ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט אינעם פֿריִערדיקן אַרטיקל, איז די פֿריִערדיקע פּרשה, "ויקראָ", גײַסטיק פֿאַרבונדן מיט פּרשת-זכור, וועלכע האָט אַ שײַכות צום הײַנטיקן יום-טובֿ — פּורים. דער הײַנטיקער פֿרײַטיק פֿאַלט אויס פּורים — דערפֿאַר מוז אונדזער סדרה, "צו", אויך האָבן אַ שײַכות צו די פּורימדיקע ענינים.
די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיטן ענין פֿון קרבן-עולה; אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע קרבנות, וואָס אַ טייל פֿון זייער פֿלייש האָבן געגעסן די כּהנים אָדער, אין אַ טייל פֿאַלן, געוויינטלעכע מענטשן, איז די "עולה" אינגאַנצן פֿאַרברענט געוואָרן. די אַנדערע קרבנות — למשל, חטאת און אָשם — האָט מכפּר געווען אויף פֿיזישע עבֿירות; די "עולה" האָט אָבער, ווי עס שטייט אין אַ מדרש, מכפּר געווען אויף שלעכטע געדאַנקען.
הגם אין אונדזער צײַט קאָנען מיר נישט ברענגען קיין פֿיזישע קרבנות, ווערן אונדזערע תּפֿילות פֿאַררעכנט ווי אַ קרבן, אויב מע דאַוונט מיט כּוונה, אָן קיין אומריינע און זײַטיקע מחשבֿות. ווען מע דאַוונט לשם-שמים, טראַכטנדיק בלויז וועגן דער אַנטפּלעקונג פֿון ג-טלעכקייט אין דער וועלט, און נישט וועגן אייגענע טובֿות, ווערט אַזאַ תּפֿילה צוגעגליכן צום קרבן-עולה, און קען אויך אויסרייניקן די נשמה פֿון שלעכטע געדאַנקען.
ס׳איז פֿאַראַן אַ באַקאַנטער חסידישער ניגון פֿונעם קאַלעווער רבין: "רויז, רויז, ווי ווײַט ביסטו, וואַלד, וואַלד, ווי גרויס ביסטו"... "שכינה, שכינה, ווי ווײַט ביסטו, גלות, גלות, ווי גרויס ביסטו". די הייליקע שכינה, די ג-טעלכע אַנטפּלעקונג, ווערט צוגעגליכן צו אַ רויז, וואָס וואַקסט אין אַ געדיכטן וואַלד, אַרומגערינגלט מיט דערנער. כּדי צו דערגרייכן דאָס עכטע רוחניות, מוז מען קודם "אָפּרײַסן די דערנער", באַפֿרײַען זיך פֿון גשמיותדיקע געדאַנקען.
דער רבי נחמן בראַסלעווער האָט געגעבן אַ וווּנדערלעכע עצה, וואָס קאָן העלפֿן פּטור צו ווערן פֿון זײַטיקע געדאַנקען בײַם דאַוונען: מע זאָל זיך פֿאָרשטעלן, אַז די אותיות פֿון דער תּפֿילה זענען רויזן און אַנדערע בלומען, וואָס מע קלײַבט אויף אין אַ פֿעלד, דורכרײַסנדיק און אַרומגייענדיק די "דערנער". פֿון די ווערטער ווערן געשאַפֿן גאַנצע "בוקעטן", וואָס מע גיט במתּנה דעם אייבערשטן. דורך אַזאַ מעדיטאַציע, אויב מע באַטראַכט די תּפֿילה אויף אַן עסטעטישן, פּאָעטישן אופֿן, קאָן מען קאָנצענטרירן דעם שׂכל אויפֿן דאַוונען און דערשפּירן די גײַסטיקע שיינקייט פֿון דער הייליקער שכינה, וועלכער ווערט צוגעגליכן צו אַ רויז.
דער נס פֿון פּורים איז געשען, ווען די ייִדן האָבן זיך געפֿונען אינעם סאַמע פֿינצטערניש פֿון גלות — בגשמיות און ברוחניות. דער נאָמען פֿון אסתּר איז פֿאַרבונדן מיטן וואָרט "הסתּר", "אויסבאַהאַלטונג". ווי עס שטייט אין דער פּרשה "וילך", וווּ עס ווערט איבערגעציילט די קללות, וואָס וועלן אָנטרעפֿן די ייִדן, אויב זיי זענען נישט מקיים די מיצוות: "ואנכי הסתּר אַסתּיר פּני ביום ההוא" — "און איך וועל אויסבאַהאַלטן מײַן פּנים אין יענעם טאָג"; ווען דער מלך אַחשוורוש האָט גוטגעהייסן המנס פּלאַן אויסצוהרגענען אַלע ייִדן, האָט זיך געדאַכט, אַז דער אייבערשטער האָט, כּבֿיכול, אָפּגעקערט זײַן "פּנים" פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.
