אוזבעקישע פּליטים בײַ דער גרענעץ, קומען צוריק קיין קירגיזסטאַן פֿון אוזבעקיסטאַן, דעם 17טן יוני 2010 |
Credit: Getty Images |
אַ נײַעם קלאַפּ האָבן באַקומען די לײַט, וועלכע בענקען נאָך קאָמוניזם און דער סאָוועטישער סיסטעם. די טראַגישע געשעענישן אין קירגיזסטאַן האָבן ווידער אַ מאָל בולט געוויזן דעם אמתן פּרײַז פֿון דער סאָציאַליסטישער פֿעלקער-פֿרײַנדשאַפֿט, אַ ווינקלשטיין פֿון דער סאָוועטישער אידעאָלאָגיע. אין זײַן צעפֿאַלונג האָט די סאָוועטישע סיסטעם אַנטפּלעקט איר ריכטיקן פּרצוף פֿון אַ קאָלאָניאַלער מלוכה, אַ יורש פֿון דער רוסישער אימפּעריע. ניט צופֿעליק פֿאַרגלײַכט מען איצט די רוסיש-קירגיזישע באַציִונגען מיט די פּאָסט-קאָלאָניאַלע באַציִונגען צווישן פֿראַנקרײַך און אירע קאָלאָניעס, בפֿרט צווישן פֿראַנקרײַך און רואַנדאַ בעת די בלוטיקע שחיטות דאָרטן.
פֿראַנקרײַך האָט דעמאָלט, אין די 1990ער יאָרן, ניט געוואָלט זיך אַרײַנמישן, און דער סוף איז געווען אַ טראַגישער. רוסלאַנד וויל אויך ניט קריכן אין דעם זומפּ פֿון צווישן־עטנישע קאָנפֿליקטן אין קירגיזסטאַן, און דער סוף פֿון איבערלאָזן די סיטואַציע אויף הפֿקר קען זײַן אויך אַ טראַגישער. בפֿרט נאָך, אַז דאָס ניט אַרײַנמישן זיך מצד רוסלאַנד האָט ווייניק צו טאָן מיט שעמעוודיקייט פֿון מאָסקווע. די סיבות זײַנען, בלי-ספֿק, אַנדערע.
אין דער גאַנצער געאָפּאָליטישער שפּיל מוז רוסלאַנד זיך צוהערן צו די אויטאָקראַטישע רעזשימען אין אוזבעקיסטאַן און קאַזאַכסטאַן. דאָרטן, אין טאַשקענט און אַסטאַנאַ, חלומט מען וועגן אײַנשטעלן אויך אין בישקעק, דער קירגיזישער הויפּט־שטאָט, אַ דיקטאַטאָרישע מאַכט, כּדי די דעמאָקראַטיע זאָל, חס-וחלילה, זיך ניט פֿאַרשפּרייטן אין יענע צענטראַל-אַזיאַטישע מקומות. אַ סבֿרא, אַז דעמאָקראַטיע שרעקט אויך מאָסקווע און אַפֿילו וואַשינגטאָן און אַנדערע מערבֿדיקע רעגירונגען. מחמת דעמאָקראַטיע קען ברענגען צו דער מאַכט די מוסולמענישע באַוועגונגען — אַ ביז גאָר געפֿערלעכע זאַך, בפֿרט בשכנות מיט אַפֿגאַניסטאַן.
קירגיזסטאַן איז די איינציקע צענטראַל-אַזיאַטישע מדינה, וווּ די מאַכט איז אין די נאָך-סאָוועטישע יאָרן געווען רעלאַטיוו (אויף דער שקאַלע פֿון יענע מקומות) דעמאָקראַטיש. דעם 27סטן יוני האָט אין לאַנד געדאַרפֿט דורכגעפֿירט ווערן (און אפֿשר וועט פֿון דעסטוועגן דאָס געשען) אַ רעפֿערענדום וועגן בײַטן די קאָנסטיטוציע. די הויפּט-פֿראַגע איז — צו באַגרענעצן די פּרעזידענטישע מאַכט און מאַכן שטאַרקער דעם פּאַרלאַמענט. עס ווערט אויך פֿאָרגעלייגט צו געבן אַן אָפֿיציעלן סטאַטוס דער רוסישער שפּראַך.
קירגיזסטאַן שטעלט מיט זיך דערווײַל פֿאָר אַ ניט קיין געלונגענע מדינה, וואָס מע רופֿט אויף ענגליש failed state. די גרענעצן אַליין האָט מען נאָך אין סטאַלינס צײַטן דורכגעפֿירט אַזוי, אַז אונטער איין מלוכה-צייכן זײַנען פֿאַראייניקט געוואָרן טעריטאָריעס באַפֿעלקערט דורך פֿאַרשיידענע עטנישע גרופּעס, קודם-כּל קירגיזן, אוזבעקן און טאַדזשיקן. די קירגיזן האָבן ניט קיין היסטאָרישע דערפֿאַרונג פֿון לעבן אין אַן אייגענער אומאָפּהענגיקער מלוכה, אַזוי אַז זייער משפּחהדיקע און שבֿטימדיקע לאָיאַלקייט איז אַ סך שטאַרקער. ווי אַ פּועל-יוצא, האָבן זיי ניט קיין טראַדיציעס פֿון אָנהאַלטן מלוכישע געזעצן. די באַציִונג צו דער ערד איז בײַ זיי, פֿון דור-דורות נאָמאַדן, אויך אַן אַנדערע, איידער בײַ, למשל, אַזעלכע דערפֿאַרענע פֿאַרמערס ווי אוזבעקן. קיין חידוש ניט, אַז אויף די מערק דאָמינירן די אוזבעקן — בײַ זיי מוזן די קירגיזן קויפֿן פּראָדוקטן.
