך אין אַמעריקע. ער איז אַהערגעקומען פֿון דײַטשלאַנד אויף דער צווייטער שיף יתומים, וואָס מען האָט געברענגט אַהער. און געשיקט אַהער האָט אים פּראָפֿעסאָר קאָפּל פּינסאָן, פֿון קווינס־קאַלעדזש, וועלכער איז אַרומגעפֿאָרן איבער דײַטשלאַנד צונויפֿצוזאַמלען ביכער און אונדזערע גײַסטיקע אוצרות אויף וועלכע היטלער י׳׳ש, מיט זײַן אַסיגנירטן "ראָזענבערג־שטאַב", האָבן זיך געלאַסטשעט; קודם אויסראַבעווען די ייִדישע ביכער־פּאָליצעס — ספֿרים און הייליקע חפֿצים — און נאַכער וועט די זיגרײַכע אימפּעריע אויפֿשטעלן אין פֿראַנקפֿורט אַ ייִדישן מוזיי פֿאַר אַ טויט פֿאָלק.
ווען פּראָפֿעסאָר פּינסאָן האָט זיך על־פּי־נס אָנגעשטויסן אינעם יונגיטשקן מענדלען, האָט ער קודם געוואָלט וויסן צי ער קען לייענען ייִדיש. און ווי נאָר ער האָט זיך דערוווּסט, אַז ער קען זיך אויך אויף די קליינע אותיותלעך, האָט ער אים צוגענומען צו פּאַקן די קעסטלעך מיט די ביכער־אוצרות, כּדי זיי אָפּצושיקן קיין אַמעריקע אין "ייִוואָ — ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט". ער האָט מענדלען אַרויפֿגעזעצט אויף אַ שיף און אים אָפּגעשיקט אין 1946 קיין אַמעריקע, צו זײַן שוועסטער און איר מאַן ד״ר סיף.
ברוסי ווידער האָט נאָך ווי אַ קינד גענומען אויפֿטרעטן אויף דער ייִדישער בינע. ער האָט מיטגעשפּילט מיט מאַלי פּיקאָן און מיט אַ שלל ייִדישע אַקטיאָרן און קאָמעדיאַנטן. שפּעטער האָט ער זיך דאָראָבערט און אָנגעקומען אויף בראָדוויי אין דער פֿאָרשטעלונג "קרייזי פֿאָר יו". אויסער די אַלע זיבן זאַכן, איז ער אויפֿגעטראָטן איבער גאַנץ אַמעריקע מיט פֿאָרשטעלונגען און "מיוזיקלס". ער איז געווען מאָטל אין "פֿידלער אויפֿן דאַך", און ווער קען אויסרעכענען די גרויסע צאָל בראָדוויי־פֿאָרשטעלונגען, מיוזיקלס און זײַנע אומצאָליקע אויפֿטריטן, קאָנצערטן — סײַ אויף ענגליש און סײַ אויף ייִדיש. ברוסי איז שטאַרק פּאָפּולער און באַליבט געוואָרן סײַ אין דער דרויסנדיקער וועלט און סײַ בײַם ייִדישן עולם.
אַ יאָר פֿאַר זײַן פֿריצײַטיקן טויט האָט ער מיך צוגעפֿירט צו אַ פֿאָטאָגראַפֿיע וואָס האָט זיך געפֿונען אויף אַ קליין טישעלע אין זײַן סאַלאָן. ער האָט מיר געוויזן אַ בילדל פֿון זײַן יונגן טאַטן, דזשוליוס, און זײַן יונגיטשקער מאַמען, הענריעטאַ, און צווישן זיי ביידע — דער קליינער ברוסי. ער איז מסתּמא דעמאָלט אַלט געווען אַרום אַ יאָר דרײַ, אָדער פֿיר. און ווען איך האָב געקוקט אויף זײַן ייִנגעלע, האָב איך געזען ברוסין, ווי צוויי טראָפּן וואַסער; ממש, אַ קאָפּיע פֿון זײַן טאַטן... צי ער וועט גיין אין זײַן טאַטנס פֿוסטריט, קען בלויז די צײַט באַווײַזן.
