אַ ייִדישער סאָלדאַט אין דער עסטרײַך־אונגערישער אַרמיי |
www.czernowitz.ehpes.com and Cornel Fleming |
מיר פּלאַגער, מיר שטייען דאָ,
אונטער אײַערע פֿענצטער,
גיט אונדז אַ ביסל בראָנפֿן,
וועט איר זײַן בײַ אונדז דער שענסטער!
אוי וויי, וויי צו מײַנע יאָר!
וואָס איך האָב דערלעבט
צו איין און צוואַנציק יאָר!
(פֿאָלקסליד פֿונעם ייִוואָ־באַנד
"ייִדישער פֿאָלקלאָר")
די אָפּקומענישן פֿונעם ייִדישן בחור אין דער צאַרישער אַרמיי האָט מען אויסדריקלעך און טרויעריק איבערגעגעבן אין כּלערליי רעקרוטן־ און סאָלדאַטן-לידער, וואָס דאָס פֿאָלק האָט ווײַטער געזונגען לאַנג נאָכן פֿאַלן פֿון צאַרישן רוסלאַנד. אָבער וואָס איז מכּוח דעם גורל פֿונעם ייִדישן סאָלדאַט און רעקרוט אין אַן אַנדער אימפּעריע פֿון מיזרח-אייראָפּע, דער עסטרײַך-אונגערישער? צי האָבן יענע יונגע-לײַט אויך געשאַפֿן לידער, וואָס האָבן אָפּגעשפּילט זייער בידנעם מזל?
דער ענטפֿער איז — יאָ און ניין. וועגן דעם לעבן פֿונעם ייִדישן סאָלדאַט אין דער עסטרײַך-אונגערישער אַרמיי זענען געשאַפֿן געוואָרן, אַפּנים, גאָר ווינציק פֿאָלקסלידער. אָבער עס האָבן זיך יאָ פֿאָרמירט גרופּעס בחורים אין גאַליציע, וואָס האָבן זיך "געפּלאָגט" — דאָס הייסט, קרענקלעך געמאַכט, כּדי נישט צו דינען, און אַרום זייער סבֿיבֿה איז אויפֿגעקומען אַ רײַכער פֿאָלקלאָר, מיט לידלעך, טענץ און "מינהגים", כאָטש אפֿשר נישט פֿונעם פֿײַנסטן געשמאַק.
אין זײַן רעאַליסטיש־עטנאָגראַפֿישער דערציילונג "פּלאָגערס" [מע שרײַבט סײַ "פּלאָגערס", סײַ דאָס דײַטשע "פּלאַגערס"], שרײַבט א. מ. פֿוקס, אַז די פּאָטענציעלע סאָלדאַטן "נעמען זיך באַלד פּלאַגן דורך די נעכט, כּדי אַזוי שלעכט אויסצוזען, אַז בײַ דער אַסענטירונג זאָל מען זיי מוזן באַפֿרײַען פֿון מיליטער־דינסט, אַז ייִדישע קינדער זאָלן אויסגעהיט ווערן פֿון גוייִשע הענט". דער זשורנאַליסט און פֿאָלקלאָריסט, אַ. ליטווין, אינעם 5טן באַנד ("גאַליציען") פֿון זײַן קרוינווערק "ייִדישע נשמות", האָט וווּנדערלעך באַשריבן די "פּלאַגערס", און, ווי זײַן שטייגער איז געווען, זיך באַמיט אויך צו געבן אַ היסטאָריש־עקאָנאָמישן פּירוש אויף דעם פֿענאָמען. לויט ליטווינען, האָט דער ייִד, ביז די 1880ער יאָרן, זיך לײַכטער געקענט אַרויסדרייען פֿון מיליטער־דינסט בײַם קײַזער פֿראַנץ־יאָסעף דורך "קויפֿן פֿאַר זיך אַן אַנדערן, אַ 'סופּלענט’ האָט עס געהייסן. דער מקח פֿון אַ 'סופּלענט’ איז געווען פֿיר הונדערט רײַניש". ווען מע האָט אָפּגעשאַפֿן די מעגלעכקייט פֿון אַ 'סופּלענט’, "האָט זיך אַנטוויקלט די פּלאַגערס אין איר גאַנצער טראַגי־קאָמישער געשטאַלט". לויטן היסטאָריקער נחמן בלומענטאַל (אינעם יזכּור־בוך "ספֿר באָרשטוועוו") האָט דער קײַזער יאָזעף דער 2טער (1780—1790) אײַנגעפֿירט אין גאַליציע מיליטער־דינסט פֿאַר ייִדן, און ער דערמאָנט אויך, אַז אין די אַמאָליקע יאָרן האָט די ייִדישע קהילה געהאַט די מעגלעכקייט צו געבן אַן "ערזאַץ־מאַן" אָדער אויסלייז־געלט, און אַ סך ווייניקער ייִדן האָבן דעמאָלט געדינט.
