פּאָליטיק
פֿון דניאל גלאַי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען פּינקטלעך האָט זיך דער דאָזיקער בירגערקריג אָנגעהויבן, אין וועלכער צײַט גענוי? דאָס איז שוין אַן ענין פֿאַר די היסטאָריקער. איינער וועט אָנווײַזן אויף אַ געוויסער געשעעניש, בשעת דער צווייטער וועט זאָגן זײַנס, אַז דער פּראָצעס האָט זיך אָנגעהויבן אַ סך פֿריִער...

מען קאָן זיך משער זײַן, אַז די עצם פֿראַגע "וואָס איז אַזוינס אַ בירגערקריג" און ווי אַזוי דעפֿינירט מען עס און אַלע זײַנע פּרעצעדענטן, דאָס וועט אויך ווערן אַ טייל פֿון דער אַקאַדעמישער דיסקוסיע. די בילדער אָבער, וואָס מען זעט הײַנט אויפֿן עקראַן פֿון אונדזער טעלעוויזיע, רעדן מער פֿון טויזנט ווערטער. ווען טויזנטער זעלנער, פּאָליציאַנטן און זיכערהייט־איינהייטן שטעלן זיך אַנטקעגן אַ כּוח־דעמאָנסטראַציע, ווען דאָס שוועבל איז גרייט, חלילה, אָנצוצינדן אַ מעכטיקן פֿײַער, דעמאָלט איז נישטאָ קיין ספֿק וועגן וואָס עס רעדט זיך. דאָס אַלץ אַנטפּלעקט אונדז דעם מצבֿ, אין וועלכן מיר געפֿינען זיך הײַנט. און אויב איינעם דאַכט זיך, אַז דאָס קעפּל "דער בירגערקריג האָט זיך אָנגעהויבן" איז בכּיוון אַן איבערגעטריבענער, וועל איך פּרוּוון אויפֿקלערן, אויף וועלכן יסוד ווערט דאָס געזאָגט.

וואָס שטייט הינטער דער מאַסן־מאָביליזאַציע פֿון טויזנטער "אָראַנזש"־מאַרשירער קעגן די געזעץ־היטער, וועלכע זענען גוט טרענירט, איבערצײַגטע אין זייער פֿליכט און גרייט אויסצופֿירן באַפֿעלן? איינער וועט גאָר טענהן, אַז דאָס איז אַ דערפֿאָלג פֿון אַ ספּעציפֿישער געזעלשאַפֿט, וועלכע גלייבט אין איר גערעכטיקייט און אין איר וועג. פֿון דער אַנדערער זײַט אָבער, וועלן די קאָמאַנדירן פֿון די זיכערהייט־כּוחות דערקלערן: "מיר האָבן באַוויזן אויסצומײַדן אַן אומגליק, און אָפּהיטן דעם געזעצלעכן דעמאָקראַטישן רעזשים". אָבער דער טיפֿער אמת איז, אַז מיר שטייען פֿאַר אַן אָפּגרונט און מיר קאָנען אין יעדער רגע אַראָפּקײַקלען זיך אין אים. און דאָס אַלץ צוליב דעם, ווײַל מיר ווייסן נישט, ווי אַזוי צו רעספּעקטירן אונדזערע מיטשמועסער, זיך צוהערן איינער צום צווייטן און אײַנשטעלן צווישן אונדז אַ נאָרמאַלע קאָמוניקאַציע.

