|
מ. מינקאָווסקי — "אויפֿן וועג" |
FORWARD ASSOCIATION |
ייִדן לעבן אין גלות, ווי באַוווּסט. דאָס איינציקע וואָס מיר ווייסן אָפֿט ניט, איז אַקוראַט וואָס "גלות" איז און צי אַנדערע פֿעלקער געפֿינען זיך אויך אין גלותן (צי מיר זענען אין דעם פּרט אויך אַן אַתּה בחרתּנו־פֿאָלק).
דאָס ערשטע מאָל וואָס מיר געפֿינען דאָס וואָרט "גלות" אין די אַלטע ייִדישע מקורים איז בײַ דעם נבֿיא ישעיה (קאַפּיטל מ"ה). דאָרטן מיינט דאָס וואָרט אַן ערך "אָרט פֿון פֿאַרטריבנקייט". פֿון אָט דעם שורש נעמט זיך אויך דאָס וואָרט "גולה", דאָס אָרט (אָדער ערטער) וווּהין ייִדן וועלן פֿאַרטריבן ווערן.
אויף אַראַמעיִש איז אָט דאָס וואָרט "גלותה" און דער ראָש פֿון די ייִדן אין בבֿל האָט טאַקע דעריבער באַקומען דעם טיטל "ריש־גלותא". אין איר באַרימט ליד לשבֿח דער פֿרײַהייט־סטאַטוע ווערט אַמעריקע אָנגערופֿן, מצד דער דיכטערין עמאַ לאַזערוס, "מוטער פֿון אַלע פֿאַרטריבענע". אין די אַמאָליקע יאָרן וואָלט אַמעריקע זיכער קלאַסיפֿיצירט געוואָרן ווי אַ "גלות־אדום" (אַ קריסטלעכער גלות), להיפּוך צו אַ "גלות־ישמעאל" (אַ מחמדאַנישער גלות). פֿאַרשיידענע "גוטע ייִדן האָבן נאָך אויף זיך אַליין גוזר געווען "אָפּצוריכטן גלות", דאָס הייסט, אַ יחידישן גלות, דורך כּסדר אַרומוואַנדערן און דאָרט וווּ זיי האָבן געטאָגט האָבן זיי ניט גענעכטיקט. הכּלל, דאָס אַלץ וואָס איז פֿריִער געזאָגט געוואָרן איז בלויז "הינטערגרונט", כּדי קלאָרער צו ענטפֿערן אויף די שאלות מיט וועלכע מיר האָבן אָנגעהויבן.
צי איז אַמעריקע אויך אַ גלות?
כּדי צו ענטפֿערן אויף אָט דער קשיא, דאַרפֿן מיר אויפֿקלערן עטלעכע זאַכן. ייִדן זענען דאָך אַ וואַנדערפֿאָלק. צי איז יעדעס לאַנד וווּהין ייִדן קומען אָן פֿאַר זיי אַ גלות, צי דאָס ווענדט זיך שוין אין וואָס פֿאַר אַ ברוך־הבא זיי באַקומען? ספּעציעל איז אָט די פֿראַגע אַקטועל אינעם הײַנטיקן מצבֿ ווען ס’גייט אָן צווישן אַלע פֿעלקער אַ קאָלאָסאַלע אינטערנאַציאָנאַלע און קעגנזײַטיקע אימיגראַציע. דאָ וועלן אפֿשר צו נוץ קומען עטלעכע היסטאָרישע און סאָציאָלאָגישע "דעפֿינירנדיקע סימנים" פֿון "וואָס הייסט אַ גלות", דהײַנו:
1. אין אַ גלות געפֿינט מען אַן עדה פֿון אַ באַשטימטן עטנאָ־רעליגיעזן מין וואָס איז צוליב אַן איבערקערעניש אָדער אומגליק פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון זייער אַלטער היים. נישט יעדע אימיגראַנטן־גרופּע איז דעריבער באמת אין גלות.
2. דאָ שפּילט אויך אַ ראָלע דער קאָלעקטיווער זכּרון וואָס באַציט זיך אי אויפֿן אומגליק, אי אויף דער קולטור וואָס איז פֿון דער פֿריִערדיקער היים מיטגעבראַכט געוואָרן. אָן שטאַרקע קאָלעקטיווע זכרונות קען קיין גלות־איבערלעבונג ניט אויפֿקומען און ניט אויסהאַלטן.
