- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
לאַנגע און פּרטימדיקע צוגרייטונגען זענען געמאַכט געוואָרן פֿאַר דער קאָנפֿערענץ, געווידמעט דער טעמע "די אַשכּנזים", וואָס איז פֿאָרגעקומען אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט דעם 27סטן און 28סטן פֿעברואַר. די דאָזיקע קאָנפֿערענץ איז אַ רעזולטאַט פֿון אַ בשותּפֿותדיקער צוזאַמענאַרבעט צווישן לייוויק־הויז און דעם אינסטיטוט פֿאַר פֿאָרשן דעם ציוניזם און ישׂראל א"נ פֿון חיים ווייצמאַן, בראָש מיטן פּראָפֿ' אַניטאַ שפּיראָ, וועלכע וועט דעם יאָר באַקומען דעם ישׂראל־פּרײַז, די סאַמע העכסטע אָנערקענונג פֿאַר פּערזענלעכקייטן און זייער באַשטײַערונג פֿאַר מדינת־ישׂראל, וואָס ווערט פֿאַרטיילט אין "יום־העצמאות". די דאָזיקע קאָנפֿערענץ איז באַקרוינט געוואָרן מיט אַ שטאַרקן דערפֿאָלג צוליב די הויך־ראַנגיקע פֿאָרשער, וועלכע האָבן זיך אין איר באַטייליקט, דעם גרויסן פּובליקום, וואָס איז בײַגעווען די זיבן פֿאַרשיידענע סעסיעס און דעם אָפּקלאַנג, וואָס עס האָט געהאַט די קאָנפֿערענץ אין דער טעלעוויזיע, ראַדיאָ און העברעיִשער פּרעסע. בײַם אָנהייב האָט צבֿי גליל, דער פּרעזידענט פֿון תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, באַגריסט די קאָנפֿערענץ און אויסגערעכנט די פֿאַרשיידענע טעמעס און אַקאַדעמיקער, וועלכע באַטייליקן זיך אין איר. נאָך אים האָט דניאל גלאַי, פֿאָרזיצער פֿונעם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל, געבראַכט זײַן באַגריסונג אין נאָמען פֿון לייוויק־הויז און דעם פֿאַראיין. צווישן אַנדערן האָט ער באַטאָנט, אַז אין ישׂראל איז די דאָזיקע טעמע "די אַשכּנזים" אויף געוויס אַ שטאַרק אָנגעלאָדענע מיט עמאָציעס, אָבער אין מאָמענט, ווען זי ווערט באַהאַנדלט אין אַן אַקאַדעמישער ראַם, ווען דער צוגאַנג באַמיט זיך, מצד די באַטייליקטע, צו זײַן אַן אָביעקטיווער, באַרויִקן זיך די געמיטער און מ'באַקומט די געהעריקע פּראָפּאָרציעס. אויסצורעכענען אַלע באַטייליקטע אין דער קאָנפֿערענץ, וועט זײַן צו לאַנג. לאָמיר נאָר דערמאָנען דעם היסטאָריקער, פּראָפֿ' ישׂראל ברטל (באַרטאַל) פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, וועלכער האָט צוגעשטעלט אַ פֿאַרכאַפּנדיקן רעפֿעראַט וועגן דער געשיכטע פֿון אַשכּנזישן ייִדנטום אין די לעצטע יאָרהונדערטער, באַשרײַבנדיק, ווי אַזוי ס׳האָט זיך אַזאַ אידענטיטעט, נאַציאָנאַלע און ציווילע, אויסגעפֿורעמט אין אירע קעגנזײַטיקע באַציִונגען מיט פֿאַרשיידענע מדינות און אימפּעריעס אין אייראָפּע. מאַרקוס זילבער פֿון חיפֿהר אוניווערסיטעט האָט אין זײַן רעפֿעראַט אונטערן קעפּל "די אַשכּנזים: צי עקזיסטירט אַזוינס בכלל? מחשבֿות און פֿראַגעס וועגן די 'אַשכּנזים' ווי אַן אַנאַליטישע קאַטעגאָריע", דערקלערט, אַז