איידער מיר פֿאַרטיפֿן זיך אין אָט דער סוגיא פֿון אונדזער נישט מעגלעכקייט זיך דורכצושמועסן צווישן אונדז און פֿון וואַנען דאָס שטאַמט, אַ קורצע באַמערקונג וואָס שייך דער מעדיאַ. גאָר דערפֿאַרענע זשורנאַליסטן, וועלכע טרעפֿן זיך אויפֿן עקראַן פֿון דער טעלעוויזיע מיט פֿאָרשטייער פֿון קעגנזעצלעכע דעות און וועלט־ אָנשויונגען, שאַפֿן אַ געוויסע אילוזיע פֿון דיאַלאָג. אייגנטלעך, רעדט זיך דאָ וועגן אַן איבערחזרנדיקן זיך ריטואַל, אין וועלכן די אָנטיילנעמער גרײַפֿן אָן איינער דעם צווייטן און זיי לאָדן אויס אַלע זייערע פּרימיטיווע אינסטינקטן, אַנשטאָט אונדז אויפֿקלערן זייערע שטעלונגען און צושטעלן זייער בײַטראָג, כּדי מ׳זאָל בעסער פֿאַרשטיין אונדזער קאָמפּליצירטע ווירקלעכקייט. פֿאַקטיש, זענען די אָנפֿירער פֿון אָט די דיסקוסיעס אין דער מעדיאַ גורם, אַז די צדדים ווערן יעדער איינער נאָך טיפֿער פֿאַרעקשנט אין זייערע שטעלונגען. די מעדיאַ־לײַט אַנטוישן אונדז כּסדר און זענען נישט מסוגל צו פֿאַרפֿירן אַ קלוגן דיאַלאָג, וואָס זאָל אויפֿוועקן אַ געוויסע האָפֿענונג בײַם ציבור, וואָס זיי דאַרפֿן באַדינען. און מ׳קאָן ניט אָפּוואַרפֿן אָט דעם אַרגומענט, מיט אַ שמייכלענדיקן אַרויסזאָג ווי זשורנאַליסטן זענען זיך נוהג, זאָגנדיק "ווידער איז די מעדיאַ אין אַלעם שולדיק".

לאָמיר לאָזן אין אַ זײַט אויף אַ ווײַלע דעם מכּלומרשטן "אילוזאָרישן דיאַלאָג", וואָס פֿאַרפֿירט אונדז זייער אָפֿט... לאָמיר בעסער אַרומרעדן די אָפּוועזנהייט פֿון אַן עפֿעקטיווער קאָמוניקאַציע צווישן אונדז און אַ טייל פֿון דער געזעלשאַפֿט. איין זאַך איז קלאָר: מענטשן מיט קעגנזעצלעכע שטעלונגען זענען בײַ אונדז נישט מסוגל צו רעדן איינער מיטן צווייטן. דאָס איז נישט קיין באַהויפּטונג וועגן עמעצן מיט רעכטע אָדער לינקע אײַנשטעלונגען. דאָס איז אַ באַהויפּטונג וועגן זיי, די מענטשן, און זייער אוממעגלעכקייט צו פֿירן אַ דיאַלאָג צווישן זיך; ווײַל, פֿאַרוואָס זיך צוהערן איינער צום צווייטן, ווען יעדער איינער איז איבערצײַגט, אַז נאָר ער איז אַבסאָלוט גערעכט? די עפֿנטלעכע, אומפֿרוכטבאַרע דיסקוסיעס (אָדער די עמאָציאָנעלע און גײַסטיקע פֿאַרפֿרוירונג וואָס עס שאַפֿט) דרינגען אַרײַן אין לעבן פֿון יעדן יחיד און דערמעגלעכט אונדז נישט צו דענקען און שטעלן פֿראַגעס; זײַן עלאַסטיש, ווען עס בעט זיך, אָדער זיך פֿאָרשטעלן אַלטערנאַטיווע סצענאַרן ווען דאָס איז נייטיק.