דאָס מעלדן די סאָלדאַטן צום מיליטער־דינסט אין גאַליציע איז פֿאָרגעקומען פּסח־צײַט (לויט ליטווין, פֿאַר פּסח, לויט פֿוקס, נאָך פּסח). אָבער דאָס פּלאָגן זיך האָט שוין אָנגעהויבן נאָך חנוכּה. אין וואָס איז באַשטאַנען דאָס פּלאָגעניש? פֿוקס גיט איבער פּינקטלעך זייער דיעטע: "פֿלייש פֿלעגן די פּלאַגערס עסן בלויז לכּבֿוד שבת. אין דער וואָכן האָבן זיי געגעסן וואָרצלען כריין, אַ סך רעטעך מיט ציבעלע, זויערע שמאַטע־באָרשט פֿון קוואַסאָק, אַלט־געבאַקן פּיסנע ברויט, פֿאַרסטײַעטע בולבעס אין שאָלעכץ אָן זאַלץ; האַרטע אַרבעס, רוי קרויט און געהאַקטע קראָפּיווע. זיי האָבן אײַנגענומען אינדעק־זאָמען צום אָפּפֿירן און טײַוול־קרייטעך צו פֿאַרשטאָפּונג. זיי האָבן געטרונקען אַזוי פֿיל טעפּ עסיק מיט פֿעפֿער, אַז ס׳האָט זיי פֿאַרריסן די געדערים פֿון שאַרפֿן זויער־ווייטיק און ביטערן בויך בראַנד...."
דאָס אַליין־מאַטערן זיך, כּדי אויסצומײַדן דאָס מיליטער איז נישט קיין חידוש אין דער מאָדערנער געשיכטע און קומט פֿאָר בײַ אַ סך פֿעלקער, אָבער די פּלאַגערס זענען פֿאָרט געווען אַנדערש. זיי האָבן זיך אָרגאַניזירט אין גרופּעס און געוואַנדערט פֿון שטעטל צו שטעטל אין באַנדעס און אָפּגעטאָן שפּיצלעך די ייִדן אין די ערטער. ווי עס שרײַבט ווײַטער פֿוקס אין זײַן טיפּיש געדיכטער פּראָזע — "בחבֿרותא זענען זיי אויף־געווען דורך די נעכט און זיך געטראָגן ווי אַ שײַקע צעהוליעטע רעקרוטן איבערן שלאָפֿנדיקן שטעטל, אַזוי געוואָיִוועט, געפּילדערט און אָפּגעטאָן שפּיצלעך די שטאָט־לײַט, אַז מע האָט דאָס גאַנצע יאָר דערפֿון גערעדט און געלאַכט אין די שטיבער. זיי פֿלעגן פֿאַרבײַטן די שילדן פֿון די געוועלבער אין מאַרק, אַרויסרײַסן די העלצער פֿון די פּלויטן, אויסגעהייצט אין קלויז־אויוון און מע האָט געבראָטן די געגנבֿטע הינערישע אייער פֿון די בוידעמס און עפּל און קאַרטאָפֿל פֿון די קאַמערן. זיי האָבן פֿאַרשלעפּט וואָגנס אין טײַך אַרײַן, אָפּגעריסן דעם שטרוי־דאַך פֿונעם מלמדס חדר, דעם בלעכערנעם האָן פֿונעם גמינע־טורעמל, איבערגעקערט דעם גלאָק אין מאַרק, געהאַקט דעם שיפֿן שטעטל־לאַמטערן און אויסגעדרייט דעם אײַזערנעם