אַפֿילו דאָס קירגיזישע פֿאָלק גופֿא איז צעטיילט. אין די צפֿונדיקע געגנטן פֿונעם לאַנד איז די באַפֿעלקערונג מער אורבאַניזירט און רוסיפֿיצירט, בעת אין דער דרום־געגנט, אָפּגעטיילט פֿון צפֿון דורך הויכע בערג, דאָמינירט לאַנדווירטשאַפֿט, און די מוסולמענישע טראַדיציעס זײַנען שטאַרקער. אין די ערשטע נאָך-סאָוועטישע יאָרן האָבן מיטן לאַנד אָנגעפֿירט, דער עיקר, פֿאָרשטייער פֿון צפֿונדיקע קלאַנען. אין 2005, ווען מען האָט אַראָפּגעוואָרפֿן דעם פּרעזידענט אָסקאַר אַקאַיעוו, זײַנען צו דער מאַכט געקומען די דרומדיקע גרופּירונגען, בראָש מיט קורמאַנבעק באַקאַיעוון.
די איצטיקע שחיטות, אין וועלכע די קירגיזן הרגענען אוזבעקן, באַשרײַבט מען ווי אַ פּרוּוו פֿון באַקאַיעווס משפּחה און אירע אָנהענגער צוריקקומען צו דער מאַכט, וועלכע זיי האָבן פֿאַרלוירן מיט אַ פּאָר חדשים צוריק. קורמאַנבעק באַקאַיעוו איז איצט אין ווײַסרוסלאַנד, און זײַן זון, מאַקסים, איז לעצטנס געקומען קיין ענגלאַנד. די איצטיקע, צײַטווײַליקע קירגיזישע רעגירונג באַשולדיקט די באַקאַיעווס אין כּלערליי פֿאַרברעכנס און פֿאָדערט, מע זאָל זיי אַרויסגעבן און באַשטראָפֿן. מיט אַרויסגעבן מאַקסים באַקאַיעוון (אים האָט מען באַזונדערס פֿײַנט אין לאַנד) האָבן די קירגיזישע מלוכה-לײַט לעצטנס גענומען פֿאַרבינדן די פֿראַגע, צי די אַמעריקאַנער באַזע אין קירגיזסטאַן וועט קענען ווײַטער פֿונקציאָנירן. מאַקסים באַקאַיעוון באַשולדיקט מען אויך אין "ספּעציעלע קאָרומפּירטע באַציִונגען" מיטן אַמעריקאַנער צד, וואָס האָט כּלומרשט אָנגעפֿילט דעם פּרעזידענטס זונס קעשענעס מיט מיליאָנען דאָלאַרן.
אין דער אמתן, איז דערווײַל ניט קלאָר, צי די באַקאַיעווס האָבן טאַקע אָרגאַניזירט די צווישן־עטנישע פּאָגראָמען. אין קירגיזסטאַן זײַנען אויך פֿאַראַן אַנדערע כּוחות, וועלכע קענען זײַן שולדיק אין די שחיטות. למשל, די היגע קרימינעלע כּנופֿיות, וואָס קאָנטראָלירן די מאַרשרוטן פֿאַר טראַנספּאָרטירן נאַרקאָטיקעס פֿון אַפֿגאַניסטאַן קיין אייראָפּע. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אין אַזאַ רויִנירטער און קאָרומפּירטער מדינה ווי קירגיזסטאַן קענען די צווישן־עטנישע באַציִונגען זײַן אַזוי אָנגעשטרענגט, אַז עפּעס אַ קלייניקייט קען זייער גרינג פּראָוואָצירן גוואַלד-מעשׂים. בפֿרט נאָך, אַז די מאַכט איז דאָרטן זייער שוואַך, זי זאָל קענען די פּאָגראָמשטשיקעס אָפּשטעלן.
דערווײַל זײַנען אומגעקומען ניט ווייניקער פֿון אַ פּאָר הונדערט מענטשן. מע רופֿט אָן אויך גרעסערע ציפֿערן — ביז צוויי טויזנט. הונדערטער טויזנטער לײַט זײַנען געוואָרן פּליטים. ס’איז ניט קלאָר, ווי אַזוי די אוזבעקן און קירגיזן וועלן איצט קענען לעבן בשכנות. די גאַנצע וועלט קוקט זיך צו צו די געשעענישן אין קירגיזסטאַן, ווײַל מע פֿאַרשטייט, אַז דעם פֿײַער מוז מען אומבאַדינגט לאָקאַליזירן. אַנדערש קען די שׂרפֿה זיך אַריבערוואַרפֿן אויף די אַרומיקע לענדער, וווּ דער מצבֿ איז אַזוי אויך ניט פֿון די בעסטע.