ישׂראל, פּאָליטיק

יצחק ראַבין, עליו השלום, פֿלעגט באַצייכענען די אינטריגעס און דעם "פֿערד־מאַרק" אין די פּאַרטיייִשע אינסטאַנצן, אָדער אין די צווישן־פּאַרטיייִשע "קאָמבינעס", מיטן חוזק־"ווערטל": גועליציה. פֿון דעם וואָרט "גועל"־נפֿש, וואָס מיינט פּשוט: עקל. באַזונדערס אין די פּאַרטייען פֿון דער הערשנדיקער קאָאַליציע, אָדער אין די דינגענישן בײַם צוזאַמענשטעלן די קאָאַליציע.

אַן אַנדערש מאָל, ווען זײַן "קאָנטער־פּאַרטנער", שמעון פּערעס, האָט געהאַט פֿאַרפֿלאָכטן אַן אינטריגע מיטן ש"ס בראָש מיטן רבֿ הגאון הרבֿ עובֿדיה יוסף, וועלכער האָט אים אָבער אָפּגענאַרט — האָט ראַבין דעם דאָזיקן אַקט געקרוינט מיטן בכּבֿודיקן טיטל: "דער שטינקענדיקער מאַנעווער".

אין דער געשיכטע פֿון דער פּאָליטישער קאָרופּציע האָט די דעמאָקראַטיע אין ישׂראל שוין באַוויזן אַדורכצומאַכן נישט ווייניק דערגרייכונגען, אָבער אויך נישט ווייניקער אינטריגעס, קאָמבינעס און קאָרומפּירטע גענג דורך אויסנוצן די דעמאָקראַטישע פֿאָרצוגן פֿאַר כּלערליי ספּעקולאַטיווע און נישט אָנשטענדיקע צוועקן, און נישט אַלעמאָל דורך אָנשטענדיקע גענג. זי איז נאָך אָבער קיינמאָל נישט דערגאַנגען צו אַזאַ הויכן גראַד פֿון נידעריקער מיאוסקייט, ווי דאָס איז געשען אין דער וואָך פֿון דער דורכגעפֿאַלענער דראַמאַטישער דערוואַרטונג אויף דער באַפֿרײַונג פֿון דעם געקידנעפּטן סאָלדאַט גלעד שליט נאָך איבער דרײַ יאָר פֿון זײַן געפֿאַנגענשאַפֿט. צו די שוין לאַנג באַקאַנטע באַגריפֿן, ווי "גועליציע", "שטינקענדיקער מאַנעווער" און נאָך אַזעלכע עפּיטעטן איז הײַנטיקע וואָך צוגעקומען דער עפּיטעט "עסקנות של ביבים", (אַן עסקנות פֿון רינשטאָק), מיט וועלכן די פֿירערין פֿון "קדימה", ציפּי ליבֿני, האָט געקרוינט די מאַכינאַציעס פֿון דעם פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו. דאָס האָט זי קונציק אויסגענוצט אין איר ווערטערשפּיל די ענלעכקייט פֿון נתניהוס צונאָמען "ביבי" צום העברעיִשן וואָרט "ביבים", וואָס מיינט: רינשטאָקן. וויפֿל נידעריקער קען דען נאָך פֿאַלן דער לעקסיקאָן, דער ווערטער־אוצר פֿון דעם געזעלשאַפֿטלעכן און פּאָליטישן וויכּוח אין לאַנד?

עס רעדט זיך דאָ וועגן דער דורכגעפֿאַלענער, אָבער נאָך נישט פֿאַרענדיקטער אינטריגאַנטישער קאָמבינאַציע פֿון דעם פֿירער פֿון "ליכּוד", דעם פּרעמיער־מיניסטער נתניהו, צו צעברעכן די "קדימה", כּדי צו פֿאַרגרעסערן אויף איר חשבון די קאָאַליציע און צו פֿאַרזיכערן אַ לענגערן — אפֿשר אַ פֿולן — לעבנס־דויער פֿון זײַן רעגירונג.

