- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די שיל וווּ איך דאַוון יעדן שבת, "יאָנג איזרייל אוהבֿ צדק", האָט במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר זיך ממשותדיק צעוואַקסן, אַ דאַנק אַ צאָל יונגע ייִדישע משפּחות, וואָס האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אין צפֿון־ריווערדייל און דרום־מערבֿ יאַנקערס. עטלעכע מאָל אַ חודש, בײַם סוף פֿונעם דאַווענען, רופֿט אָן דער שול־פּרעזידענט דעם נאָמען פֿון נאָך אַ מענטש אָדער משפּחה, וואָס האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דער שיל. אין פֿאַרגלײַך מיט פֿינף יאָר צוריק, ווען ס׳רובֿ פֿון די מתפּללים זענען געווען מיטל־יעריקע, עלטערע לײַט, און אַ קליינע גרופּע צענערלינגען, שפּילן זיך איצט אין קאָרידאָר און אין די דערבײַיִקע צימערן ממש צענדליקער קינדער אונטער 12 יאָר אַלט. דער "לאַליפּאַפּ־מאַן" (דער וואָס זיצט לעבן באַלעמער און טיילט אויס לעקערלעך) האָט נישט קיין פֿרײַע מינוט... ווי אַזוי זענען געקומען צו אונדז מיט אַ מאָל אַזוי פֿיל משפּחות? די הויפּט־סיבה איז, ווײַל מיט פֿיר יאָר צוריק האָט זיך דאָ געעפֿנט אַ פּרעכטיק־גרויסע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע מיטלשול, און זינט דעמאָלט — אַ צאָל כּשרע קראָמען: אַ בעקערײַ, אַ פּיצע־געשעפֿט, אַ סושי־און־כינעזישער רעסטאָראַן, אַן אײַזקרעם־און־געבעקס קראָם און אַ כּשרער סופּערמאַרק. דערצו האָבן אַ סך ייִדישע פּאָרלעך און משפּחות, וווינענדיק אויפֿן "אָפּער וועסט סײַד" — אַ לעבעדיקע ייִדישע געגנט מיט איבער אַ טוץ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע סינאַגאָגעס — אַנטדעקט, אַז פֿאַרן זעלבן געלט, וואָס ס׳קאָסט אין מאַנהעטן אַ דירה פֿון צוויי שלאָפֿצימערן קען מען דאָ קויפֿן אַ גאַנץ הויז. בײַ דער וואַקסנדיקער צאָל יונגע משפּחות האָט זיך ספּאָנטאַן אַנטוויקלט אַ געזעלשאַפֿט. דורך דעם וואָס זייערע קינדער שפּילן זיך צוזאַמען, האָבן די עלטערן, און בפֿרט די מאַמעס, זיך אויך דערנענטערט. שבת אין דער פֿרי זעט מען ווי אַ סך פֿון די מאַמעס שמועסן, סײַ אין קאָרידאָר בעתן דאַווענען, סײַ בײַם קידוש נאָכן דאַווענען, און אָפֿט מאָל גייען צוויי אָדער דרײַ משפּחות אַהיים אין איינעם עסן שבת מיטאָג. עס האָט זיי אויך צוגעהאָלפֿן וואָס די שיל האָט לעצטנס אָרגאַניזירט אַ השכּמה־מנין (אַ פֿריִען דאַווענען, 7:00 אין דער פֿרי) יעדן שבת. דער טאַטע דאַוונט אָפּ מיטן השכּמה־מנין, און קען זיך דערנאָך אָפּגעבן מיט די קינדער, בשעת זײַן פֿרוי דאַוונט בײַם געוויינטלעכן מנין. ס׳איז שיין צו זען אַזוי פֿיל טאַטעס אין שיל, מיט זייערע זינדעלעך און טעכטערלעך