מרים האָפֿמאַן, שליסל צו ייִדיש, לערנבוך פֿאַר אָנהייבער. אַנטהאַלט: קולטור־געשיכטע, פאָלקס־שאַפונג, יום־טובים, לידער, קונסט און ליטעראַטור, National Center for Jewish Cultural Arts Press, קאָראַל ספּרינגס, פֿלאָרידאַ, 2007. גרויס־פֿאָרמאַט, 4׳ט
Click on the picture to listen the media clip
מרים האָפֿמאַן, שליסל צו ייִדיש, לערנבוך פֿאַר אָנהייבער. אַנטהאַלט: קולטור־געשיכטע, פאָלקס־שאַפונג, יום־טובים, לידער, קונסט און ליטעראַטור, National Center for Jewish Cultural Arts Press, קאָראַל ספּרינגס, פֿלאָרידאַ, 2007. גרויס־פֿאָרמאַט, 4׳ט

פֿון יאָר צו יאָר באַווײַזן זיך אין די אוניווערסיטעטן און אויף די זומער־קורסן נײַע סטודענטן, וואָס ווילן זיך לערנען ייִדיש. און כאָטש ווײַט ניט אַלע פֿון זיי וועלן זיך טאַקע אויסלערנען, מעג מען זיך פֿאָרט ריכטן, אַז דער נאָכפֿרעג אויף ייִדיש־לימוד איז מער־ווייניקער אַ סטאַבילער. מיטן וווּקס פֿון ייִדישן שפּראַך־לימוד וואַקסט אונטער אויך די באַדערפֿעניש אין נײַע, עפֿעקטיווע און דער עיקר, נאַטירלעכע לערן־מאַטעריאַלן, טעקסט־ביכער, געניטונגען, גראַמאַטישע דערקלערונגען און אידיאָמאַטישע אײַנריכטונגען.

לעצטנס איז אָנגעקומען אַ שפּאָגל־נײַ לערנבוך וואָס הייסט "שליסל צו ייִדיש". דאָס איז ניט סתּם אַזוי עפּעס אַ לערנביכל, נאָר בפֿירוש אַן אַרומנעמיק לערנבוך פֿון גרויס־פֿאָרמאַט. די מחברין, מרים האָפֿמאַן, איז אַ מומחה און אַן אויפֿטוערישער כּוח אויף אַ ריי געביטן, וואָס יעדערער פֿון זיי וואָלט געקלעקט אויף אַ באַזונדערער לעבנס־קאַריערע.

די "פֿאָרווערטס"־לייענער איז זי, זייער גוט באַקאַנט מיט אירע שאַרפֿע, געשליפֿענע און גאָר פּאָפּולערע אַרטיקלען, פֿעליעטאָנען און דערציילונגען. פֿיל ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן טעאַטער קענען זי ווי אַ טעאַטער־מענטש, אַ טאַלאַנטירטע דראַמאַטורגין, ווי אויך אַ מײַסטער אויף אינסצענירונגען און דראַמע־איבערזעצונגען. זי איז, נאָך אַלעמען, אויך די שטאַרק באַליבטע לערערין און לעקטאָרין פֿון הונדערטער און הונדערטער סטודענטן סײַ אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, וווּ זי איז דער ייִדיש־לעקטאָר זינט 1992, סײַ פֿון אַ צאָל זומער־קורסן און אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן, וווּ זי האָט געלערנט און געהאַלטן לעקציעס אין אייראָפּע און צפֿון־אַמעריקע.

מרים האָפֿמאַן האָט זיכער פֿאַרדינט מע זאָל אָפּשאַצן און באַוווּנדערן אירע אַלע אויפֿטוען און פֿאַרדינסטן און וואָלטן מיר נאָך פֿאַרמאָגט אַ שטיקל ייִדישן דרוקוועזן, ווי אין די אַמאָליקע צײַטן, וואָלטן פֿיל פֿון אירע ווערק אײַנגעזאַמלט געוואָרן אין ביכער און ליטעראַרישע צײַטשריפֿטן.