מענדל און ברוסי האָבן זיך דאַכט זיך נישט געקענט. אָבער זיי ליגן איצט נישט נאָר אויפֿן זעלבן בית־עולם, נאָר זיי זײַנען אויך שכנים, נישט ווײַט איינער פֿון אַנדערן. און איך טראַכט זיך, ווי אַנדערש זײַנען זיי ביידע געווען איינער פֿונעם אַנדערן אין אַזוי פֿיל פּרטים, און נישט געקוקט אויף דעם, איז מען זיך צונויפֿגעקומען. מיט איין זאַך האָבן זיי זיך אונטערשיידט, מענדל האָט פֿײַנט געהאַט גרויסע צערעמאָניעס בײַ די לוויות. ער איז געווען אַ באַשיידענער מענטש, נישט געזוכט קיין כּבֿוד און נישט קיין אָנערקענונג, און דערפֿאַר האָט ער מיר אָנגעזאָגט, אַז ער וויל נישט קיין גרויסע לוויה: מענטשן זאָלן קומען און דערציילן שבֿחים, און לויבן אים אין זיבעטן הימל אַרײַן. בײַם לעבן האָט ער עס נישט געליטן און נאָכן טויט איז ער מוחל די גליקן. האָט מען אים באַגראָבן אין פֿלאָרידע, דאָרט וווּ עס וווינען אַנדערע קינדער און אייניקלעך. אַזוי, אַז אויב עמעצן וועט זיך אַמאָל פֿאַרגלוסטן אַ בליק צו געבן אויף זײַן קבֿר, ליגט ער נישט ווײַט פֿון זיי.
מיט ברוסין איז די זאַך פֿאָרגעקומען גאָר אַנדערש. אין אַמעריקע איז געוואָרן אײַנגעפֿירט אַ מאָדע, אַז ווי נאָר עמעצער שטאַרבט, אַזוי קומט מען זיך צוזאַמען און מען פֿײַערט זײַן לעבן... נישט זײַן טויט. און דער עמעצער קען זײַן אַ כלאָפּ, אַ בולוואַן, אַ רשע־מרושע; נישט געקוקט אויף דעם לויבט מען אים און מ׳דערמאָנט אים צום גוטן; מ׳גיט אים אָפּ שבֿחים און צווישן די שבֿחים, כאַפּן זיך אַרײַן אַ סך מאָל נישט געשטויגענע און נישט געפֿלויגענע מעשׂים. איך האָב אַמאָל בײַגעוווינט אַ לוויה פֿון אַ ייִדישן קנעפּל־מײַסטער, איינער וואָס האָט געהאַלטן קהילישע געשעפֿטן פֿאַר זײַן אייגנטום; געווען ווײַט פֿון איידל, למדן אָדער אַ לבֿ־טובֿ. האָט איר שוין געמעגט הערן ווי מ׳האָט דעם נאַטשאַלניק געלויבט און אַפֿילו אים אָנגערופֿן אַ צדיק־הדור. דאָס האָט מענדלען נישט אימפּאָנירט.
די אַמעריקאַנער ציטערן אימת־מוות פֿאַר דעם וואָרט טויט. זיי ווילן נישט שלום־מאַכן מיטן געדאַנק, אַז מ׳מעג באַוויינען אַ טויטן, מ׳קען טרויערן נאָך אַן אייגענעם, מ׳קען זיך אַפֿילו פֿאַרגינען צו פֿילן דעם פֿאַרלוסט פֿון אַ באַליבטן מאַן, טאַטן, באָבען אָדער זיידן. נישקשה, דאָס לעבן איז נישט קיין הוידלקע וווּ מען בלײַבט שטעקן אויבן און מ׳וויל בשום אופֿן נישט אַראָפּקוקן.
ברוסיס לוויה איז געווען אַ פֿײַערוג. איך בין געזעסן צווישן דעם גרויסן עולם און געשטוינט. די באַרימטע אַקטריסע טובֿה פֿעלדשו, האָט געלייענט אַן אויסצוג פֿון שעקספּירס "ראָמעאָ און יוליאַ". זינגער האָבן געזונגען אַריעס באַגלייט מיט מוזיק. איך האָב זיך געטראַכט: האָט עס אַ שײַכות צום ניפֿטר? פֿון זייער צד, מסתּמא יאָ. ווײַל אַ חבֿרותא פֿון אַקטיאָרן, פֿאַרווײַלער, זינגער און טענצער זעען די וועלט דורך גאָלדענע שפּאַקטיוון. איך האָב זיך דערפֿילט ווי איך וואָלט ערשט אַראָפּגעקומען מעבֿר־הים, מיט טשעמאָדאַנעס אָנגעפּאַקט מיט ייִדישן האָב און גוטס און בין אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ פֿרעמד לאַנד, מיט אומבאַקאַטע זיטן.