פֿון יאָר צו יאָר באַווײַזן זיך אין די אוניווערסיטעטן און אויף די זומער־קורסן נײַע סטודענטן, וואָס ווילן זיך לערנען ייִדיש. און כאָטש ווײַט ניט אַלע פֿון זיי וועלן זיך טאַקע אויסלערנען, מעג מען זיך פֿאָרט ריכטן, אַז דער נאָכפֿרעג אויף ייִדיש־לימוד איז מער־ווייניקער אַ סטאַבילער. מיטן וווּקס פֿון ייִדישן שפּראַך־לימוד וואַקסט אונטער אויך די באַדערפֿעניש אין נײַע, עפֿעקטיווע און דער עיקר, נאַטירלעכע לערן־מאַטעריאַלן, טעקסט־ביכער, געניטונגען, גראַמאַטישע דערקלערונגען און אידיאָמאַטישע אײַנריכטונגען.
לעצטנס איז אָנגעקומען אַ שפּאָגל־נײַ לערנבוך וואָס הייסט "שליסל צו ייִדיש". דאָס איז ניט סתּם אַזוי עפּעס אַ לערנביכל, נאָר בפֿירוש אַן אַרומנעמיק לערנבוך פֿון גרויס־פֿאָרמאַט. די מחברין, מרים האָפֿמאַן, איז אַ מומחה און אַן אויפֿטוערישער כּוח אויף אַ ריי געביטן, וואָס יעדערער פֿון זיי וואָלט געקלעקט אויף אַ באַזונדערער לעבנס־קאַריערע.