ווער עס נעמט אָן די שטעלונג, אַז אַ בירגערקריג איז שוין דאָ, פֿרעגט זיך הײַנט, ווי אַזוי דרייט מען צוריק דעם זייגער און מען הייבט אָן אַ דיאַלאָג, וואָס — ווי שאַרף ער זאָל נישט זײַן — איז אין אים פֿאַראַן אַ שאַנס צו פֿאַרשטיין איינער דעם צווייטן און בכלל צו דערגיין אַ טאָלק, וואָס זאָל זײַן רעלעוואַנט פֿאַר אונדזער לעבן אין אָט דעם ראַיאָן. אַזאַ געוווּנטשענע סיטואַציע וועט דערמעגלעכט ווערן נאָר מיט איין באַדינג: ווען אויך די היסטאָרישע־ און קולטור־אידענטיטעט פֿון די פּאַרטנערס צו דער דיסקוסיע, אין אַלע אירע הינזיכטן און קאָמפּאָנענטן, וועט גענומען ווערן אין חשבון; ס׳הייסט, פֿון זיי זעלבסט און פֿון די באַפֿעלקערונגען וואָס זיי רעפּרעזענטירן.

נאָך איין זײַטיקע באַמערקונג, וואָס שייך אַן אַנדער אילוזיע, וועלכע באַשווערט צו זען די ווירקלעכקייט ווי זי איז. די צוגרייטונגען פֿון דעם צוריקציִונג־ און קאָמפּענסאַציע־אַמט און די באַדינגונגען וואָס מען לייגט פֿאָר פֿאַר די עוואַקויִרטע משפּחות — דאָס איז איינס. אָבער דער דאָזיקער אַספּעקט דאַרף נישט שטיין אין צענטער פֿון דער עפֿנטלעכער מיינונג. מען דאַרף באַגלייטן אָט דעם ווייטיקדיקן פּראָצעס מיט אַן אָרנטלעכן און אמתן פּרוּוו זיך דורכצושמועסן איינער מיטן צווייטן. און אויב דאָס געשעט ניט איז עס אַ סימן, אַז אין דער עיקר־זאַך זענען מיר דורכגעפֿאַלן. און דאָס ברענגט אונדז צוריק צו דעם הויפּט־אַרגומענט: מען קאָן מער נישט איגנאָרירן די טיפֿערע אידענטיטעטן פֿון דער באַפֿעלקערונג, וועלכע זענען אַזוי אויפֿגעברויזט געוואָרן. דאַרף מען נאָך בײַשפּילן?

פֿאַר וואָס האָט אונדזער געוועזענער פּרעמיער־מיניסטער, אַריק שרון, נישט געפֿונען פֿאַר נייטיק אין זײַן צײַט, זיך צו ווענדן דורך דער טעלעוויזיע, מיט אַ נאַציאָנאַלער ווענדונג, און רעדן פֿון האַרץ צו האַרץ, סײַ צו די פּאָטענציעלע עוואַקויִרטע פֿון גוש־קטיף און צפֿון־שומרון און אויך צו פֿאַרשיידענע סעקטאָרן אין דער באַפֿעלקערוג, דערקלערנדיק: "מעגלעך, אַז מיר אַלע זענען דורכגעפֿאַלן בײַם פֿאָרויסזען די צוקונפֿטיקע פּראָצעסן. לאָמיר זיך איצט קאָנצענטרירן דער עיקר — אויף דערציִונג, אויף אונדזער קיום און צוקונפֿט אין אָט דעם ראַיאָן". פֿאַר וואָס האָט ער אַזוינס נישט געטאָן? ווײַל ער אַליין, ווי אַלע ישׂראל־בירגער פֿון זײַן דור, לעבן מיט באַגריפֿן פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט. זיי אַליין האָבן נישט געהאַט די מעגלעכקייט דורכצופֿירן אַן אָפֿענעם, אינערלעכן דיאַלאָג פֿון אַזאַ מין סאָרט. די דימענסיע פֿון ייִדישער אידענטיטעט איז זיי איבערגעגעבן געוואָרן טיילווײַז, און זייער ישׂראלדיקע אויפֿפֿאַסונג איז צו ענג כּולל צו זײַן דעם רײַכן קולטור־פֿאַרמעג פֿון די אַשכּנזישע, אָריענטאַלע און ספֿרדישע ייִדן.

