ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון דובֿ־בער קערלער (בלומינגטאָן)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מרים האָפֿמאַן, שליסל צו ייִדיש, לערנבוך פֿאַר אָנהייבער. אַנטהאַלט: קולטור־געשיכטע, פֿאָלקס־שאַפֿונג, יום־טובֿים, לידער, קונסט און ליטעראַטור, National Center for Jewish Cultural Arts Press,
קאָראַל ספּרינגס, פֿלאָרידאַ, 2007. גרויס־פֿאָרמאַט, 4׳ט

פֿון יאָר צו יאָר באַווײַזן זיך אין די אוני­ווערסיטעטן און אויף די זומער־קורסן נײַע סטודענטן, וואָס ווילן זיך לערנען ייִדיש. און כאָטש ווײַט ניט אַלע פֿון זיי וועלן זיך טאַקע אויסלערנען, מעג מען זיך פֿאָרט ריכטן, אַז דער נאָכפֿרעג אויף ייִדיש־לימוד איז מער־ווייניקער אַ סטאַבילער. עס באַווײַזן זיך אויך יאָר־אײַן, יאָר־אויס, נײַע "אינ­סטרוק­טאָרס" פֿון ייִדיש. (וואָס טוט מען דען ניט צוליב פּרנסה?) אַ סך פֿון זיי ווערן טאַקע געראָטענע לערער. אַ טייל ווערן אַפֿילו גאַנץ היימיש מיטן לשון פֿון זייערע עלטער־באָבעס און עלטער־זיידעס. מיטן לפֿי־ערכדיקן וווּקס פֿון ייִדישן שפּראַך־לימוד וואַקסט אונטער אויך די באַדערפֿעניש אין נײַע, עפֿעקטיווע און דער עיקר, ווי־ווײַט מעגלעך נאַטירלעכע לערן־מאַטעריאַלן, טעקסט־ביכער, געניטונ­גען, גראַמאַטישע דערקלערונגען און אידיאָ­מאַטישע אײַנריכטונגען.

מרים האָפֿמאַן, שליסל צו ייִדיש, לערנבוך פֿאַר אָנהייבער. אַנטהאַלט: קולטור־געשיכטע, פאָלקס־שאַפונג, יום־טובים, לידער, קונסט און ליטעראַטור, National Center for Jewish Cultural Arts Press, קאָראַל ספּרינגס, פֿלאָרידאַ, 2007. גרויס־פֿאָרמאַט, 4׳ט
Click on the picture to listen the media clip

פֿון יאָר צו יאָר באַווײַזן זיך אין די אוניווערסיטעטן און אויף די זומער־קורסן נײַע סטודענטן, וואָס ווילן זיך לערנען ייִדיש. און כאָטש ווײַט ניט אַלע פֿון זיי וועלן זיך טאַקע אויסלערנען, מעג מען זיך פֿאָרט ריכטן, אַז דער נאָכפֿרעג אויף ייִדיש־לימוד איז מער־ווייניקער אַ סטאַבילער. מיטן וווּקס פֿון ייִדישן שפּראַך־לימוד וואַקסט אונטער אויך די באַדערפֿעניש אין נײַע, עפֿעקטיווע און דער עיקר, נאַטירלעכע לערן־מאַטעריאַלן, טעקסט־ביכער, געניטונגען, גראַמאַטישע דערקלערונגען און אידיאָמאַטישע אײַנריכטונגען.

לעצטנס איז אָנגעקומען אַ שפּאָגל־נײַ לערנבוך וואָס הייסט "שליסל צו ייִדיש". דאָס איז ניט סתּם אַזוי עפּעס אַ לערנביכל, נאָר בפֿירוש אַן אַרומנעמיק לערנבוך פֿון גרויס־פֿאָרמאַט. די מחברין, מרים האָפֿמאַן, איז אַ מומחה און אַן אויפֿטוערישער כּוח אויף אַ ריי געביטן, וואָס יעדערער פֿון זיי וואָלט געקלעקט אויף אַ באַזונדערער לעבנס־קאַריערע.