ייִדיש־וועלט, מוזיק
בנימין שעכטער מיט זײַנע טעכטער ריינע (רעכטס) און טעמע
בנימין שעכטער מיט זײַנע טעכטער ריינע (רעכטס) און טעמע

אין אַ צײַט, ווען אַ סך זינגער הײַנט פֿון ייִדישע לידער רעדן קוים אַרויס די ווערטער, ווײַל זיי קענען נישט די שפּראַך, איז אַ מחיהניש צו הערן זינגער, וועלכע זינגען ייִדיש נאַטירלעך, אָן אַ פּגם. ווער רעדט שוין וועגן דער הנאה בײַם הערן ווי קינדער זינגען ייִדישע לידער — קאָרעקט און מיט געפֿיל. אַזאַ זעלטענעם פֿאַל שטעלן מיט זיך פֿאָר די צוויי "שעכטער־טעכטער", די צוויי טעכטער פֿונעם מוזיקער און קאָמפּאָזיטאָר בנימין שעכטער — ריינע, 13 יאָר אַלט, און טעמע, 8 יאָר אַלט.

אין פֿעברואַר, איז אויפֿגעטראָטן דער טאַטע בנימין, דער עיקר, ווי אַ באַגלייטער בײַ דער פּיאַנע, מיט זײַנע צוויי מיידלעך אין אַ נײַער פֿאָרשטעלונג אינעם "מעדעם"־ייִדיש־צענטער אין פּאַריז און דערנאָך אין קאָלמוביע־אוניווערסיטעט אין ניו־יאָרק. די אויפֿפֿירונג נעמט אַרײַן ייִדישע לידער, וואָס באַטראַכטן די וועלט דערזען מיט די אויגן פֿון אַ קינד; לידער ווי "אַבֿרהמעלע און יאָסעלע", "מאָטעלע", "געווען אַמאָל אַ מיידלע" "אַ קינד, אַ גאָלדענע" "געווען אַ מאָל אין מיטן פֿעלד", כּמעט אַלע געזונגען ווי דועטן. אין דער פֿאָרשטעלונג קען מען אויך הערן חורבן־לידער, ווי "זשאַמעלע" און "יוגנט־הימען".

בנימין האָט געוואָלט שוין עטלעכע יאָר דורכפֿירן קאָנצערטן מיט די "שעכטער־טעכטער", אָבער ער האָט געדאַרפֿט צוּוואַרטן ביז טעמע זאָל אויפֿוואַקסן און קענען זיך אויסלערנען די ווערטער. אין אַ פֿריִערדיקן גילגול האָט דער עלטערער ברודער, דניאל, געזונגען מיט זײַן שוועסטער ריינע, אָבער זײַן קול האָט זיך געביטן און ער האָט מער נישט געקענט זיך באַטייליקן אין די פּראָגראַמען. אַלע דרײַ קינדער האָבן פֿריִער געזונגען מיט דער גרעסערער קינדער־גרופּע "די פּריפּעטשיק־זינגערס", מיט וועלכער בנימין שעכטער האָט דיריגירט. אַ ווידעאָ־קאָמפּאַקטל פֿון דער גרופּע קען מען קויפֿן דורך אינטערנעץ. דערנאָך זענען ריינע און בנימין אויפֿגעטראָטן אין אַן אַמעריקאַנער ייִדישער פּראָגראַם — "פֿון קיין עין־הרע ביז קוני־אײַלאַנד": לידער וועגן דעם אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן פֿון מנשה סקולניק, לעאָ פֿוקס און אַפֿילו אַ סצענע פֿונעם רעפּערטואַר פֿונעם קאָמיקער מיכל ראָזענבערג.

דער אויפֿטריט אין פּאַריז איז געווען פֿאַר אַ געפּאַקטן זאַל, און קיין איבערזעצונג איז נישט געווען נייטיק. דער עולם האָט גוט אָפּגעשאַצט די נאַטירלעכע טאַלאַנטן פֿון די צוויי קינדער. בעת זייער וויזיט אין פּאַריז האָבן די קינדער פֿאַרבראַכט מיט דער משפּחה פֿון שמעון נויבערג, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אין טריִער, דײַטשלאַנד, וועלכע איז געקומען קיין פּאַריז אייגנס צו זען די משפּחה שעכטער. נויבערגס 4־יעריק טעכטערל, טרײַנע, האָט ליב צו שפּילן מיט די שעכטער־טעכטער, אויף ייִדיש, פֿאַרשטייט זיך. בנימין האָט דערציילט איין חכמה וועגן איר: די צוויי משפּחות זענען געזעסן אין אַ רעסטאָראַן און געגעסן צוזאַמען. גיט טרײַנע אַ זאָג — "איך האָב ליב בולבעס!" האָט בנימין איר געזאָגט, "דו ווייסט, טרײַנע, מיר האָבן אַן אַנדער וואָרט אויף דעם (געמיינט "קאַרטאָפֿל"). אָבער טרײַנע האָט אים איבערגעשלאָגן: אפֿשר "בילבעס?". זעט נאָר, אַ מיידל פֿאַר­שטייט שוין ייִדישע דיאַלעקטאָלאָגיע!