פֿון דער צווייטער זײַט, איז וויכטיק צו שטעלן די פֿראַגע, פֿאַר וואָס די אָנפֿירער פֿון דער קאָלאָניסטן־באַוועגונג ווערן פֿאָרגעשטעלט אין דער מעדיאַ, און זיי נוצן עס אויס אויסשליסלעך אונטערצושטרײַכן די גערעכטיקייט פֿון זייער קאַמף, אַנשטאָט זיך צו ווענדן דירעקט צו דער ברייטער באַפֿעלקערונג מיט אַן אָרנטלעכן פּרוּוו צו פֿירן אַ דיאַלאָג מיט איר און אַנטוויקלען אַ געפֿיל פֿון געמיינזאַמען גורל? פֿאַר וואָס געשעט דאָס נישט? ווײַל די אָנפֿירער פֿון דער דאָזיקער באַוועגונג לעבן מיט סלאָגאַנען, און זענען נישט מסוגל זיך צו פֿאַרמעסטן מיט די געפֿילן פֿון ברייטערן ציבור, וואָס טראַכט נישט גענוי לויט זייערע אויפֿפֿאַסונגען. געשעט עס אפֿשר, ווײַל די צײַט אויפֿן עקראַן איז באַגרענעצט און שאַפֿט אויף זיי אַ שטאַרקן דרוק? ווײַל די אינטערוויוער דריקן זיי צו צו דער וואַנט? דער ענטפֿער איז אַנדערש. אויך בײַ זיי, ווי אין פֿאַל פֿונעם פּרעמיער־מיניסטער, האָט זיך נישט אַנטוויקלט די פֿעיִקייט צו פֿירן אַ רעלעוואַנטן דיאַלאָג, וואָס זאָל טראָגן אַן עמאָציאָנעלן, געזעלשאַפֿטלעכן און קולטורעלן באַדײַט. ביז הײַנט האָט מען זיך באַנוגנט מיט דעם מצבֿ ווי ער איז. פֿון הײַנט אָן און ווײַטער איז עס געוואָרן מסוכּן.

צווישן די, וועלכע שטיצן אונטער דאָס אָפּרײַסן זיך פֿון די טעריטאָריעס, הערט מען אָפֿט אַזעלכע טענות, אַז מען דאַרף דיפֿערענצירן צווישן די, וואָס פֿירן אַ לעגיטימען פּראָטעסט, אָן גוואַלדטאַטן, און די, וועלכע זענען פֿאַרביסענע עקסטרעמיסטן. לויט זייער מיינונג, אַז ס׳רובֿ פֿונעם רעליגיעזן ציבור היט אָפּ און רעספּעקטירט דאָס געזעץ, איז די פּראָבלעם "נאָר" אין דער פּעריפֿעריע; און אַז קעגן דער סכּנה וואָס לויערט פֿון זיי, וועלן שוין די זיכערהייט־כּוחות געפֿינען אַ לייזונג. לויט זיי קאָן די שווײַגנדיקע מערהייט זײַן רויִק, דאַרף זיך נישט צופֿיל זאָרגן און קאָן זיך פֿאַרלאָזן אויף די וואָס וואַרפֿן אָפּ די אָפּשאַצונג, אַז מיר געפֿינען זיך אין אַ בירגערקריג. אָבער פֿאַר אונדז איז די־אָ גלײַכגילטיקייט פֿאַר זיך אַליין אַ שלעכטער סימן, און מיר נעמען אויך נישט אָן די קאָנצעפּציע, וואָס זעט די פּראָבלעם בלויז בײַ די עקסטרעמיסטן. ווען מען פֿירט זיך אַזוי, זעט מען נישט דעם עיקר: די נויטווענדיקייט אין אַ דרינגענדיקער קאָנצעפּציע־ענדערונג, אין דעם בודק זײַן די וועלט־אָנשויונג, נישט נאָר פֿון אַ געוויסן לאַגער, נאָר פֿון דער גאַנצער געזעלשאַפֿט.