דאָ גייט אָבער די רייד וועגן איר ערשט־דערשינענעם לערנבוך, דעם "שליסל צו ייִדיש". אפֿשר וואָלט געווען מער צוגעפּאַסט צו באַשרײַבן דאָס בוך ווי אַן אָפֿענער שלאָס, אַ ברייט פֿעלד, וואָס איז פֿאַרפֿלייצט מיט די עכטע גיטער* פֿון ייִדישער שפּראַך, פֿאָלקלאָר און ליטעראַטור. די טעקסטן, פֿאַרטײַטשונגען, גראַמאַטישע און אידיאָמאַטישע דערקלערונגען, געניטונגען וכדומה — זענען אַלע גוט צוגעקליבן און אײַנגעוועבט סײַ טעמאַטיש און סײַ לויט די קאָנקרעטע באַדערפֿענישן פֿון אַ גוט אויסגעפּרוּווטן און ראַפֿינירטן שפּראַך־לימוד. דאָס ווערק איז אַ רעזולטאַט פֿון דער האָפֿמאַנס 30־יאָריקער דערפֿאַרונג אויפֿן געביט פֿון ייִדיש־לערערײַ (פֿריִער פֿאַר די אַמעריקאַנער קינדער, און שפּעטער פֿאַר די מער דערוואַקסענע אוניווערסיטעט־סטודענטן), און אַצינד איז דער גאַנצער אוצר פֿון אויסגעקליבענע און הלכה־למעשׂה אויסגעפּרוּווטע מאַטעריאַלן אָפֿן און צוגענגלעך פֿאַר ייִדיש־לערער און פֿאַר ערנסטע סטודענטן.

דער טראָפּ ווערט דאָ געלייגט ניט אויף צעקײַען פֿאָרמעל די גראַמאַטיק, נאָר טאַקע אויף אײַנפֿירן די גראַמאַטישע כּללים און די אויטענטישע אידיאָמאַטיק אויף אַ מער נאַטירלעכן אופֿן פֿון לערנען די שפּראַך דורך טעקסט מיט זײַן קאָנטעקסט; דורך טעמאַטישער און אינהאַלטלעכער געבונדנקייט פֿון יעדן קאַפּיטל.

מע געפֿינט אין דעם בוך אַ שלל מיט מוסטערן פֿון ייִדישער פֿאָלקס־שעפֿערישקייט, אָבער אַלץ ווערט דאָ קונציק צוגעפּאַסט און אָנגעמאָסטן, כּדי עס זאָל ווי־פֿון־זיך־אַליין אַרײַן אין דעם תּלמידס געדעכעניש און ווערן אַ טייל פֿון זײַן אייגענער ייִדישער שפּראַך־באַהאַוונטקייט. דאָס זעלביקע איז אויך חל אויף די ליטעראַרישע מוסטערן — פּראָזע, דיאַלאָגן, פּאָעזיע — ווי אויך די קונציקע באַאַרבעטונגען פֿון פּאָפּולערע באַשרײַבונגען פֿונעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן שטייגער, פֿון מאָדערנער קולטור און פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער פֿאָלקס־געשיכטע.

דאָס בוך אַליין רופֿט זיך "לערנבוך פֿאַר אָנהייבער" און עס לייגט טאַקע פֿאָר בײַם סאַמע אָנהייב אַ פּרטימדיקע באַשרײַבונג פֿונעם אלף־בית מיט די געהעריקע געניטונגען. ס'איז אָבער ניט אויסגעשלאָסן, אַז אַ דורכשניטלעכער אַמעריקאַנער סטודענט, וואָס קומט אָפֿט אינגאַנצן ניט צוגעגרייט און דערצו מיט גאַנץ קנאַפּע השׂגות פֿון אַנדערע שפּראַכן, וועט זיך דאָ שטאַרק נייטיקן אין אַ ביז גאָר געדולדיקן און ענערגישן לערער.

מיט אַנדערע ווערטער, דאָס בוך וועט זײַן אַממערסטן עפֿעקטיוו פֿאַר אינטענסיווע שפּראַך־קורסן אין די אוניווערסיטעטן; אָבער אַזעלכע, וואָס ווערן געלערנט פֿון געניטע, דערפֿינדערישע לערער. עס ווילט זיך ווינטשן פֿונעם גאַנצן האַרצן, אַז מיט דער הילף פֿון דעם נײַעם לערנבוך "שליסל צו ייִדיש" פֿון מרים האָפֿמאַן, זאָלן זיך אויסלערנען ייִדיש הונדערטער און הונדערטער סטודענטן, וועלכע האָבן ניט דעם דאָברע־מזל** זיך צו לערנען בײַ איר פּערזענלעך.

* עכטע גיטער — אוצרות

** דאָברע־מזל — ווויל מאַזל