פּלומפּ פֿון דער קערניצע. זיי האָבן אַרויסגעשלעפּט דעם שמשׂס באָק פֿונעם שטעלכל, אים אָנגעטאָן אַ צעפֿליקטע קאַפּאָטע מיט אַן אַלט שטרײַמל און אים אָנגעבונדן אויפֿן גאַניק פֿונעם חזנס שטוב. דעם גלחס גענדז האָט מען באַהאַלטן בײַם רבֿ אויפֿן בוידעם און דעם פּריצס בריטשקע האָט מען געפֿונען אין שעכט־יאַטקע... זיי האָבן אין מיטן נאַכט אָנגעקלאַפּט אין די שטוב־פֿענצטער, אויפֿגעוועקט די כּלה־מיידן פֿונעם שלאָף און איבערגעשראָקן די ווײַבער און קינדער מיט צעמיאַקעטע קולות, ווי קעץ און מיט פֿאַרסאַזשעטע פּנימער ווי שדים, מיט אָקסן־הערנער אויף די קעפּ. זיי האָבן געגראַגערט און געליאַרמעט אויף קולות און געלעכטער, אַז די דרימלענדיקע ביימער האָבן זיך געוועקט מיט אַ ציטער. די הענט פֿאַרלייגט איינער אויפֿן אַנדערס אַקסל, האָבן די פּלאַגערס, וואַרפֿנדיק די פֿיס אין טיף נאַכטיק בלײַבן לבֿנה־שײַן מיט לאַנגע, שוואַרצע שאָטנס, געטאַנצט אין מיטן ליידיקן מאַרק אַ פֿריילעכע קאָלעמייקע, מיט אַזאַ כּוח, אַז ס׳האָט געדונערט די שטילע נאַכט ווי פֿון אַ געוויטער".
ליטווין האָט ריכטיק פֿאַרשטאַנען דעם פֿאָלקלאָריסטישן כאַראַקטער פֿון די "פּלאַגערס", אַז די דאָזיקע "שפּיצלעך" האָט מען איבערגעחזרט פֿון יאָר צו יאָר, און זיי זענען געוואָרן "טראַדיציעס". די פּלאַגערס, שרײַבט ער, זענען געוואָרן אַ "געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציע מיט אַ ניט־געשריבענעם אוסטאַוו [קאָנסטיטוציע], וואָס איז אָפּגעהיט געוואָרן אויפֿן האָר, מער ווי אַ געשריבענע: מיט אירע טראַדיציעס, מיט אירע העלדן און טיפּן, מיט אירע צערעמאָניעס, לידער און טענץ". יעדע באַנדע פֿון די "פּלאַגערס" האָט אויסגעקליבן אַ "רבֿ" מיט אַ סך מאַכט צו דיסציפּלינירן די אַנדערע.
צווישן די טענץ פֿון די פּלאַגערס, דערמאָנט ליטווין אַ "קאַפּאַראָש", וואָס ווערט מגולגל אין אַ פּאַטשערײַ־שפּיל. דערנאָך זינגט מען אונטער די פֿענצטער די "פּלאַגער־סערענאַדע":
שטייען מיר דאָ אַלע פּלאַגער,
שטייען מיר דאָ אויף קצבֿה:
גיט אונדז אַרויס אַ פֿלעשעלע בראָנפֿן,
וועט איר האָבן אַ מיצווה.
און אַז מע גיט נישט, צעברעכט מען אַ שויב, אַ לאָדן.
