מרים האָפֿמאַן, שליסל צו ייִדיש, לערנבוך פֿאַר אָנהייבער. אַנטהאַלט: קולטור־געשיכטע, פֿאָלקס־שאַפֿונג, יום־טובֿים, לידער, קונסט און ליטעראַטור, National Center for Jewish Cultural Arts Press, קאָראַל ספּרינגס, פֿלאָרידאַ, 2007. גרויס־פֿאָרמאַט, 4׳ט |
פֿון יאָר צו יאָר באַווײַזן זיך אין די אוניווערסיטעטן און אויף די זומער־קורסן נײַע סטודענטן, וואָס ווילן זיך לערנען ייִדיש. און כאָטש ווײַט ניט אַלע פֿון זיי וועלן זיך טאַקע אויסלערנען, מעג מען זיך פֿאָרט ריכטן, אַז דער נאָכפֿרעג אויף ייִדיש־לימוד איז מער־ווייניקער אַ סטאַבילער. עס באַווײַזן זיך אויך יאָר־אײַן, יאָר־אויס, נײַע "אינסטרוקטאָרס" פֿון ייִדיש. (וואָס טוט מען דען ניט צוליב פּרנסה?) אַ סך פֿון זיי ווערן טאַקע געראָטענע לערער. אַ טייל ווערן אַפֿילו גאַנץ היימיש מיטן לשון פֿון זייערע עלטער־באָבעס און עלטער־זיידעס. מיטן לפֿי־ערכדיקן וווּקס פֿון ייִדישן שפּראַך־לימוד וואַקסט אונטער אויך די באַדערפֿעניש אין נײַע, עפֿעקטיווע און דער עיקר, ווי־ווײַט מעגלעך נאַטירלעכע לערן־מאַטעריאַלן, טעקסט־ביכער, געניטונגען, גראַמאַטישע דערקלערונגען און אידיאָמאַטישע אײַנריכטונגען.
די פֿראַגע וואָס עס שטעלט מיט זיך פֿאָר די מידה פֿון נאַטירלעכקייט, להיפּוך צו געקינצלטקייט, און פֿון אויטענטישקייט, להיפּוך צו אויסגעמוחטקייט, איז אַ האַרבע סוגיא פֿאַר זיך. מע באַדאַרף אָבער ניט זײַן קיין איבערגעשפּיצטער טעאָרעטיקער, כּדי צו דערשפּירן צי דער, אָדער יענער לערנבוך פֿאַרמאָגט די מעלה פֿון נאַטירלעכקייט און אויטענטישקייט. מערניט, סע סטײַעט צו זײַן גענוג אויסגעקאָכט מיטן לעבעדיקן ייִדיש מ'זאָל דערזען וווּ אַהין און ווי אַזוי עס פֿירט (אָדער, חלילה, פֿאַרפֿירט) דאָס (צי יענץ) לערנבוך.
לעצטנס איז אָנגעקומען אַ שפּאָגל־נײַ לערנבוך וואָס הייסט "שליסל צו ייִדיש", און וואָס איז אַרויס סוף 2007 בײַם National Center for Jewish Cultural Arts Press. דאָס איז ניט סתּם אַזוי עפּעס אַ לערנביכל, נאָר בפֿירוש אַן אַרומנעמיק לערנבוך פֿון גרויס־פֿאָרמאַט און אָטעם־פֿאַרכאַפּנדיקן פֿאַרנעם. די מחברין, מרים האָפֿמאַן, איז אַ מומחה און אַן אויפֿטוערישער כּוח אויף אַ ריי געביטן, וואָס יעדערער פֿון זיי וואָלט געקלעקט אויף אַ באַזונדערער לעבנס־קאַריערע. די "פֿאָרווערטס"־לייענער איז זי, אָן שום ספֿק, זייער גוט באַקאַנט מיט אירע שאַרפֿע, געשליפֿענע און גאָר פּאָפּולערע אַרטיקלען, פֿעליעטאָנען און דערציילונגען. פֿיל ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן טעאַטער קענען זי ווי אַ טעאַטער־מענטש, אַן אויסערגעווײַטלעך טאַלאַנטירטע דראַמאַטורגין, ווי אויך אַ מאדים אויף אינסצענירערונגען און דראַמע־איבערזעצונגען. און זי איז, נאָך אַלעמען, אויך די שטאַרק באַליבטע לערערין און לעקטאָרין פֿון הונדערטער און הונדערטער סטודענטן סײַ אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, וווּ זי איז דער ייִדיש־לעקטאָר זינט 1992, סײַ פֿון אַ צאָל זומער־קורסן און אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן, וווּ זי האָט געלערנט און געהאַלטן לעקציעס אין אייראָפּע און צפֿון־אַמעריקע. מרים האָפֿמאַן האָט זיכער פֿאַרדינט מען זאָל אָפּשאַצן און באַוווּנדערן אירע אַלע אויפֿטוען און פֿאַרדינסטן און וואָלטן מיר נאָך פֿאַרמאָגט אַ שטיקל ייִדישן דרוקוועזן, ווי אין די אַמאָליקע צײַטן, וואָלטן פֿיל פֿון אירע ווערק אײַנגעזאַמלט געוואָרן אין ביכער און ליטעראַרישע צײַטשריפֿטן.
