די פֿאַרגאַנגענע וואָך אין ישׂראל איז געווען אָנגעזעטיקט מיט וויכטיקע אינטערנאַציאָנאַלע געשעענישן, בפֿירוש אויפֿן פּאָליטישן פֿעלד. קודם־כּל, האָבן ישׂראל באַזוכט מיט זייער אַ וויכטיקן שליחות די געסט פֿון דײַטשלאַנד, בראָש מיט דער קאַנצלערין אַנגעלאַ מערקעל. ווי עס שרײַבט די איטאַליענישע צײַטונג Corriere della Sera, האָט אַנגעלאַ מערקעל "נאָך 60 יאָר זינט ס‘איז אויפֿגעקומען די ייִדישע מדינה, וואָס געדענקט נאָך די קאָנצענטראַציע־לאַגערן און דעם דײַטשישן גענאָציד, פֿאָרגעלייגט איבערצובלעטערן די דאָזיקע זײַט פֿון דער געשיכטע."
בשעתן באַזוך אין ירושלים זײַנען, ווי אַ פּועל־יוצא פֿון דורכגעפֿירטע פֿאַרהאַנדלונגען פֿון ביידע רעגירונגען, אונטערגעשריבן געוואָרן וויכטיקע אָפּמאַכן צווישן די ביידע לענדער. ס‘איז אויף אַ קול געמאָלדן געוואָרן מצד דער קאַנצלערין, אַז "יעדע געפֿאַר קעגן ישׂראל ווערט אויפֿגענומען ווי אַ געפֿאַר קעגן דײַטשלאַנד".
מע וואָלט געקאָנט דאָ דערמאָנען אַ סך שבֿחים לכּבֿוד ישׂראל, אַרויסגעזאָגט פֿון די הויך־געשטעלטע געסט. לאָמיר אָבער אויך אַ קוקט טאָן, ווי אַזוי עס רעאַגירט אויף דער הייסער ליבע דער דײַטש פֿון אַ גאַנץ יאָר. לויט די אויספֿרעגן, דורכגעפֿירט פֿון אַ באַקאַנטן סטאַטיסטישן אויספֿאָרש־אינסטיטוט אין דײַטשלאַנד, האָבן 91 פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג געענטפֿערט, אַז דײַטשלאַנד דאַרף אָנהאַלטן מיט ישׂראל שטרענג־נייטראַלע באַציִונגען.
וואָס זשע מכּוח די ישׂראלים? לויט אַן אַנדער אויספֿאָרשונג, דורכגעפֿירט אין ישׂראל, האָבן נאָך אין יאָר 1990, 22 פּראָצענט ישׂראלים געטענהט, אַז מען טאָר נישט שלום מאַכן מיט דײַטשלאַנד נאָך דעם "דריטן רײַך"; הײַנט האַלטן זיך נאָך בײַ דער מיינונג בלויז 9 פּראָצענט ישׂראלים; די איבעריקע 13 פֿראָצענט, ס‘רובֿ פֿון דער שארית־הפּליטה, קאָנען שוין פּשוט נישט אַרויסזאָגן זייער מיינונג.
זעט אויס, אַז "איבערצובלעטערן" די זײַט פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדישן אומקום אין אייראָפּע, זײַנען מער גרייט די ישׂראלים, ווי די וואָס האָבן די דאָזיקע "זײַט" פֿאָרגאָסן מיט ייִדיש בלוט.
* * *
אַן אַנדער גאַסט אין דער פּורים־וואָך איז געווען דער סענאַטאָר דזשאָן מאַק׳קיין, דער געווינער צווישן די רעפּובליקאַנער קאַנדידאַטן אינעם פֿאַרמעסט צו די פּרעזידענטן־וואַלן. פֿאַרשטייט זיך, אַז צוליב דעם גרויסן טראַסק אַרום דער דײַטשישער דעלעגאַציע, האָט מען אים אָפּגעגעבן ווייניקער כּבֿוד, בפֿרט, אַז ער איז דערווײַל נאָך נישט קיין אויסגעוויילטער פּרעזידענט. פֿונדעסטוועגן, האָט מאַק׳קיין, בעת זײַן רײַזע איבערן מיטעלן מיזרח, דווקא אין יאָרדאַניע, באַטאָנט, אַז ער האַלט די שטאָט ירושלים, ווי די הויפּטשטאָט פֿון מדינת־ישׂראל.
צי וועט ער זיך ווײַטער האַלטן בײַ דער מיינונג אין פֿאַל פֿון זײַן ווערן אויסגעוויילט ווי פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן? צי וועט ער פּועלן בײַם קאָנגרעס אַריבערצופֿירן די אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע, וואָס געפֿינט זיך איצט אין תּל־אָבֿיבֿ, קיין ירושלים? לאָמיר האָפֿן, אַז אויב ער וועט טאַקע דערוויילט ווערן פּרעזידענט, וועט ער מער מצליח זײַן אין זײַנע צוזאָגענישן, ווי עס זײַנען געווען זײַנע פֿאָרגייער: ביל קלינטאָן און דזשאָרדזש בוש.
* * *
און נאָך איין גאַסט קלאַפּט זיך אין די טויערן פֿון ירושלים — דער רוסלענדישער אויסערן־מיניסטער סערגיי לאַווראָוו. אין דער הויפּשטאָט פֿון ישׂראל דערוואַרט מען זײַן קומען, קודם־כּל דערפֿאַר, ווײַל די טעג וועט אונטערגעשריבן ווערן דער אָפּמאַך פֿון אָפּשאַפֿן דעם וויזע־רעזשים צווישן ביידע לענדער, וואָס וועט דערמעגלעכן די ישׂראלים און די בירגער פֿון רוסלאַנד צו פֿאָרן פֿון איין לאַנד אין אַנדערן פֿראַנק און פֿרײַ.
אין ישׂראל גופֿא איז די געזעלשאַפֿטלעכע מיינונג וועגן דער פֿרײַער יאַזדע צעטיילט: ס‘רובֿ האַלט, אַז דער אָפּמאַך וועט אַרײַנברענגען אין לאַנד אַ סך טוריסטן פֿון רוסלאַנד; און די אַנדערע טייל האַלט, אַז צוזאַמען מיט די טוריסטן, וועט אויך שטײַגן דאָס אַרײַנקומען אין לאַנד פֿון קרימינעלע עלעמענטן.
וואָס שייך די אָנגעווייטיקטע פּאָליטישע טעמעס, אַזעלכע ווי די פֿרײַנדלעכע באַציִונגען פֿון רוסלאַנד מיט איראַן, סיריע און "כאַמאַס", איז שווער צו דערוואַרטן, אַז לאַווראָוו וועט אַרײַנברענגען ממשותדיקע פֿאָרשלאָגן, וואָס וואָלטן דערמעגלעכט דעם פֿאַרכּישופֿטן קריזיס־קרײַז דורכצורײַסן.