- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די פֿאַרגאַנגענע וואָך אין ישׂראל איז געווען אָנגעזעטיקט מיט וויכטיקע אינטערנאַציאָנאַלע געשעענישן, בפֿירוש אויפֿן פּאָליטישן פֿעלד. קודם־כּל, האָבן ישׂראל באַזוכט מיט זייער אַ וויכטיקן שליחות די געסט פֿון דײַטשלאַנד, בראָש מיט דער קאַנצלערין אַנגעלאַ מערקעל. ווי עס שרײַבט די איטאַליענישע צײַטונג Corriere della Sera, האָט אַנגעלאַ מערקעל "נאָך 60 יאָר זינט ס‘איז אויפֿגעקומען די ייִדישע מדינה, וואָס געדענקט נאָך די קאָנצענטראַציע־לאַגערן און דעם דײַטשישן גענאָציד, פֿאָרגעלייגט איבערצובלעטערן די דאָזיקע זײַט פֿון דער געשיכטע." אין די סאַמע ברויזנדיקע טעג פֿון דער מערדערישער טעראָר־שחיטה אין דער ישיבה "מרכּז־הרבֿ" און ווען מדינת־ישׂראל איז, צוזאַמען מיט דער גאַנצער וועלט, געוואָרן אַרײַנגעווירכלט אינעם קעסל־גרוב פֿון דעם עקאָנאָמישן קריזיס — דעם ערשטן גרויסן וועלט־קריזיס אין די ראַמען פֿון דער גלאָבאַליזאַציע — גראָד אין די דאָזיקע טעג פֿון שפּאַנונג האָט פּלוצעם אויפֿגעפֿלאַקערט און, קענטיק, זיך גאָר גיך פֿאַרלאָשן, די שיל וווּ איך דאַוון יעדן שבת, "יאָנג איזרייל אוהבֿ צדק", האָט במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר זיך ממשותדיק צעוואַקסן, אַ דאַנק אַ צאָל יונגע ייִדישע משפּחות, וואָס האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אין צפֿון־ריווערדייל און דרום־מערבֿ יאַנקערס. עטלעכע מאָל אַ חודש, בײַם סוף פֿונעם דאַווענען, רופֿט אָן דער שול־פּרעזידענט דעם נאָמען פֿון נאָך אַ מענטש אָדער משפּחה, וואָס האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דער שיל. פֿון יאָר צו יאָר באַווײַזן זיך אין די אוניווערסיטעטן און אויף די זומער־קורסן נײַע סטודענטן, וואָס ווילן זיך לערנען ייִדיש. און כאָטש ווײַט ניט אַלע פֿון זיי וועלן זיך טאַקע אויסלערנען, מעג מען זיך פֿאָרט ריכטן, אַז דער נאָכפֿרעג אויף ייִדיש־לימוד איז מער־ווייניקער אַ סטאַבילער. עס באַווײַזן זיך אויך יאָר־אײַן, יאָר־אויס, נײַע "אינסטרוקטאָרס" פֿון ייִדיש. (וואָס טוט מען דען ניט צוליב פּרנסה?) אַ סך פֿון זיי ווערן טאַקע געראָטענע לערער. אַ טייל ווערן אַפֿילו גאַנץ היימיש מיטן לשון פֿון זייערע עלטער־באָבעס און עלטער־זיידעס. מיטן לפֿי־ערכדיקן וווּקס פֿון ייִדישן שפּראַך־לימוד וואַקסט אונטער אויך די באַדערפֿעניש אין נײַע, עפֿעקטיווע און דער עיקר, ווי־ווײַט מעגלעך נאַטירלעכע לערן־מאַטעריאַלן, טעקסט־ביכער, געניטונגען, גראַמאַטישע דערקלערונגען און אידיאָמאַטישע אײַנריכטונגען. ער פֿלעגט נעלם ווערן צו מאָל אויף צוויי־דרײַ וואָכן, צו מאָל — אויף עטלעכע חדשים; ער האָט איר דערקלערט, אַז דאָס איז פֿאַרבונדן מיט זײַן אַרבעט, אָבער זי האָט אים קיין מאָל נישט געפֿרעגט, וואָס איז זײַן אַרבעט; מעגלעך, ווײַל זי אַליין האָט געפֿילט, אַז צוגעבן צו דעם מער, ווי ער האָט איר שוין געזאָגט, קאָן ער נישט. ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט אינעם פֿריִערדיקן אַרטיקל, איז די פֿריִערדיקע פּרשה, "ויקראָ", גײַסטיק פֿאַרבונדן מיט פּרשת-זכור, וועלכע האָט אַ שײַכות צום הײַנטיקן יום-טובֿ — פּורים. דער הײַנטיקער פֿרײַטיק פֿאַלט אויס פּורים — דערפֿאַר מוז אונדזער סדרה, "צו", אויך האָבן אַ שײַכות צו די פּורימדיקע ענינים. אין אַ צײַט, ווען אַ סך זינגער הײַנט פֿון ייִדישע לידער רעדן קוים אַרויס די ווערטער, ווײַל זיי קענען נישט די שפּראַך, איז אַ מחיהניש צו הערן זינגער, וועלכע זינגען ייִדיש נאַטירלעך, אָן אַ פּגם. ווער רעדט שוין וועגן דער הנאה בײַם הערן ווי קינדער זינגען ייִדישע לידער — קאָרעקט און מיט געפֿיל. אַזאַ זעלטענעם פֿאַל שטעלן מיט זיך פֿאָר די צוויי "שעכטער־טעכטער", די צוויי טעכטער פֿונעם מוזיקער און קאָמפּאָזיטאָר בנימין שעכטער — ריינע, 13 יאָר אַלט, און טעמע, 8 יאָר אַלט. די טעג האָב איך גערעדט מיט אַ סטודענט, וואָס האָט באַקומען אַ סטיפּענדיע צו שרײַבן אַ דאָקטאָר-אַרבעט אין ניו-יאָרק, אָבער ער איז ניט געווען זיכער, צי ער וועט קענען זיך דערלויבן דעם לוקסוס פֿון צאָלן אַזש טויזנט דאָלאַר אַ חודש פֿאַר אַ דירהלע, בשותּפֿות מיט אַן אַנדער סטודענט. דער געוועזענער ניו-יאָרקער גובערנאַטאָר עליאָט ספּיצער האָט, בלי-ספֿק, אַן אַנדער סקאַלע פֿון לוקסוס. לאַנגע און פּרטימדיקע צוגרייטונגען זענען געמאַכט געוואָרן פֿאַר דער קאָנפֿערענץ, געווידמעט דער טעמע "די אַשכּנזים", וואָס איז פֿאָרגעקומען אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט דעם 27סטן און 28סטן פֿעברואַר. די דאָזיקע קאָנפֿערענץ איז אַ רעזולטאַט פֿון אַ בשותּפֿותדיקער צוזאַמענאַרבעט צווישן לייוויק־הויז און דעם אינסטיטוט פֿאַר פֿאָרשן דעם ציוניזם און ישׂראל א"נ פֿון חיים ווייצמאַן, בראָש מיטן פּראָפֿ' אַניטאַ שפּיראָ, וועלכע וועט דעם יאָר באַקומען דעם ישׂראל־פּרײַז, די סאַמע העכסטע אָנערקענונג פֿאַר פּערזענלעכקייטן און זייער באַשטײַערונג פֿאַר מדינת־ישׂראל, וואָס ווערט פֿאַרטיילט אין "יום־העצמאות". בײַ אַ סך מענטשן ווערט דער אויסדרוק "ייִדישע וויסנשאַפֿט" אַסאָציִיִרט מיטן חורבן. די נאַציס פֿלעגן באַשולדיקן די ייִדישע וויסנשאַפֿטלער אין אַרײַנברענגען, כּלומרשט, אַ פֿרעמדן גײַסט, אַ באַזונדערן "ייִדישן מין" וויסנשאַפֿט אין דײַטשלאַנד; אויף אַן אמתן, האָט וויסנשאַפֿט נישט קיין עטנישע און מלוכישע גרענעצן, הגם אין אַ טייל פֿאַלן, קאָן מען זען, ווי די נאַציאָנאַלע קולטור איז משפּיע אויפֿן געדאַנקען-גאַנג פֿון אַ וויסנשאַפֿטלער. ווען עס גייט אַ רייד וועגן אַזעלכע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט, וואָס שטודירן פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון דער מענטשהייט גופֿא — למשל, היסטאָריע און לינגוויסטיק — טראָגן אַ סך וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען אין די דאָזיקע געביטן אַ בולטן נאַציאָנאַלן צייכן. ס'איז געקומען פּורים. ער קלאַפּט אָן אין טיר. וועגן פּורים האָט מען אַמאָל געזאָגט:
מיר זײַנען אַלע פּורים־שפּילער,
מיינט צו זאָגן, אַז מיר זײַנען אַלע לצים, אפֿשר קעגן אייגענעם ווילן. אָבער פֿאָרט פֿירן מיר אויס די ראָלעס פֿון קאָמישע לצים און טראַגישע פֿיגורן. דער עיקר, מ'איז אין אַ געווירבל. טײַערע חזנטע, מײַן מאַן און איך רעדן קוים איינער צום אַנדערן. מיר זענען ביידע פֿאַרנומען און אַרבעטן שווער בײַ אונדזערע שטעלעס. ער איז אַן אַדוואָקאַט, און איך בין אַ דאָקטער. מיר האָבן דרײַ שיינע קינדער, וועלכע זענען אויך זייער פֿאַרנומען. זיי לערנען זיך מוזיק, שפּילן קוישבאָל און לערנען זיך טאַנצן. עס דאַכט זיך מיר, אַז מײַן מאַן און איך האָבן נאָר צײַט אָנצורופֿן די אַקטיוויטעטן פֿון אונדזערע קינדער — ווער עס פֿירט וועמען און ווען. איך האָב אָבער מורא, אַז דער קאָנטאַקט צווישן אונדז צוויי ווערט פֿאַרלוירן. |