אויפֿן שויס אָדער אויף די אַקסלען. און די מאַמעס זענען זיכער צופֿרידן. פֿונדעסטוועגן, האָב איך לעצטנס באַמערקט אַ טשיקאַווע זאַך. הגם דער מינהג בײַ אַן אָרטאָדאָקסישער שיל איז, אַז חתונה־געהאַטע פֿרויען דעקן צו דעם קאָפּ, קומען איצט אין שיל דרײַ חתונה־געהאַטע פֿרויען — מיט די הוילע האָר. צוויי האָבן פֿריִער געוווינט אין דער "אָפּער וועסט סײַד", וווּ אַ סך ווײַבער דעקן זיך מער נישט צו דעם קאָפּ אין שיל; די דריטע פֿרוי קומט פֿון אַ סעקולערער היים, און כאָטש זי האָט, צוליב איר מאַן, מסכּים געווען צו האַלטן שבת, כּשרות און טהרת־משפּחה, האָט זי אָבער אויסגעפּועלט, אַז דעם קאָפּ וועט זי נישט צודעקן. ווי איר מאַן האָט מיר אָפֿן־האַרציק געזאָגט: "אויב עמעצער וועט איר זאָגן, אַז זי מוז אין שיל צודעקן דעם קאָפּ, וועט זי מער נישט קומען." דער רבֿ פֿון אונדזער שיל זאָגט, ער וועט נישט פּרעדיקן פֿון דער בימה אויף אַזאַ סענסיטיווער טעמע, ווײַל עס וואָלט נישט געווען פּראָדוקטיוו. "ס׳איז מער געוווּנטשן צו רעדן מיט יעדן באַזונדער," האָט ער צוגעגעבן. צי ער האָט שוין גערעדט מיט די פֿרויען, ווייס איך נישט, אָבער דערווײַל האָב איך קיין בײַט נישט געזען. ס׳רובֿ חתונה געהאַטע פֿרויען אין "אוהבֿ צדק" האָבן נישט קיין פּראָבלעם מיטן צודעקן דעם קאָפּ, אָבער ווילן יאָ, אַז פֿרויען זאָלן אָנפֿירן מיטן דאַווענען און פֿאָרלייענען די תּורה, אויף ווי ווײַט די הלכה דערלויבט עס. מרים שעכטער, די טאָכטער פֿון הרבֿ הערשל שעכטער, דער רבֿ פֿונעם אַמאָליקן "מאָשאָלו דזשויִש סענטער", אָרגאַניזירט יעדן חודש אַזאַ מנין, מיטן נאָמען "מנין שחר", וואָס טרעפֿט זיך אינעם בנין פֿון אַ רעפֿאָרם־סינאַגאָגע, און ציט אָפֿט מאָל צו אַ צאָל פֿרויען און מענער פֿון אונדזער שיל. בײַ אָט דעם "מנין שחר", ווערן די פֿרויען נישט פֿאַררעכנט ווי אַ טייל פֿונעם מנין, אָבער זיי מעגן יאָ אָנפֿירן מיט קבלת־שבת, פּסוקי דזמרה, תּורה־לייענען און קריגן עליות. בײַ אַ סך פֿרויען, איז דער הויפּט־צוצי פֿון אַזאַ מנין, אָדער פֿון אַ פֿרויען־תּפֿילה־גרופּע, וואָס דאָרטן קאָן זייער טאָכטער פּראַווען איר ווערן בת־מיצווה דורך לייענען פֿון די תּורה און הפֿטרה. (בײַ געוויינטלעכע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע בת־מיצוות, קאָן דאָס מיידל בלויז גיבן אַ דבֿר־תּורה, נישט אָנפֿירן מיטן דאַווענען אָדער לייענען.) איין פֿרוי אין "אוהבֿ צדק", וואָס האָט שטאַרק געוואָלט איר טאָכטער זאָל לייענען די תּורה, האָט לכּבֿוד איר טאָכטערס בת־מיצווה, אָרגאַניזירט אַ פֿרויען־תּפֿילה־גרופּע אין אַן אַלטער, כּמעט־פֿאַרלאָזטער שיל אין דרום־יאָנקערס. די זעלבע פֿרוי האָט אויך, נישט איין