דאָ גייט אָבער די רייד וועגן דעם אָקערשט־דערשינענעם לערנבוך אירן, דעם "שליסל צו ייִדיש", וואָס כשמו כן הוא — אַ שליסל אָדער בעסער געזאָגט: שוין איין מאָל אַ שליסל! אפֿשר וואָלט געווען מער צוגעפּאַסט צו באַשרײַבן דאָס בוך ווי אַן אָפֿענער שלאָס, אַ געראַמע אַכסניה, וואָס איז אָנגעפּאַקט מיט די עכטע גיטער פֿון ייִדישער שפּראַך, פֿאָלקלאָר און ליטעראַטור. דער לערן־מאַטעריאַל, אויסגעסדרט אין 14 קאַפּיטלען (אויף איבער 650 זײַטן), איז ניט געקינצלט און ניט אויסגעמוחט. ס'ווערט דאָ קיין שום פּרט, חלילה, ניט "דערהײַנטיקט" איבער צוואַנג, אָדער אומברחמנותדיק פֿאַרקירצט און פֿאַראיינפֿאַכט. די טעקסטן, פֿאַרטײַטשונגען, גראַמאַטישע און אידיאָמאַטישע דערקלערונגען, געניטונגען וכדומה — זענען אַלע דורכאויס מיט גרויס בריהשאַפֿט צוגעקליבן און אײַנגעוועבט סײַ טעמאַטיש און סײַ לויט די קאָנקרעטע באַדערפֿענישן פֿון אַ גוט אויסגעפּרוּווטן און ראַפֿינירטן שפּראַך־לימוד. דאָס ווערק איז אַ פּועל־יוצא פֿון דער מחברינס 30־יאָריקער דערפֿאַרונג אויפֿן געביט פֿון ייִדיש־לערערײַ (פֿריִער פֿאַר די אַמעריקאַנער קינדער, און שפּעטער פֿאַר די מער דערוואַקסענע אוניווערסיטעט־סטודענטן) און אַצינד איז דער גאַנצער אוצר פֿון אויסגעקליבענע און הלכה־למעשׂה אויסגעפּרוווּטע מאַטעריאַלן אָפֿן און צוגענגלעך פֿאַר ייִדיש־לערער און פֿאַר ערנסטע סטודענטן.