3. נאָך וויכטיקער אַפֿילו איז דער ווילן איבערצוגעבן אָט די קולטור־ירושה און דערווײַל צו בלײַבן לעבן ווי אַ מינאָריטעט צווישן אַנדערע. אַ גלות איז אַן אומר־ועושׂה־דערשײַנונג. מען דאַרף זיך אָרגאַניזירן אין גלות כּדי צו בלײַבן בײַם קאָלעקטיוון לעבן און עס ממשיך צו זײַן.
4. אָט די אַלע פֿריִערדיקע סימנים דאַרפֿן אָנהאַלטן כאָטש ביזן פֿערטן דור, ווען קיינער פֿון די געליטענע אַליין קען שוין אַליין ניט האָבן געווען אין דער אַלטער היים. אַ גלות איז אַ לאַנג־דויערנדיקע דערשײַנונג.
5. און די סאַמע לעצטע קריטעריע: כאָטש אַ קרן פֿון די פֿאַרשריבענע דאַרף זיך פֿילן, אַז מען איז אין גלות און דאַרף פֿירן אַ באַוועגונג זיך אומצוקערן צוריק, צום לאַנד וואָס קיינער פֿון זיי האָט שוין פּערזענלעך דאָרטן ניט געלעבט.
כאָטש די אָבֿות פֿונעם ווײַט גרעסטן חלק פֿון דער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג זענען געקומען פֿון "ערגעץ אַנדערש", האָבן זיי זיך אויף אַזוי ווײַט שוין אײַנגעשמאָלצן אין דער אַרומיקער באַפֿעלקערונג, אַז זיי האָבן שוין ניט דעם ווילן זיך אומצוקערן "ערגעץ אַנדערש", צו אַן אַלטער היים. זיי פֿאַרמאָגן שוין ניט די זכרונות וועגן דעם, ניט די פֿאַרבינדונגען צווישן זיך וואָס אַ צוריקקער וואָלט געפֿאָדערט.
גלותן קומען אייביק אויף איבער דער וועלט און גייען אייביק אונטער. אונדזערע נבֿיאים האָבן אונדז געוואָרנט ניט צו מיינען, אַז מיר זענען די איינציקע וואָס זענען אַרויסגענומען געוואָרן פֿון צווישן אַנדערע פֿעלקער און אומגעקערט געוואָרן צוריק אין דער אַלטער היים. אין דער הפֿטורה פֿון אַחרי־מות־קדושים זאָגט דער נבֿיא עמוס (עמוס ט’,7) "הלוא את ישׂראל העליתי מארץ מצרים ופּלישתּים מכּפֿתּור ואַרם מקיר" (צי האָב איך דען ניט אַרויפֿגעבראַכט ישׂראל פֿון לאַנד מצרים און די פּלישתּים פֿון כּפֿתּור און אַרם פֿון קיר?). ווי מען זאָל זיי ניט דערקלערן, זענען פֿערלקער־וואַנדערונגען פֿאַר אונדזערע אָבֿות־אַבֿותינו געווען אַ באַקאַנטע דערשײַנונג און אַן אָפֿטע זאָרג פֿאַרן לפֿי־ערך קליינעם פֿאָלק ישׂראל.