מע קאָן דאָס אָננעמען ווי נתניהוס אַ נקמה פֿאַר דער שפּאַלטונג, וואָס דער הײַנט אומבאַהאָלפֿענער אין זײַן לעטאַרגישן שלאָף, אַריאל שרון, האָט אַדורכגעפֿירט אין "ליכּוד" מיט פֿיר יאָר צוריק, מיטן גרינדן די "קדימה", און איבערלאָזנדיק דעם "ליכּוד" מיט בלויזע צוועלף מאַנדאַטן אין דער כּנסת (פֿון זײַנע מער ווי דרײַסיק), בראָש מיט נתניהו און זײַנע נאָענטע, וועלכע האָבן פּרובירט אַדורכפֿירן קעגן שרונען אַ פּוטש, און האָבן, נאָכן דורכפֿאַל, געלייגט קלעצער אונטער שרונס פּאָליטישע גענג. דעריבער וויל ער איצט אָפּטאָן דער "קדימה" דעם זעלבן בראָך, וועלכן זי האָט דעמאָלט אָפּגעטאָן דעם "ליכּוד". מע קאָן דאָס אָבער אויך אָננעמען, פֿון דער אַנדערער זײַט, ווי נתניהוס אַ פּאָליטישן ריקצוג, וואָס זאָל אים דערמעגלעכן אומגעשטערט אַדורכצופֿירן זײַן אויג־אויף־אויג פֿאַרשטענדיקונג מיט פּרעזידענט אָבאַמאַ צו רעאַליזירן אָבאַמאַס שלום־אָנשטרענג פֿאַר דעם נאָענטן מיזרח, אין די ראַמען פֿון זײַן פּאָליטישער סטראַטעגיע פֿאַר דעם ראַיאָן.

ווי עס זאָל אָבער נישט זײַן, האָט נתניהוס מאַנעווער פֿון דער הײַנטיקער וואָך זיך פֿאַרענדיקט, יעדנפֿאַלס, אין דער איצטיקער פֿאַזע, מיט אַ דורכפֿאַל, מקיים זײַענדיק דאָס ייִדישע פֿאָלקסווערטל: פֿאַרשטונקענע פֿיש געגעסן — און פֿון דער שטאָט אַרויסגעטריבן... פֿון זײַנע דראָונגען און פּרוּוון אָפּצורײַסן פֿון "קדימה", צוערשט, צוועלף און דערנאָך זיבן אָדער וויפֿל עס לאָזט זיך אומצופֿרידענע, אָדער אָפּאָזיציאָנעלע כּנסת־דעפּוטאַטן פֿון די "הינטערשטע שורות", און דערנאָך פֿון זײַן באַליידיקנדיקן פֿאָרשלאַג צו דער פּאַרטיי־פֿירערין פֿון "קדימה" זיך אָנצושליסן צו דער קאָאַליציע פֿאַר צוויי מיניסטאָרן אָן "פּאָרטפֿעלן" — די אַלע פּרוּוון האָבן נישט נאָר ניט צעבראָכן, נאָר האָבן גאָר פֿאַרשטאַרקט די וואַקלדיקע אייניקייט אין איר פּאַרטיי און האָבן אָפּגעדעקט נתניהוס אינטריגאַנטישע כּוונות, אויסשטעלנדיק אים ווי דעם קיסר, וואָס גייט נאַקעט און ווי אַ "קליינעם עסקן" אויך אין זײַן אייגענער פּאַרטיי. דער "געטרײַער תּלמיד פֿון זשאַבאָטינסקי", דער כּנסת־פֿאָרזיצער רובי ריבֿלין, האָט עפֿנטלעך געזאָגט, אַז ער "האָט נישט געחלומט, אַז מיר וועלן זיך אַראָפּלאָזן צו אַזאַ נידעריקער מדרגה"; משה אַרענס, אַ געוועזענער אַמבאַסאַדאָר אין וואַשינגטאָן און געוועזענער זיכערהייטס־מיניסטער, האָט הײַנטיקע וואָך אין זײַן אַרטיקל אין "הארץ" פֿון 29סטן דעצעמבער 2009, באַצייכנט נתניהוס מאַנעווער, ווי אַן אַקט פֿון "פּאָליטישן קאַניבאַליזם", אַרויפֿוואַרפֿנדיק אָבער די שולד אויף אַריאל שרונען, וועלכער האָט "אָנגעהויבן דעם דאָזיקן וועג".

יאָ, געוויינטלעך, אין אמתע און אין ווירטועלע מלחמות טענהט יעדער צד קעגן דעם אַנדערן, אַז "יענער האָט אָנגעהויבן". פֿון דעם חטא פֿון "ערשטקייט" אין הילכות פּאָליטישער קאָרופּציע קאָן מען נישט באַפֿרײַען די אָנפֿירונג פֿונעם "ליכּוד", וועמענס פּאַרטיי־צענטראַלע איז ביז אין די מיטעלע יאָרן פֿון דעם אָפּטרעטנדיקן יאָרצענדליק געווען דער ראָיענדיקער בינשטאָק, די לעבעדיקע נעסט פֿון דער פּאַרטיייִשער קאָרופּציע, וווּ עס האָבן געהאַט אַ דאָמינירנדיקע דעה אַפֿילו בולטע פּאַרשוינען פֿון דער פֿאַרברעכערישער וועלט. דאָרט האָט מען געקויפֿט און פֿאַרקויפֿט "דזשאָבן" און באַשטימט דעם סדר פֿון דער פּאַרטיייִשער קאַריערע, אַדורכגעפֿירט "דילן", טראַנזאַקציעס אַרום די קאַנדידאַטן־ליסטעס צו דער כּנסת.

