פּאָליטיק
פֿון דניאל גלאַי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען פּינקטלעך האָט זיך דער דאָזיקער בירגערקריג אָנגעהויבן, אין וועלכער צײַט גענוי? דאָס איז שוין אַן ענין פֿאַר די היסטאָריקער. איינער וועט אָנווײַזן אויף אַ געוויסער געשעעניש, בשעת דער צווייטער וועט זאָגן זײַנס, אַז דער פּראָצעס האָט זיך אָנגעהויבן אַ סך פֿריִער...

מען קאָן זיך משער זײַן, אַז די עצם פֿראַגע "וואָס איז אַזוינס אַ בירגערקריג" און ווי אַזוי דעפֿינירט מען עס און אַלע זײַנע פּרעצעדענטן, דאָס וועט אויך ווערן אַ טייל פֿון דער אַקאַדעמישער דיסקוסיע.

ייִדיש־וועלט, קולטור
פֿון דניאל גלאַי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לאַנגע און פּרטימדיקע צוגרייטונגען זענען געמאַכט געוואָרן פֿאַר דער קאָנפֿע­רענץ, געווידמעט דער טעמע "די אַשכּנזים", וואָס איז פֿאָרגעקומען אין תּל־אָבֿיבֿער אוני­ווערסיטעט דעם 27סטן און 28סטן פֿעברואַר. די דאָזיקע קאָנפֿערענץ איז אַ רעזולטאַט פֿון אַ בשותּפֿותדיקער צוזאַמענאַרבעט צווישן לייוויק־הויז און דעם אינסטיטוט פֿאַר פֿאָרשן דעם ציוניזם און ישׂראל א"נ פֿון חיים ווייצמאַן, בראָש מיטן פּראָפֿ' אַניטאַ שפּיראָ, וועלכע וועט דעם יאָר באַקומען דעם ישׂראל־פּרײַז, די סאַמע העכסטע אָנער­קענונג פֿאַר פּערזענלעכקייטן און זייער באַשטײַערונג פֿאַר מדינת־ישׂראל, וואָס ווערט פֿאַרטיילט אין "יום־העצמאות".