אַנדערע פֿעלקער וואָס זענען אין גלות
אויך אין די הײַנטיקע צײַטן פֿילן זיך טיילן פֿון אַנדערע פֿעלקער אַז זיי זענען אין גלות. צווישן די וואָס האַלטן, אַז זיי זענען אין גלות געפֿינען מיר ניט נאָר אַ חלק פֿון די גריכן וואָס זענען געבליבן אין די אַמאָליקע גריכישע ייִשובֿים (למשל די אין ציפּערן צי אין אַלעקסאַנדריע), די אַרמענער וואָס געפֿינען זיך איצט צעשפּרייט שוין כּמעט אומעטום איבער דער וועלט צוליב די אַמאָליקע טערקישע הריגות אין די אַמאָליקע אַרמענישע געגנטן פֿון טערקײַ, נאָר אויך אַ טייל כינעזער (וועמענס אָבֿות זענען געקומען קיין אַמעריקע כּדי צו העלפֿן בויען די באַן־ליניעס אויף צו פֿאַרבינדן די צוויי ברעגעס פֿון דער ריזיקער אַמעריקע). און וואָס איז וועגן די ציגײַנער, און די אַפֿריקאַנער, און די אירלענדער, און די לבֿנונער און פּאַלעסטינער און הינדוסן און מחמדאַנער איבער דער וועלט וואָס איז לגמרי געווען אומבאַקאַנט צו זייערע אָבֿות? אַ סך פֿון זיי זענען (אָדער זענען געווען) האַנדלפֿעלקער (ווי די ייִדן), און דאָס דערקלערט טיילווײַז זייער פֿאַרשפּרייטקייט (תּפֿוצות), נאָר נישט אין אַלע פֿאַלן קען גילטן אַזאַ נישט־אַרויפֿגעצוווּנגענע דערקלערונג און נישט אַלע וואָס געפֿינען זיך "אין דער פֿרעמד", ווײַט פֿון זייערע לכתּחילהדיקע וווינערטער, נעמען אַפֿילו אָן אַז זיי זײַנען דערמיט אין דער פֿרעמד, שוין אָפּגערעדט וועגן וועלן זיך אומקערן "צוריק אַהיים".
די יוצא־דופֿנדיקייט פֿונעם ייִדישן גלות
דער אויפֿקום פֿון די פּאַלעסטינעזישע גלותן איז גורם געווען דעם אויפֿקום פֿון אַ נײַער ספּעציאַליטעט אין די סאָציאַלע וויסנשאַפֿטן: די "גלותאָלאָגיע" (Exilology). לויט די מבֿינים וואָס פֿאַרנעמען זיך דערמיט איז דער ייִדישער גלות יוצא־דופֿנדיק צוליב דרײַ שטריכן:
1. זײַן פֿיל־טויזנט־יאָריקן געדויער;
2. די "אָרגאַניזאַציע" לטובֿת צוריקקער און אירע דערגרייכונגען;
3. דער אויך נישקשהדיקער אָרגאַניזירטער אַנטי־צוריקקער און זײַנע דערגרייכונגען.
לאָמיר אָנהייבן פֿונעם ערשטן. די אַמעריקאַנער געשיכטע אַליין באַווײַזט ממש צענדליקער פֿאַלן פֿון גלותן וואָס זענען אַ סך קירצער ווי דער ייִדישער. די ערשטע און די מאַסיווסטע אימיגראַציע קיין אַמעריקע (פֿון פּוריטאַנער, קווייקערס, קאַטוילן און אַנדערע לכתּחילהדיקע גערודפֿטע קריסטן) האָט כּמעט ניט אַרויסגערופֿן קיין שום בלײַביקן גלות־באַוווּסטזײַן צווישן די פֿאַרטריבענע. אין די ערשטע יאָרן נאָך זייער אָנקומען אין זייערע נײַע היימען איז בײַ זיי דאָ אָפֿט געווען פֿאַרשפּרייט אַ גלותיסטישע רעטאָריק געבויט אויף תּנ״כישע מאָטיוון. די תּנ״כישע טאָפּאָנימיק איז זייער פּאָפּולער בײַ אָט די אַלע גרופּעס, ווי אויך דער בטחון אַז פֿון זייער גלות וועלן זיי זיך עווענטועל צוריקקערן "אַהיים". אויסגעלאָזט האָט זיך, אַז די טאָפּאָנימיק איז עד־היום געבליבן די תּנ״כישע, ("סײַלעם" הייסט טאַקע ווײַטער "סײַלעם"), כאָטש צוריק איז מען זעלטן געפֿאָרן. דער גלות־געפֿיל האָט זיך בײַ כּמעט אַלעמען אויסגעוועפּט אין משך פֿון דרײַ־פֿיר דורות און וועגן טויזנט־יאָריקע גלות־געפֿילן, ווי בײַ ייִדן, איז ניטאָ אַזוינס כּמעט בײַ קיינעם און אין ערגעץ ניט. איך זאָג "כּמעט", ווײַל ס’געפֿינען זיך אויף דער וועלט קליינע גרופּעס וואָס האַלטן, אַז זיי ציִען זייער יניקה פֿון די אַלע אַשורים און חלדיער (כאַלדייער) און זייערע גלותן, בתּנאַי זייערע נעמען זענען ניט פֿון שפּעטער קיין צוגעטראַכטע, וואָלטן אויך געווען צוויי טויזנט יאָר אַלט אָדער עלטער. וועגן זיי דאַרפֿן די היסטאָריקער נאָך אויספֿאַרטיקן אַ פֿאַרלאָזלעכן דין־וחשבון, צי שטאַמען זיי פֿון פֿאַרן אָנהייב פֿון דער קריסטלעכער צײַט (אַזוי ווי דער ייִדישער גלות) צי פֿון נאָך דעם. די נעמען זייערע זענען טאַקע פֿאַר־קריסטלעכע, נאָר ס’איז ניט שווער צוצופּאַסן נעמען וואָס שטאַמען פֿון אַ פֿריִערדיקער צײַט צו די געשעענישן פֿון אַ שפּעטערדיקער.