מאָל, זיך באַקלאָגט, פֿאַר וואָס די פֿרויען אין אונדזער שיל מוזן זיצן פֿון הינטן. "פֿאַר וואָס קען מען נישט אײַנפֿירן אַ מחיצה, וואָס וואָלט אָפּגעטיילט די מענער פֿון די פֿרויען אויף רעכטס און לינקס, אַנשטאָט לאָזן די מענער פֿון פֿאָרנט און די פֿרויען פֿון הינטן?" האָט זי איין מאָל מיט כּעס געפֿרעגט. "מײַן זון האָט ערשט געגעבן אַ דבֿר־תּורה, און ווײַל איך זיץ הינטער דער מחיצה, האָב איך אים כּמעט נישט געקענט זען!" אינטערעסאַנט איז, אַז אָט די פֿרוי, אַזוי ווי מרים שעכטער, קומט פֿון אַ פֿרומער היים. אַ דריטע פֿרוי, אויך פֿון אַ פֿרומער משפּחה, האָט במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר אָנגעהויבן קומען אַלץ זעלטענער און זעלטענער אין שיל. לכתּחילה, האָט זי געזאָגט, אַז ס׳איז ווײַל שבת אין דער פֿרי האָט זי ליב צו בלײַבן אין דער היים מיט איר טאָכטער און אייניקל, בעת די מענער גייען דאַווענען. אָבער ווען איך האָב זי געפֿרעגט, פֿאַר וואָס זי איז שׂמחת־תּורה נישט געקומען צו הקפֿות, האָט זי מיט אַ גרימאַס געענטפֿערט: "פֿאַר וואָס זאָל איך קומען? ס׳איז לאַנג, און ס׳איז גאָרנישט דאָ פֿאַר די פֿרויען וואָס צו טאָן, אַחוץ קוקן ווי די מענער טאַנצן. ס׳איז בלויז אַ יום־טובֿ פֿאַר די מענער." איך האָב איין מאָל פֿאַרפֿירט אַ שמועס מיט איינער פֿון די פֿרויען, וואָס דעקן נישט צו דעם קאָפּ אין שיל, און וועלכע איז זייער אַקטיוו אין "מנין שחר". "אויב דו האַלטסט — האָב איך געפֿרעגט — אַז אַ חתונה־געהאַטע פֿרוי דאַרף זײַן פֿרײַ צו גיין מיט אַ הוילן קאָפּ, און אַז פֿרויען זאָלן האָבן דאָס רעכט צו לייענען די תּורה און אָנפֿירן מיטן דאַווענען, פֿאַר וואָס שליסטו זיך נישט אָן אין אַ קאָנסערוואַטיווער שיל?" "איך וויל אַ שיל, וואָס פֿירט זיך שטרענג לויט דער הלכה," האָט די פֿרוי באַטאָנט. איר ראַנגלעניש איז אַ פֿאַרשטענדלעכע. פֿון איין זײַט בענקט זי נאָך אַן אויטענטישן, ריין לשון־קודשדיקן דאַווענען; פֿון דער צווייטער, וויל זי גיבן פֿרויען אַ גרעסערע ראָלע אינעם רעליגיעזן לעבן. ס׳איז אָבער פֿאָרט נישט קלאָר, צי דער ברייטער עולם וועט אַמאָל באַטראַכטן אַזאַ סינטעז פֿון אָרטאָדאָקסיע און פֿעמיניזם ווי מער ווי בלויז אַ טשיקאַווען עקספּערימענט. Es geit idn nisht azoi shlechtSubmitted by leonlab on Sat, 2008-03-22 11:38.
Ven di greiste zorg in NY iz oib di froien in der shul zoln opgeteilt zain fun di menner fun links tzu rechts onshtot fun hinten tzu fornt oder zoln di farhairete vaiber tzudeken di kep dan iz di lage fir idn in Amerike nisht azoi shlecht, Got zai dank (shpeien drai mol iber der linker shulter, haha). |