אויב די גרויסע פּאָליטישע פֿאָרמאַציעס אין דער ישׂראל־פּאָליטיק וועלן ניט מצליח זײַן זיך דורכצורעדן אויף אַן אָנשטענדיקן ניוואָ, דאַן וועט נישט נאָר די עקסטרעמיסטן־פּעריפֿעריע וואַקסן, נאָר ס׳וועט זיי דווקא געלונגען מיטצורײַסן מיט זיך גרויסע טיילן פֿון דער באַפֿעלקערונג. אַזוי אַרום וועט זיי געלונגען אונדז דיקטירן אַ נישט־געוווּנטשענעם סדר־היום; דער מצבֿ וועט כּסדר פֿאַרערגערט ווערן, און אונדזער מדינה קאָן זיך פֿאַרקײַקלען אין אָפּגרונט און פֿאַרלירן דעם קאָנטראָל איבער זיך.

דער אויספֿיר איז: פֿירן אַן ערנסטן, באַדײַטפֿולן דיאַלאָג, אַ דיאַלאָג, וווּ יעדער איינער לערנט און ווערט קליגער פֿונעם אויסהערן דעם צווייטן. אין דעם שטעקט דער שליסל אַרויסצוגיין פֿון דער בירגערקריג־פּאַסטקע; אַ דיאַלאָג, וואָס האָט אויסזיכטן אונדז אַרויסצוציִען פֿון דער בלאָטע, וווּ מיר געפֿינען זיך. אַזאַ געוווּנטשענער דיאַלאָג איז נישט נאָר אַן אויסדרוק פֿון אַ קולטור־ניוואָ, וואָס אָן קיין שום ספֿק האָט אַ ווערט פֿאַר זיך אַליין. אַזאַ דיאַלאָג וועט זײַן אַ פּועל־יוצא פֿון אַן ענדערונג אין דער וועלט־אָנשויונג פֿון די ישׂראלים.

מיר מוזן זיך בודק זײַן אָרנטלעך און אַנטשלאָסן, און אַנטוויקלען אַ פֿעיִקייט אָנצונעמען באַשלוסן. אַזאַ קריטישער צוגאַנג צו דער אייגענער וועלט־אָנשויונג ווערט נישט געטאָן נאָר דורך פֿילאָסאָפֿן און וועלט־באַקאַנטע דענקער, וועלכע גייען אַרויס אויף דער נאַטור זיך מתבודד זײַן. אַזאַ פּראָצעס קאָן געשען גלײַכצײַטיק אין די קעפּ און הערצער פֿון ברייטע געזעלשאַפֿטן און גאַנצע פֿעלקער; און דווקא אין קריזיס־צײַטן. מיר דאַרפֿן זיך נישט טועה זײַן. די דיסקוסיע וועגן אונדזער אידענטיטעט איז נישט קיין לוקסוס. פֿון טאָג צו טאָג ווערט עס אַ נאַציאָנאַלע נויטווענדיקייט. און מיר זענען אומגעדולדיק צו זען דעם־אָ מענטשן, געזעלשאַפֿטלעכע גרופּע אָדער עפֿנטלעכן פֿאַקטאָר, וואָס זאָל אויפֿוואַכן באַצײַטנס און מיט זײַן גײַסטיקער וואָג באַשליסן וועגן דער גורלדיקער פֿראַגע: ווער זענען מיר אייגנטלעך די, וועלכע דיסקוטירן צווישן זיך? וואָס איז אונדזער אידענטיטעט, וואָס איז אונדזער מהות און וווּהין גייען מיר?