מען דאַרף זײַן זייער פֿאָרזיכטיק בײַם באַנוצן זיך מיט אַזאַ קאַטעגאָריע, און אַז די דאָזיקע פֿאַקטאָרן, וועלכע שטרעבן צו איר אַקאַדעמישער אָנערקענונג באַגנוגענען זיך ניט מיט אָט דעם ציל; נאָר זיי האָבן מער ברייטערע אַספּיראַציעס צו ווירקן אויף דער געזעלשאַפֿט אין אַלגעמיין. יצחק שטערנבערג, פֿון דעם אָפֿענעם אוניווערסיטעט (האוניברסיטה הפּתוחה), האָט אין זײַן רעפֿעראַט אָנגערופֿן די סאָציאָלאָגישע יסודות ווי אַזוי מען קאָן, לויט זײַן פֿאַרשטאַנד, צוגיין צו דער ברייט־פֿאַרנעמיקער טעמע "די אַשכּנזים". פֿון איין זײַט, האָט זײַן רעפֿעראַט געטראָגן אַ ריין טעאָרעטישן כאַראַקטער, נאָר פֿון דער צווייטער זײַט, האָט ער זיך באַמיט עס צו באַווירצן מיט פֿילצאָליקע בײַשפּילן פֿון קולטור־דערשײַנונגען און נעמען פֿון זינגער, אַקטיאָרן, חזנים אאַז"וו, וואָס אָן זייער בײַטראָג וואָלט געווען אוממעגלעך זיך פֿאָרצושטעלן די הײַנטיקע קולטור אין ישׂראל. רחל ראָזשאַנסקי פֿון חיפֿהר אוניווערסיטעט, אַ היסטאָריקערין, וועלכע פֿיל פֿון אירע פֿאָרשונגען זײַנען געווידמעט דער געשיכטע פֿון ייִדיש אין ישׂראל נאָך דער אַנטשטייונג פֿון דער מדינה, האָט פּרטימדיק באַשריבן דעם אויפֿקום פֿון די "אילוסטרירטע בלעטער" און שפּעטער פֿון די "לעצטע נײַעס", ווי אַזוי, פֿון איין זײַט, איז אין זיי אָפּגעשפּיגלט געוואָרן דער ווילן פֿון די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן צו ווערן ישׂראלים אין פֿולן זין פֿון וואָרט, און פֿון דער צווייטער זײַט, זייער פֿאַרדראָס וואָס ייִדיש אין ישׂראל האָט ניט באַקומען די געהעריקע אָנערקענונג. חנה יאַבלאָנקאַ פֿונעם בן־גוריון־אוניווערסיטעט אין נגבֿ, וועלכע האָט אויסגערעכנט דעם בײַטראָג פֿון די ניצול־געוואָרענע צו דער אַנטשטייונג פֿון דער מדינה אויף אַלע לעבנס־געביטן — אין זיכערהייט, קאָלאָניזאַציע, פּאָליטיק און קולטור, — האָט אויך פֿעסטגעשטעלט דעם ריזיקן אויפֿטו פֿון די נײַ־אָנגעקומענע אין לאַנד, כּדי צו פֿאַראייביקן דעם זכּרון פֿון זייערע קהילות און זייער שטייגער־לעבן אין אייראָפּע ביזן חורבן. אַ ביסל מאָדנע איז געווען צו הערן פֿון איר, אַז אין מדינת־ישׂראל איז די טעמע פֿון חורבן ניט פֿאַרשוויגן געוואָרן, בשעת ס'איז הײַנט אַן אָנגענומענער פֿאַקט בײַ דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג, אַז מען האָט אויף דער טעמע ניט געוואָלט רעדן, אַן אויפֿפֿירונג, וואָס האָט זיך געענדערט זינט דעם אײַכמאַן־פּראָצעס אין יאָר 1962. אליעזר בן־רפֿאַל, אַ וועלט־באַרימטע פּערזענלעכקייט, וואָס שטייט שוין יאָרן־לאַנג בראָש דער סאָציאָלאָגיע־אָפּטיילונג אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, האָט געשטעלט אַ סך פֿרעגצייכנס לגבי אָט דער קאַטעגאָריע "די אַשכּנזים" און