- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די מעשׂה מיט זיבן פֿעטע און זיבן מאָגערע קי האָט אַ שײַכות צו יוספֿן. יוסף האָט ניט געזוכט קיין סעקסועלע אַוואַנטורעס, ער האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון פּוטיפֿרס ווײַב, וועלכע האָט אים געוואָלט אַרײַנשלעפּן צו זיך אין בעט אַרײַן. יוספֿס יורשים, די וועלכע האָבן זיך שפּעטער באַזעצט אין לאַנד, וווּ עס רינט מילך מיט האָניק — אין ארץ־ישׂראל, הייסט עס, זענען ניט געווען ענלעך, וואָס שייך סעקס, אויף זייער ווײַטן עלטער־זיידן. דערציילונג אַבֿרהם זאַכאַראָוויטש איז געווען דער ערשטער פֿון די שטעטלדיקע ייִדן, וועלכער איז געוואָרן דירעקטאָר פֿון אַ סאָוועטישער אונטערנעמונג. צו ערשט, האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ נייצעך. דערנאָך האָט די ראַיאָנער מאַכט, לויט אַ באַשטימונג פֿון עפּעס אַן אָרדנטלעכן, צי אפֿשר, אַן אויסעראָרדנטלעכן קאָמוניסטישן פּלענום, פֿאַראייניקט די פֿאַרשיידענע צעכן אין איין גרויסן אינדוסטריעלן קאָמבינאַט, אויף רוסיש — פּראָמקאָמבינאַט. אַבֿרהם זאַכאַראָוויטש איז געווען יונג, ענערגיש, געהאַט זיבן קלאַסן בילדונג מאַכט מען אים פֿאַרן דירעקטאָר. די שטעטלדיקע ייִדן האָבן אים גערופֿן "אַוורום" זלמנס. ער איז געבוירן געוואָרן בײַ די רומענער, ווען בעסאַראַביע איז געווען אַ טייל פֿון גרויס־רומעניע. אַבֿרהם זלמנס איז געבוירן געוואָרן אין אַ דאָרף. דערנאָך ציט זיך איבער די משפּחה אין שטעטל. ער האָט זיך געלערנט אי אין אַ חדר, אי אין אַ רומענישער שול. זײַן טאַטע — אַ קצבֿ, פֿלעגט פֿאַרקויפֿן פֿלייש אויפֿן מאַרק. זלמן, איז געווען אַ ספּילטשיווער ייִד. גאָט זאָל היטן צו זאָגן אים אַ שלעכט וואָרט. ער פֿלעגט זיך "אָנצינדן", ווי אַ שוועבעלע, אָנהייבן צו פֿאָכען מיט זײַן האַק אויף רעכטס און אויף לינקס. דורך דער טבֿע זײַנער האָט ער באַקומען אַ צונאָמען: זלמן־פֿאָך. פֿאַרשטייט זיך, אַז קיינעם האָט זײַן פֿאָכען מיט דער האַק, ניט געשאַט, ווײַל פֿאָכען פֿלעגט ער הויך אין דער לופֿטן... כ׳ווייס נישט צי כ׳האָב אײַך שוין אַ מאָל דערציילט אַז בײַ פֿרומע ייִדן איז אַ גט, אַ פּגם, אַ פּליאַמע, אַ פֿלעק אויפֿן ייִחוס פֿון דער משפּחה. דעריבער, איידער אַ בחור און אַ מיידל מיט די מחותּנים בתוכם, נעמען די זאַך ערנסט, לאָזט מען זיך אַרויס, ווי די דעטעקטיוון אויסצופֿאָרשן דעם ענין, צי ס׳איז נישטאָ חס־וחלילה קיין גט אין דער פֿאַמיליע. אויב יאָ, איז אויס שידוך. בײַ די וועלטלעכע ייִדן איז אַ גט קיין מניעה נישט. ווער גט זיך הײַנט נישט? מיר ייִדן האָבן אַמאָל פֿאַרמאָגט אַ זעלטענעם חוש פֿאַר הומאָר, סאַטירע, חוזק, שפּאָט, איראָניע, לצנות און סתּם הלצה, און אַלץ אויף ייִדיש. נישט גענוג וואָס מיר האָבן געטריבן קאַטאָוועס פֿון אייגענע און פֿון פֿרעמדע, האָבן מיר אויך קאַטעגאָריזירט אונדזער קאַריקאַטור, פֿאַרשריבן און פֿאַרחתמעט יעדעס געשעעניש, יעדעס שטיקל נײַעסל, יעדעס בליצל וואָס האָט אַדורכגעאַקערט דעם ייִדישן מוח. אַלץ האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿאָלקס־אַפֿאָריזם. ס'איז געקומען פּורים. ער קלאַפּט אָן אין טיר. וועגן פּורים האָט מען אַמאָל געזאָגט:
מיר זײַנען אַלע פּורים־שפּילער,
מיינט צו זאָגן, אַז מיר זײַנען אַלע לצים, אפֿשר קעגן אייגענעם ווילן. אָבער פֿאָרט פֿירן מיר אויס די ראָלעס פֿון קאָמישע לצים און טראַגישע פֿיגורן. דער עיקר, מ'איז אין אַ געווירבל. האָט איר זיך אַ מאָל אַרומגעקוקט און באַמערקט די מענטשן וואָס דרייען זיך אַרום אײַך? אין אײַער וועלטל, הייסט עס. וואָס פֿאַר אַן אײַנדרוק מאַכן זיי אויף אײַך? אַרום מיר האָבן זיך דורך די יאָרן אַרומגעדרייט אַ טוץ טויטע נשמות. מײַן מאַמע פֿלעגט אָפּשאַצן אַ טויטע נשמה אַזוי: איך קען מענטשן וואָס לויפֿן קויפֿן אַ ייִדישע אָדער ענגלישע צײַטונג בלויז אַ קוק צו טאָן ווער ס'איז געשטאָרבן. בײַם לייענען די נעקראָלאָגן טראַכטן זיי בײַ זיך, געלויבט צו גאָט אַז איך לעב נאָך. גיי ווייס, יענער איז דאָך גאָר געווען אַ יונגערמאַנטשיק אַנטקעגן מיר. אַ בייזער גורל פֿון אַ מענטשן. הײַנט צו טאָג שטאַרבט נישט אַבי ווער. גאַנץ אָנגעזעענע פּאַרשוינען און פּאַרשוינטעס שטאַרבן, אַפֿילו אַ קליין מענטשעלע, וואָס קיינער האָט פֿון אים קיין מאָל נישט געהערט, שטאַרבט אויך. אָט נעמט למשל פֿײַוול־פּיניע אייבערמאַנטל. ער האָט אויך אויסגעצויגן די קאָפּעטעס און אַוועק אַהין פֿון וואַנען קיין בריוועלע איז נאָך נישט אָנגעקומען. וואָלסטו דאָס געגלייבט. אַזאַ חבֿרה שטאַרבערס. |