מיר דאַרפֿן אָנווײַזן אויף די־אָ שטעלונגען, וועלכע זענען פֿאַרעלטערט געוואָרן און זיך פֿון זיי אַמגיכסטן אָפּשיידן. למשל, דער באַגריף "שלילת הגולה"... און נאָך איין בײַשפּיל, דער טאַבו לגבי אַזעלכע באַגריפֿן ווי אַשכּנזער אָדער אָריענטאַלער ייִד. כּל־זמן זיי ווערן דערמאָנט מיט אַ ביטול־אויסדרוק, זענען מיר אומפֿעיִק אָנצוהייבן אַ נײַעם דיאַלאָג צווישן אונדז. ווי פֿאַר פּסח ווערט מען פּטור פֿונעם חמץ, אַזוי דאַרפֿן מיר אויספֿירן אַ גרינטלעכע רייניקונג. די באַגריפֿן פֿון אַשכּנזישקייט און אָריענטאַלישקייט קענען אונדז קומען צונוץ, ווײַל אין זיי שטעקן די וואָרצלען פֿון דער מאָדערנער ישׂראלדיקייט. מען מוז זיי אַקצעפּטירן און זיך פּאָזיטיוו צו זיי באַציִען.

"פֿאָלק ישׂראל, תּורת־ישׂראל און ארץ־ישׂראל" — קלינגט ווי אַ שלמותדיקייט. דער אופֿן ווי אַזוי מען באַנוצט זיך מיט דעם נוסח באַפֿרידיקט אונדז נישט. אויך דאָס דערהייבן די "מענטשן־רעכט, רעספּעקטירן דאָס געזעץ און די דעמאָקראַטישע ווערטן" — קלינגט ווי אַ וווּנדערלעכע פֿאָרמולע. אָבער אויך דאָס איז נישט גענוג אין דער איצטיקער שעה. אַפֿילו ווען די אָנגעזעענסטע דענקער וועלן מצליח זײַן צונויפֿצוברענגען אָט די ביידע נוסחאָות — די באַגריפֿן פֿון דעמאָקראַטישע ווערטן און די פֿאַרבינדונג מיט קדושת־ישׂראל — אויך אַפֿילו דעמאָלט וועט פֿעלן אַ קאָמפּאָנענט, וואָס אויב מען פֿאַרפֿעלט אים, קאָן זיך דער גאַנצער בנין, חלילה, פֿונאַנדערברעכן. און דאָס איז אונדזער אייגנאַרטיקע היסטאָרישע אידענטיטעט. מען דאַרף דווקא דורכן הויפּט־טויער אַרײַנברענגען אין ארץ־ישׂראל די ברייטע ייִדישע געשיכטע, די איבערלעבונגען, טראַדיציע, ווערטן, די שאַפֿונג און לשונות פֿון די ייִדן פֿון רוסלאַנד, פּוילן, מאַראָקאָ, איראַק, דײַטשלאַנד, אַמעריקע א״אַ...

מיט יאָרן צוריק האָבן מיר פֿון אונדזער ישׂראלדיקער אידענטיטעט אויסגעוואָרצלט און אַרויסגעטריבן אונדזער ייִדישע אייגנאַרטיקייט. דאַרפֿן מיר איצט עס צוגעבן ווי הויפּט־קאָמפּאָנענטן פֿון אונדזער אידענטיטעט. אַנדערש וועט אונדזער ישׂראלישקייט בלײַבן פּוסט, און דער אינערלעכער דיאַלאָג צווישן אונדז וועט בלײַבן פֿאַרשטומט. דאָס וועט אויך נישט דערלויבן אָפּצושטעלן דעם בירגערקריג, וואָס האָט זיך שוין אָנגעהויבן. לאָמיר געבן צו אונדזער יוגנט כאָטש אַ רמז פֿונעם גײַסט, וואָס מיר האָבן דאָ אַרויסגעבראַכט, און דעמאָלט וועלן זיי אונדז באַפֿרײַען פֿון דעם מסוכּנדיקן פּלאָנטער, אין וועלכן מיר געפֿינען זיך איצט. מיר וועלן זיך גערן אָנשליסן צו זיי.