אַזוי האָט אויך אָנגעהויבן, מיט דער הילף פֿון אַ "דיל", זײַן אַגרעסיווע פּאָליטישע קאַריערע שאָול מופֿז, "דער סאַמע פּאָליטישסטער אַרמיי־קאָמאַנדיר" און "דער סאַמע מיליטאַריסטישסטער פּאָליטיקער", ווי נאָר ער האָט אויסגעטאָן דעם מיליטערישן מונדיר און נאָך אַ קורצער צײַט זיך פֿאַרמאָסטן אין די "פּרײַמעריס" פֿאַר דער פֿירערשאַפֿט פֿון "ליכּוד". און ווען ער איז דורכגעפֿאַלן אין זײַן פֿאַרמעסט קעגן נתניהו, איז ער אַ באַליידיקטער אַריבער אין "קדימה" צוזאַמען מיט נאָך זעקס "באַעוולטע" כּנסת־דעפּוטאַטן, וועמען עס איז געוואָרן ענג אין "ליכּוד" און זיי האָבן געהאָפֿט צו געפֿינען בעסערע "דזשאָבן" אין "קדימה".

ווען שאָול מופֿז האָט פֿאַרלוירן אין די "פּרײַמעריס" אין "קדימה", האָט ער זיך ווידער באַליידיקט און געשאַפֿן אין דער פּאַרטיי אַ מין אָפּאָזיציע פֿון 7 "דעזערטערן", פֿאַר וועמען דער "ליכּוד" האָט אַדורכגעפֿירט אין דער כּנסת אַ ספּעציעלן געזעץ, וואָס זאָל דערמעגלעכן אָט די זיבן מאַנדאַטן זיך אָפּצורײַסן פֿון "קדימה" און צו שאַפֿן אַן אייגענע אָנערקענטע פֿראַקציע אין דער כּנסת. ווי עס האָט זיך איצט אַרויסגעוויזן, האָט נתניהו, דורך זײַן איבערגעגעבענעם "נאָענטן" ליכּודישן מיניסטער ישׂראל כּץ שוין מיט אייניקע חדשים צוריק אָנגעהויבן פֿירן מיט זיי געהיימע פֿאַרהאַנדלונגען. מיט דער הילף פֿון פֿאַרשיידענע צוזאָגענישן פֿון מלוכישה אַמטן האָט ער צוגערעדט די דאָזיקע מענטשן צו רעוואָלטירן קעגן דער אָנפֿירונג פֿון ציפּי ליבֿני, צו שפּאַלטן די "קדימה" און זיך אָנשליסן צו דער רעגירונג. און, כּדי דאָס צו "כּשרן", ווען די זאַך איז אַרויס אין דער עפֿנטלעכקייט, האָט נתניהו פֿאָרגעלייגט ציפּי ליבֿני — אָנהייבנדיק מיט דראָונגען, אָפּשרעקנדיק מיט דעם נויט־צושטאַנד פֿון דער מדינה און איבערגייענדיק צו לאָקונגען, — אַרײַנצוטרעטן אין דער רעגירונג, "אַזוי ווי בעגין האָט געהאַנדלט האַרט ערבֿ דער זעקס־טאָגיקער מלחמה", און האָט פֿאָרגעלייגט איר פּאַרטיי צוויי מיניסטער־אַמטן אָן באַשטימטע פֿונקציעס פֿאַר ליקווידירן די אָפּאָזיציע.

ברענגענדיק דעם באַליידיקנדיקן פֿאָרשלאָג פֿאַר דער פֿראַקציע פֿון "קדימה" אין דער כּנסת", האָט ציפּי ליבֿני שאַרף אַטאַקירט דעם פּרעמיער, באַשולדיקט, ווי געזאָגט, זײַן אויפֿפֿירונג פֿון נידעריקער עסקנות און — די גאַנצע פּאַרלאַמענטאַרישע פֿראַקציע פֿון "קדימה", די גאַנצע אָנפֿירונג פֿון דער פּאַרטיי, אַרײַנגערעכנט אירע פּאָטענציעלע דעזערטערן, חוץ איינעם, האָבן זיך געשטעלט הינטער איר באַשלוס אָפּצוּוואַרפֿן נתניהוס פֿאָרשלאַג. דער איינציקער, וואָס האָט אים יאָ אָנגענומען, איז געווען דער געוועזענער פֿאָרזיצער פֿון דער פֿראַקציע אין דער כּנסת, דער דעפּוטאַט אַפֿלאַללאָ, וועלכער האָט זיך צוגעאײַלט און געשאַפֿן אַ זעלבשטענדיקע פֿראַקציע פֿון איין מענטש. מיט זײַן אַקט האָט "קדימה" פֿאַרלוירן איינעם פֿון אירע 28 מאַנדאַטן און זיך אויסגעגליכן מיט די 27 מאַנדאַטן פֿונעם "ליכּוד".