קריטעריעס, ווי אַזוי זי צו אַנאַליזירן. זײַן רעפֿעראַט האָט ער געשלאָסן בזה־הלשון: "מיר זענען אַלע אַשכּנזים, מיר זענען אַלע ספֿרדים און אָריענטאַלע ייִדן", וואָס האָט געקאָנט לײַכט אויסגעטײַטשט ווערן, אַז די ישׂראלים האָבן ניט אויסגעמעקט די עטנישע אידענטיטעטן, נאָר פֿאַקטיש זיי אינטעגרירט און אינטעגרירן זיי ווײַטער אין זייער טאָג־טעגלעכן לעבן. צום סוף פֿון דער קאָנפֿערענץ איז פֿאָרגעקומען אַ רונדער טיש, געפֿירט דורך פּראָפֿ' אַניטאַ שפּיראָ, מיט דער באַטייליקונג פֿון די העברעיִשע שרײַבער נאוה סמל (סעמעל), עלעאָנאָראַ לעוו און אַהרון מגד (מעגעד), וווּ מען האָט באַהאַנדלט די פֿראַגע, צי איז פֿאַראַן אַן אַשכּנזישע עסענץ. די טעמע "די אַשכּנזים" איז אייגנטלעך דער טרעפֿפּונקט צווישן דער הײַנטיקער ישׂראלדיקער אידענטיטעט מיט דער אידענטיטעט, וואָס האָט זיך אין אייראָפּע אַנטוויקלט אין משך פֿון הונדערטער יאָרן און שפּעטער זיך צעשפּרייט איבער אַלע קאָנטינענטן. ביז הײַנט צו טאָג, סײַ דער עסטעבלישמענט און סײַ די מערהייט פֿון דער באַפֿעלקערונג, באַציִען זיך צו אָט דער קאַטעגאָריע ווי צו אַ ריין סאָציאָ־עקאָנאָמישער און מאַכן זיך ניט וויסנדיק פֿון אַלע אירע היסטאָרישע, קולטורעלע און שפּראַכיקע קאָמפּאָנענטן. מען קאָן זאָגן, אַז די הויפּט־דערגרייכונג פֿון דער דאָזיקער קאָנפֿערענץ איז געווען, אַז די טעמע איז פֿאַקטיש אָנערקענט געוואָרן אין איר טיפֿן און ברייטן באַדײַט. דער פֿאַקט וואָס אָנגעזעענע אַקאַדעמיקער טענהן ווײַטער, אַז די אַשכּנזים, ווי אַזעלכע, וועלן אין גיכן פֿאַרשווינדן צוליב צווישן־עדותדיקע חתונות און דעם אַלגעמיינעם ווילן זיך צו אידענטיפֿיצירן מיט דער מדינה, איז אַבסאָלוט קלאָר פֿאַר אַלעמען. דער בעסטער באַווײַז דערפֿון איז, אַז די דאָזיקע פּאָזיציע האָט באַקומען אַ פֿולן אויסדרוק אין די באַריכטן פֿון דער מעדיאַ. גלײַצײַטיק איז מערקווערדיק צו באַטאָנען, אַז די שטעלונג וואָס טענהט, אַז די אַשכּנזים — צי מע וויל עס, צי ניט — זענען די טרעגער פֿון אַן אייגנאַרטיקער קולטור־טראַדיציע, וועלכע איז ווערט מע זאָל זי אָפּהיטן און דאַרף באַטראַכט ווערן ווי אַ צענטראַלער באַשטאַנדטייל פֿונעם לעבן און קולטור אין מדינת־ישׂראל. Ashkenazim in IsroelSubmitted by leonlab on Sat, 2008-03-22 11:48.
Es iz faran a greiser untersheid tzvishn di alte ost eiropeishe idn un di israelishe idn. Ven ich zee di "israelim" ich ken zei nisht onerkenen vi idn vail zei redn a zeer "tchikave" shprach vos iz nisht iberhoipt enlech tzu idish. Mestome di ashkenazim in Isroel velen farshvinden ober mit ein groiser oisnam: di haredishe idn velen blaiben un zich farmeren un dermit di ashkenzishe kultur in Isroel vaiter forzetzen. |