אָרגאַניזירטקייט בײַ ייִדן?
ייִדן האָבן אַ שם, צווישן זיך אַליין און אויך בײַ אַנדערע אין די אויגן, פֿון זײַן קלוג און פֿעיִק, נאָר ניט דווקא פֿון זײַן אָרגאַניזירט און פּלאַנמעסיק. פֿון דעסטוועגן, דער מין פֿון פֿילצאָליקן און אָרגאַניזירטן צוריקקער, פֿונעם גלות אַהיים, מצד דער ציוניסטישער באַוועגונג האָט זיך ניט באַוויזן בײַ קיין שום אַנדערער אומה־ולשון. דער געדאַנק און די דערגרייכונג פֿון אויפֿשטעלן אַן אָרגאַניזאַציע לטובֿת שיבֿת־ציון שטאַמט פֿון טעאָדאָר הערצלען און אויך, טיילווײַז, פֿון נתן בירנבוימען (דער באַשאַפֿער פֿונעם וואָרט "ציוניזם" ממש, וועלכער האָט אויפֿן געביט פֿון פֿאַררופֿן קאָנפֿערענצן און שאַפֿן אָרגאַניזאַציעס געהאַט אַ סך דערפֿאַרונג, נאָר ווייניק הצלחה).
אויב מיר ווילן באמת אָפּשאַצן די ווירקעוודיקייט פֿונעם ציוניזם וואָס שייך דערגרייכן ממש צו שיבֿת־ציון (און זיך ניט צו באַפֿרידיקן נאָר מיט געלטקלײַבערײַ און פּראָפּאַגאַנדע אַז "אַנדערע" זאָלן פֿאָרן) קענען מיר פֿאַרגלײַכן דעם שיבֿת־ציון־פּראָצעס פֿון זינט דעם ערשטן ציוניסטישן וועלט־קאָנגרעס מיט דער הצלחה פֿונעם שיבֿת־ציון־פּראָצעס פֿון עזרא און נחמיהס צײַטן. אין ביידע פֿאַלן האָבן גאָר קליינע צאָלן פֿון די ייִדן וואָס האָבן געלעבט אין גלות זיך אומגעקערט אַהיים פֿון בבֿל. אין ביידע פֿאַלן איז אין משך פֿון דער צײַט, וואָס מען האָט געלעבט אין גלות, נאָך עטלעכע דורות דאָס לעבן אין דער פֿרעמד, אַפּנים, געוואָרן אַ סך באַקוועמער ווי דאָס לעבן אויף וועלכן מען האָט זיך געקענט ריכטן בײַם פּרוּוון אויפֿשטעלן די חרובֿע אַלטע היימען. נאָר די באַוועגונג לטובֿת שיבֿת־ציון אין דער נײַסטער צײַט איז פֿאָרט געבליבן פֿאַר ייִדן אַ יש און אַ קוואַל פֿון חיזוק, אי מאַטעריעל, אי גײַסטיק; אי פֿאַר די צוריקגעקומענע, אי פֿאַר די אויסגעוואַנדערטע. דאָס איז אַ חד־במינהדיקע דערשײַנונג אין דער גלותאָלאָגיע בכלל, און דאַרף אפֿשר באַטראַכט ווערן ווי פּונקט אַזאַ נס ווי דער צוריקקער צו דער מדינה גופֿא.