לויט אַ באַקאַנטן מיינונג פֿון חז״ל, איז אסתּר, אַ באַשיידענע ייִדישע צדיקת, געווען מרדכיס ווײַב. כּדי צו ראַטעווען די ייִדן, האָט זי אָבער געמוזט לעבן מיטן ניט-ייִדישן מלך. חז״ל זאָגן אָבער אויך, אַז דווקא ווען אסתּר איז געווען מיט אַשחוורוש, האָט אויף איר גערוט די הייליקע שכינה. די חסידישע ספֿרים דערקלערן, אַז בעת די אינטימע באַציִונגען מיט אַחשוורוש, האָט זי זיך אַזוי טיף געעקלט פֿון איר ביטערן מצבֿ, אַז איר נשמה פֿלעגט פֿאַרלאָזן דעם גוף און "אַרויפֿפֿליִען" צו ג-טלעכקייט. על-פּי-קבלה, האָט אסתּר נישט בלויז געחלשט; איר גאַנצער ייִדישער עצם פֿלעגט זיך דעמאָלט אינגאַנצן אָפּטיילן, איבערלאָזנדיק בלויז אַ גשמיותדיק "שאָלעכץ". ס׳איז פֿאַראַן אַ מיינונג, אַז אסתּרס זון פֿון אַחשוורוש ווערט אַפֿילו נישט פֿאַררעכנט פֿאַר אַ ייִד, ווײַל ער איז געבוירן געוואָרן פֿונעם דאָזיקן "שאָלעכץ", און נישט פֿון אַ ייִדישער פֿרוי.
מע קאָן זאָגן, אַז אסתּרס עבֿודה איז אויך געווען אַ מין "קרבן-עולה" פֿון אַ גאָר הויכער מדרגה. בײַם דאַוונען קאָן מען זיך רויִק צוגרייטן, צו קאָנצענטרירן דעם שׂכל צו עבֿודת-השם, רעלאַטיוו גרינג פֿאַרגעסן די אַנדערע זאַכן. לעבנדיק מיט אַחשוורוש, האָט אסתּר געמוזט אויסבאַהאַלטן איר ייִדישקייט; כּדי צו ראַטעווען די ייִדן, האָט זי געמוזט טאָן זאַכן, וואָס וואָלטן אין אַ נאָרמאַלן מצבֿ פֿאַררעכנט געוואָרן פֿאַר בפֿירושע עבֿירות. פֿונדעסטוועגן, אַפֿילו אין די סאַמע ביטערע מאָמענטן פֿון איר לעבן, אין דער סאַמע גראָבן תּהום פֿונעם גלות, האָט זיך אסתּרן אײַנגעגעבן נישט בלויז אָפּצוהיטן די ריינקייט פֿון איר נשמה, נאָר אַפֿילו אָפּצוטיילן זיך אינגאַנצן פֿון עולם-הזה, ווי אַ "קרבן־עולה".
הגם אסתּרס נאָמען איז פֿאַרבונדן מיטן וואָרט "הסתּר", באַטרעפֿט ער די זעלבע גימטריא ווי דאָס וואָרט "שושנה" — "רויז" (אָדער "ליליע"). צווישן די סאַמע גרעבסטע "דערנער" פֿונעם גלות האָט זי אַנטפּלעקט די הייליקע שכינה, און געראַטעוועט דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון דער שרעקלעכער גזירה. נאָכן מגילה-לייענען, זינגט מען דעם ניגון "שושנת יעקבֿ" — "די רויז פֿון יעקבֿ האָט זיך געפֿרייט"; שושן, דער נאָמען פֿון דער שטאָט, וווּ די פּורים-מעשׂה איז געשען, איז אויך מרמז אויף דער זעלבער בלום, אָנווײַזנדיק, אַז ווען אַ ייִד גיט זיך אָפּ במסירת-נפֿש צו עבֿודת-השם, ווי אַ "קרבן-עולה", קאָן ער פֿאַרוואַנדלען די סאַמע ביטערע טיפֿענישן פֿון גלות אין אַ "רויז" — אַ פּלאַץ פֿון שׂימחה און ג-טלעכער אַנטפּלעקונג.