דעם פּלאַגער־רבֿ דאַרף דער בחור, וואָס ווערט 21 יאָר אַלט, געבן אַ באַקשיש, אויב ער וויל נישט ווערן קיין פּלאַגער — נישט וויכטיק, צי ער וויל זיך טאַקע שטעלן צום פּריזיוו, צי נישט. ליטווין שרײַבט, אַז אַמאָל פֿלעגן די פּלאַגערס גיין צום רבין נאָך אַ ברכה, און נעמען בײַ די חסידים פּלאַגער־געלט אָבער ס׳איז געוואָרן אויס מאָדע.
פֿוקס דערמאָנט זיך איין פּלאַגער־ליד, וואָס איז געווען באַקאַנט אין גאַנץ גאַליציע:
אוי, בין איך מיר אַ פּלאַגערל,
א וווילס און אַ פֿײַנס:
אַ פּלאַגערל מלא־חן
און דעם קײַזער דינען מוזסטו גיין.
אוי, ווי אַ זעלנערל, אַ ייִדיש קינד,
אַ שווערדל מיט אַ בלויזן שרינט!
קלאָגט די מאַמע מיט געוויין:
אוי, דעם קײַזער דינען מוזסטו גיין
אַ פּלאַגערל מלא־חן
און דעם קײַזער דינען מוזסטו גיין.
נאָך אַ פּלאַגער־לידל, וואָס מע האָט געזונגען אונטער די פֿענצטער פֿון די כּלה־מיידן:
אוי, דער קיסר הייסט פֿרויעם־יאָסל [פֿראַנץ־יאָסעף]
דער חתן וווינט אין גוייִשן געסל.
אין שטעטל איז אַ חתונה,
אין דאָרף איז אַ שׂריפֿה,
מ׳פֿירט די כּלה "....
אָבער נישט אַלע פּלאַגער־לידער האָבן געהאַט אַזאַ ביטערן הומאָר. אַנדערע האָבן מרה־שחורהדיק באַוויינט די דאָליע פֿונעם ייִדישן בחור אין דער בלי־צײַט פֿון זײַן יוגנט. מײַן באָבע ליפֿשע האָט געזונגען אַזאַ פּלאַגער־ליד (אַן אַנדער וואַריאַנט פֿון סאָניק געפֿינט זיך אין שמואל־זײַנוול פּיפּעס קאָרעספּאָנדענץ מיט י. ל. כּהן)
אין דער פֿינצטערער נאַכט,
ליג איך מיר באַשטענדיק און טראַכט
וואָס איך בין פֿון מײַן היים אַוועק.
איך קען שוין נישט קומען צו קיין צוועק.
ווער עס וויל נאָר דער צאַפּט מיר מײַן בלוט.
אוי, אוי, אוי, אוי, ווי פֿאַרביטערט איז מיר דאָס האַרץ
אוי, אוי, אוי, אוי, קיינער ווייסט נישט מײַן שמאַרץ.
דורך אַן אומגליקלעכער ליבע, אומצוגיין אויף די גאַסן אַליין.
צו זײַן פֿון מײַן היים פֿאַרטריבן, אוי עלנט בין איך ווי אַ שטיין.
די מאַמע האָט מיך געשיקט שטודירן,
זי האָט געמיינט, אַז פֿון מיר זאָל זײַן אַ לײַט.
פֿון דעם אַלעמען האָט זיך גאָר אויסגעלאָזט.
איך טו מיר בלינד אַרומשפּאַצירן...
אוי, עלנט בין איך און נע־ונד.
אַנדערע פּלאַגער־לידלעך געפֿינען זיך אין צעוואָרפֿענע זאַמלונגען, און אַ שלל באַשרײַבונגען וועט מען אפֿשר געפֿינען אין די צענדליקער יזכּור־ביכער פֿון גאַליציע. געקוקט פֿון אַ פֿאָלקלאָריסטישער פּערספּעקטיוו, שטעלט מיט זיך פֿאָר דער פּלאַגער־מאַטעריאַל אַן אינטערעסאַנטע דוגמא, אַז נישט אַלץ וואָס מע רופֿט פֿאָלקלאָר דאַרף זײַן "שיין און ריין", אָבער עס שפּיגלט פֿאָרט אָפּ דאָס פֿיל־פֿאַרביקע לעבן פֿונעם ייִד אין מיזרח־אייראָפּע.