אויך די אויפֿטוען פֿון די פֿאַרשיידענע צוריקקערן־פֿון־גלות זענען וויכטיק צו פֿאַרגלײַכן. די ווייניק דוגמאָות פֿון צוריקקערן בײַ די אומות־העולם (בײַ אַ טייל אַפֿריקאַנער, טייל אַמעריקאַנער אינדיאַנער, טייל אויסטראַלישע אינדיגענער און טייל הינדוסן פֿון אַפֿריקע) זענען געווען און געבליבן קליינע און ניט קיין בפֿירוש הצלחהדיקע פּרוּוון. ניט נאָר קיין מדינות האָבן זיי ניט געשאַפֿן, נאָר צו מאָל אַפֿילו ניט קיין אייגענע ייִשובֿים. דאָס "אייביק־שטאַרבנדיקע" פֿאָלק האָט בײַם צוריקקער אַהיים אָן אַ שיעור מער אויפֿגעטאָן ווי די צוריקקערער בײַ אַנדערע עדות.
די אויפֿטוען פֿונעם גלותיזם
ווער ס’פֿאַרשרײַבט די אויפֿטוערישקייט פֿונעם שיבֿת־ציון צו "רוח־ה’" דאַרף אפֿשר אויך בשעת־מעשׂה דערקענען, אַז די געוואַלדיקע אויפֿטוען אינעם ייִדישן גלות מוז מען אויך אַזוי באַטראַכטן. בײַ וועמען נאָך האָט דער גלות באַשאַפֿן נײַע אייגענע פּאָליטישע פּאַרטייען און כּל־מיני קולטור־שטרעמונגען און אַ צאָל לשונות און וועלט־ליטעראַטורן? בײַ וועמען נאָך האָט דער גלות עדות געזאָגט אויף הונדערטער חינוך־מוסדות (און אַפֿילו אייניקע אוניווערסיטעטן)? בײַ וועמען נאָך זענען אין זייערע גלותן אויסגעוואַקסן ממש הונדערטער (אויב ניט טויזנטער) געלערנטע, וויסנשאַפֿטלער, דאָקטוירים, אַדוואָקאַטן, ריכטער, דערפֿינדער, הויכראַנגיקע פּאָליטיקער, שרײַבער און אַרטיסטן וואָס בײַ אייניקע שלאָגט נאָך אַ שטאַרקער ייִדישער אָדער (כּן־ירבו!). די ייִדישע גלות־שאַפֿערישקייט און אויפֿטוערישקייט מכּל־המינים (אַרײַנגערעכנט די קאָמערציעלע און די פֿינאַנציסטישע) האָט דאָך געמאַכט אַ רושם אויף דער גאַנצער וועלט און אויף דער מאָדערנקייט גופֿא. אין די אַנדערע גלותן האָט די מאָדערנקייט געפֿירט בלויז צו אַסימילאַציע. בײַ ייִדן איז זי מער נואַנסירט און האָט געבראַכט אויך צו פֿאַרשיידענע נײַע מינים און וואַריאַנטן פֿון ייִדישקייט און ייִד־זײַן (די וועלטלעכע ייִדישקייטן און די ייִדישע וועלטלעכקייט בתוכם) מיט וועלכע מען דאַרף זיך ווײַט־ווײַט ניט שעמען און וואָס האָבן איבערגעלאָזט זייער שטאַרקן חותם אויך אויף דער נײַער, פֿון גלות אויסגעוואַקסענער, מדינה גופֿא. בלויז בײַ ייִדן, דאַכט זיך, איז די באַציִונג צווישן דעם גלות און דעם היימלאַנד אַ קעגנזײַטיקע, אַ ביידע־ריכטונגדיקע. "מי כּעמך בין הגוים בית־ישׂראל?"