אָבער נתניהו האָט פֿאַרלוירן זײַן ספּעקולאַטיוון מאַנעווער און די פּאָפּולאַריטעט אין זײַן אייגענער פּאַרטיי. זײַן פּאָטענציעלער קעגנער שאָול מופֿז, וועלכן ער האָט געוואָלט מיט זײַן פּאַרלאַמענטאַרישן טריק צוריקברענגען צום "ליכּוד", האָט בכלל זיך נישט אָנגעשלאָסן צו די "רעבעליאַנטן", ווײַל ער וויל געווינען די גאַנצע פּאַרטיי, די "קדימה" אין די נײַע פּרײַמעריס, וואָס ער פֿאַרלאַנגט אַדורכצופֿירן. זײַן פּאָליטישע פּלאַטפֿאָרם איז אָבער אַ ליכּודישע.

מיר האָבן דאָ געבראַכט פֿאַרן לייענער דעם פֿאַרקירצטן נאַראַטיוו פֿון דער ביביוּשער קאָמבינע, וואָס האָט "אויסגעפֿילט מיט אינהאַלט" די ערשטע צען חדשים פֿון נתניהוס צווייטער רעגירונג. די כּוונה פֿון זײַן אויפֿפֿירונג, אויסער דעם יצר פֿון נקמה אין זײַנע ריוואַלן פֿון "קדימה", איז אַ קלאָרע: פֿאַרזיכערן די סטאַביליטעט פֿון זײַן רעגירונג.

עס זײַנען אָבער פֿאַראַן, קענטיק, אויך אַנדערע הינטער־כּוונות אין אָט דער קאָמבינאַטאָרישער אָפֿענסיווע פֿון דער הײַנטיקער וואָך, פֿאַרבונדן מיט זײַן אַרויספֿאָר קיין קאַיִר צו דער באַגעגעניש מיטן עגיפּטישן פּרעזידענט מובאַראַק, אין שײַכות מיט דעם געהיימען הסכּם מיט פּרעזידענט אָבאַמאַ — לויט דער רעוועלאַציע פֿון דעם גוט אינפֿאָרמירטן ד"ר יוסי ביילין — וועלכער פֿאַרפֿליכטעט ביבי נתניהו צו באַנײַען די אונטערהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער אויף דער באַזע פֿון די גרענעצן פֿון 1967 מיט לײַכטע אויסטוישן פֿון באַשרענקטע שטחים.

אין דער זעלבער צײַט האָט דער אויסערן־מיניסטער אבֿיגדור ליבערמאַן צוזאַמענגערופֿן אַלע דיפּלאָמאַטישע פֿאָרשטייער פֿון ישׂראל אויף דער גאַנצער וועלט און האָט דערקלערט, אַז "כּל זמן ער איז דער אויסערן־מיניסטער, וועט נישט זײַן קיין הסכּם מיט די פּאַלעסטינער. אויך נישט אין דעם און אין דעם קומענדיקן יאָרצענדליק".

די דיפּלאָמאַטן פֿון אבֿיגדור ליבערמאַן זײַנען דאָס פּנים פֿון מדינת־ישׂראל פֿאַר דער גאָרער וועלט. אין זײַן לייט־אַרטיקל וועגן דעם דינסטיק, האָט דער "הארץ" באַצייכנט די אויסערן־פּאָליטיק פֿון אבֿיגדור ליבערמאַן ווי "אַ כוליגאַנישע דיפּלאָמאַטיע". נתניהו מוז אָבער "האַלטן פֿאַסאָן". ער ווייסט, אַז מיטן מאָמענט ווען עס וועלן זיך אָנהייבן די געשפּרעכן מיט די פּאַלעסטינער, וועלן ליבערמאַן מיט זײַן פּאַרטיי, ווי אויך בני בעגין און משה יעלון פֿאַרלאָזן די קאָאַליציע. וויל דעריבער נתניהו, לויט אָט דער רעלאַציע, זיך פֿאַרזיכערן די אונטערשטיצונג פֿון "קדימה", כּדי צו קענען ווײַטער בלײַבן בײַ דער מאַכט און צו קענען ממשיך זײַן די זעלבע פּאָליטיק פֿון "קאָמבינעס".

תּל־אָבֿיבֿ, 29סטער דעצעמבער, 2009