- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ס'איז געקומען פּורים. ער קלאַפּט אָן אין טיר. וועגן פּורים האָט מען אַמאָל געזאָגט:
מיר זײַנען אַלע פּורים־שפּילער,
מיינט צו זאָגן, אַז מיר זײַנען אַלע לצים, אפֿשר קעגן אייגענעם ווילן. אָבער פֿאָרט פֿירן מיר אויס די ראָלעס פֿון קאָמישע לצים און טראַגישע פֿיגורן. דער עיקר, מ'איז אין אַ געווירבל. "ווײַל הײַנט איז נעכטן". און קיינער לערנט זיך נישט אָפּ פֿונעם נעכטן. ס'האָט געפּאַסט די וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן בלויז פֿונעם הײַנט. געווען אַ המן. ס'איז דאָ אַ המן און ס'וועט זײַן אַ המן. נישט איינער, נישט קיין ציבור, נאָר טאַקע מיט אַ סמיטשיק אַריבער. "און מאָרגן איז אויס." ווייסן מיר דאָך אַלע, אַז דער מאָרגן איז פֿאַר אונדז געגרייט, און אַמאָל דאָס אויך נישט. "שענקט אונדז אַ חלום". ווײַל ווי אַנדערש? אָן אַ חלום וואָלטן מיר דען געקענט אויסקומען, און שלעפּן דעם אייגענעם גלות, דעם ייִדישן גלות, און דער וועלטס קאָשמאַר. "און וואַרפֿט אונדז אַרויס". זײַנען מיר פֿון לאַנג אַרויסגעוואָרפֿענע. די וועלט האָט באַשלאָסן אַז מיר, ייִדן, באַדראָען זי. מיר ווילן זי איבערנעמען, איבערקערן. מיר ווילן זי אָפּקויפֿן און פֿאַרקויפֿן. מיר ווילן זי פֿאַרנאַרן אין אַ פּאַסטקע און אָפּטאָן איר אַ שאָדן. יעדער המן באַנוצט זיך מיטן זעלביקן פּיזמון. ווי האָט געזאָגט אַהרון צייטלין: "קודם האָט מען אונדז געשלאָגן ווײַל מיר זײַנען געווען שוואַך, און איצט שלאָגט מען אונדז ווײַל מיר זײַנען שטאַרק". מיר האָבן אויף אונדזער לוח גענוג טרויער־דאַטעס. נישטאָ קיין מאַנגל אין רשעים. איז דער פֿריילעכער יום־טובֿ פּורים פֿאַר אונדז אַ תּענוג. טוט מען זיך משׂמח זײַן אויפֿס־כּוח. איך האָב אַמאָל ליב געהאַט צו שרײַבן פּורים־שפּילן. איז אפֿשר וועט עס מיר דאָס מאָל אויך געלונגען, און אויב חלילה נישט, איז מהיכא־תּיתי. דער עיקר, שפּילט זיך אָפּ אַ פּורים־שפּיל אין דער הײַנטיקער פּאָליטיק. ס'פֿעלן נישט קיין טיראַנען, דעספּאָטן, פֿאַרגרעבטע מלוכה־מענער, אַ סך מאָל שינדער און שענדער. און די וועלט ליגט אין קימפּעט, און מאַכט זיך נישט וויסנדיק. קומען דרײַ קונע־לעמלס און ווילן באַווײַזן, אַז דווקא איינער פֿון זיי וועט איבערניצעווען, איבערצירעווען, איבערמאַכן און אפֿשר איבערקערן אונדזער זינדיק וועלטל און מאַכן פֿון איר אַ לײַט.
ויהי בימי שאַכער־מאַכער —
הערט רבותי! זאָל זײַן שטיל!
- - - - - - - - - - - - - - - - -
דערווײַל האָבן מיר דרײַ פּורים־שפּילער — פֿול מיט חן.
הילאַרי:
כ'בין נישט ושתּי און נישט אסתּר,
אָבאַמאַ:
געשליפֿן צינגל — מײַן געצײַג —
מאַק'קיין:
מ'וויל נישט דרייען אײַך קיין ספּאָדעק —
אָבער מיר, ייִדן, ווייסן בעסער —
Idn biz haint gleiben in MoshiachSubmitted by leonlab on Sat, 2008-03-22 12:58.
מיר וועלן נאָך עסן דעם שור־הבור — -Shraibt froi Hofman. Loitn di Toire velen idn essn dem risiken oksn genant Shurhabur un dem fish vos heist Levitan ven der Moshiach kumt tzu forn oif dizen oksn - ober ven, ven vet dos gesheen - dos iz di greise frage, haha. |