פֿונדעסטוועגן, פֿרעגט זיך די פֿראַגע ווי אַזוי און אויף וואָס פֿאַר אַן אופֿן קען אָט דער נײַער שליסל צו נוץ קומען אין קלאַס? נאָך אַלעמען ניט אַלץ וואָס ס׳טויג פֿאַר איין לערער — ווי געראָטן און דערפֿאַרן ער, צי זי, זאָלן ניט זײַן — וועט פּאַסן אַן אַנדערן. אַ טייל קאָנען זיך בשום־אופֿן ניט באַגיין אָן אַ מער פֿאָרמעלער באַשרײַבונג פֿון דער גראַמאַטיק, די אַנדערע ווילן דווקא מ'זאָל זיי דערלאַנגען וואָס מער מושטיר־איבונגען, אַז עס זאָל רינען איבער דער באָרד, בעת די דריטע ווילן ניט האָבן צו טאָן מיט קיין שום "גראַמער", אַבי נאָר מ'זאָל זיי דערלאַנגען וויצן מיט לאַכערײַקעס. די אַלע קאָמפּאָנענטן וועט אַ לערער, און בפֿרט אַ געניטער לערער, אַוודאי געפֿינען אויך אין דעם נײַעם לערנבוך. אָבער דער טראָפּ ווערט דאָ געלייגט לאוו־דווקא אויף צעקײַען פאָרמעל די גראַמאַטיק, נאָר טאַקע אויף איינפֿירן די גראַמאַטישע כּללים און די אויטענטישע אידיאָמאַטיק אויף אַ מער נאַטירלעכן אופֿן פֿון לערנען די שפּראַך דורך טעקסט מיט זײַן קאָנטעקסט; דורך טעמאַטישער און אינהאַלטלעכער געבונדנקייט פֿון יעדן קאַפּיטל, בעת ביידע, סײַ דער טעקסט, סײַ די טעמאַטיק ווערן אײַנגעפֿלאָכטן בתורת לעבעדיקע עלעמענטן פֿון שפּראַך, רייד און קולטור. ס'איז געוווּנטשן, אַז דווקא די לערער, וואָס קנעלן כּסדר מיט דער הילף פֿון דעם צי יענעם מער סקאַרבאָוון לערנבוך, זאָלן זיך אָנטאָן אַ כּוח און זיך גרינטלעך באַקענען מיט מרים האָפֿמאַנס "שליסל" און ניט שעמען זיך צו פֿאַרטיפֿן און לײַטערן זייער אייגענעם חוש פֿאַרן לעבעדיקן ייִדיש.
מע געפֿינט אין דעם בוך אַ שלל מיט מוסטערן פֿון ייִדישער פֿאָלקס־שעפֿערישקייט, אָבער קיינמאָל ניט ווי סתּם אַן אָנהויפֿונג פֿון פֿאָלקס־לידער, פֿאָלקס־ווערטלעך און וויצן. אַלץ ווערט דאָ קונציק צוגעפּאַסט און אָנגעמאָסטן, כּדי עס זאָל ווי־פֿון־זיך־אַליין אַרײַן אין דעם תּלמידס געדעכעניש און ווערן אַ טייל פֿון זײַן אייגענער ייִדישער שפּראַך־באַהאַוונטקייט. דאָס זעלביקע איז אויך חל אויף די ליטעראַרישע מוסטערן — פּראָזע, דיאַלאָגן, פּאָעזיע — ווי אויך די קונציקע באַאַרבעטונגען פֿון פּאָפּולערע באַשרײַבונגען פֿונעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן שטייגער, פֿון מאָדערנער קולטור און פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער פאָלקס־געשיכטע.
און פֿאָרט פֿרעגט זיך ווײַטער די קשיא, פֿאַר וועלכן סאָרט סטודענטן וועט אָט דער נײַער "שליסל" זײַן אַם בעסטן צוגעפּאַסט? דאָס בוך אַליין רופֿט זיך "לערנבוך פֿאַר אָנהייבער" און עס לייגט טאַקע פֿאָר בײַם סאַמע אָנהייב אַ פּרטימדיקע באַשרײַבונג פֿונעם אלף־בית מיט די געהעריקע געניטונגען (עס ווערט דאָרט געגעבן פֿאַר דעם ערשטן קאַפּיטל, ווי אַ מין פּרעלימינאַרער אַרײַנפֿיר). ס'איז אָבער ניט אויסגעשלאָסן, אַז אַ דורכשניטלעכער אַמעריקאַנער סטודענט, וואָס קומט אָפֿט אינגאַנצן אָן אַ ברעקל עבֿרי און דערצו מיט גאַנץ קנאַפּע השׂגות פֿון אַנדערע שפּראַכן, וועט זיך דאָ שטאַרק נייטיקן אין אַ ביז גאָר געדולדיקן און ענערגישן לערער.
דורך די יאָרן איז ניט איין מאָל אויסגעקומען זיך צו באַקענען פּנים־אל־פּנים, אָדער בכּתבֿ, מיט פֿיל צענדליקער סטודענטן, וואָס האָבן זיך בפּועל־ממש אויסגעלערנט ייִדיש בײַ מרים האָפֿמאַן אין קאָלומביע־אוניווערסטעט. עס ווילט זיך דעריבער ווינטשן פֿונעם גאַנצן האַרצן, אַז מיט דער הילף פֿון איר דערשינענעם "שליסל צו ייִדיש" זאָלן זיך אויסלערנען ייִדיש הונדערטער און הונדערטער אַנדערע סטודענטן, וועלכע האָבן ניט דעם דאָברע־מזל זיך צו לערנען בײַ איר פּערזענלעך.