- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין סמוטנע, קווענקלענדיקע צײַטן קומען אָפֿט אַרויס אויף דער אויבערפֿלאַך פֿון דער געזעלשאַפֿט פֿאַרשידענע "נבֿיאישע פּראָגנאָזן", וואָס בדרך־כּלל דראָען זיי מיט שרעקלעכע סכּנות און קאַטאַקליזמען. דווקא איצט גייען מיר אַרײַן אין אַ תּקופֿה פֿון אַזעלכע סמוטנע נישט־זיכערע צײַטן, וואָס יעדער פֿון אונדז פֿילט (דערווײַל מיט די שפּיץ־נערוון), און זוכט אַ סגולה ווי צו מאַכן דאָס "פֿאַלן" זײַנס, כאָטש אַ ביסעלע ווייכער. אונדזער נסיעה קיין גוואַטעמאַלע איז געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס איך בין געפֿאָרן קיין צענטראַל־אַמעריקע. אונדזער טעכטערל, אסתּרל, האָט באַשלאָסן צו נעמען אַ יאָר פֿרײַ פֿון אוניווערסיטעט דאָס יאָר, כּדי צו זען די וועלט, איידער זי גייט ווײַטער אָן מיט אירע שטודיעס. זי האָט געפֿאָרשט דורך אינטערנעץ חדשים לאַנג, וווּ אָנהייבן איר נסיעה, און געפֿונען, אַז אינעם לענדל גוואַטעמאַלאַ קען מען אי וווינען זייער ביליק, אי געפֿינען פּראָגראַמען צו שטודירן שפּאַניש און העלפֿן דער אָרטיקער אָרעמער באַפֿעלקערונג אין דער זעלביקער צײַט. שפּאַצירנדיק אין וויליאַמסבורג מיט דרײַ יאָר צוריק, האָט פּסח (נישט זײַן אמתער נאָמען), אַ 29־יאָריקער אייגנטימער פֿון אַ טעקסי־פֿירמע, דערזען ווי אַ לערער, זײַנער אַ באַקאַנטער, פֿירט צענדליקער תּלמידים אויף אַן עקסקורסיע. פּלוצלינג האָט דער לערער געגעבן איינעם פֿון די ייִנגלעך אַ פּאַטש אין פּנים. פּסח איז צוגעלאָפֿן מלא־כּעס. "אויב איך זע דיך נאָך איין מאָל שלאָגן אַ קינד, וועל איך דיר צעברעכן די ביינער, און כ׳וועל נאָך רופֿן די פּאָליציי, שמעון דובנאָוו, דער ייִדישער היסטאָריקער און פּאָליטישער טעאָרעטיקער, האָט געשריבן אין זײַנע זכרונות (אויף רוסיש) וועגן דער בערלינער תּקופֿה פֿון זײַן לעבן, ווי ער האָט אין מאַרץ 1926 זיך דערלויבט אָפּצורוען נאָר אַ וואָך-צײַט ניט ווײַט פֿון בערלין. "אין פֿיכטענגרונד, וווּ כ׳פֿלעג — אין דער איבערגאַנג צײַט צווישן ווינטער און וועסנע — פֿירן שמועסן מיטן וואַלד. בעת מײַן שפּאַצירן האָט מיך דאָרטן באַגלייט דער יונגער בעלעטריסט שמואל לעווין, וועלכער האָט מיר געלייענט, אויף אַ פּויליש-אַקצענטירטן ייִדיש, זײַנע דראַמעס און ראָמאַנען פֿון חסידישן לעבן. ווען פּינקטלעך האָט זיך דער דאָזיקער בירגערקריג אָנגעהויבן, אין וועלכער צײַט גענוי? דאָס איז שוין אַן ענין פֿאַר די היסטאָריקער. איינער וועט אָנווײַזן אויף אַ געוויסער געשעעניש, בשעת דער צווייטער וועט זאָגן זײַנס, אַז דער פּראָצעס האָט זיך אָנגעהויבן אַ סך פֿריִער... מען קאָן זיך משער זײַן, אַז די עצם פֿראַגע "וואָס איז אַזוינס אַ בירגערקריג" און ווי אַזוי דעפֿינירט מען עס און אַלע זײַנע פּרעצעדענטן, דאָס וועט אויך ווערן אַ טייל פֿון דער אַקאַדעמישער דיסקוסיע. "און דאָס זענען די קינדער פֿון יצחק בן אַבֿרהם; אַבֿרהם האָט געבוירן יצחק". רש״י דערקלערט, אַז דאָס וואָרט "תּולדות" מיינט דאָ די קינדער פֿון יצחק אָבֿינו, יעקבֿ און עשׂו. די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיטן געבורט פֿון די צווילינג-זין בײַ יצחקן און רבֿקהן. נאָך אין זייער מאַמעס בויך האָבן די צוויי ברידער אָנגעהויבן זיך קריגן צווישן זיך. עשׂו איז געבוירן געוואָרן פֿריִער; בעת זײַן געבורט, האָט יעקבֿ זיך אָנגעכאַפּט אין עשׂוס פּיאַטע, דערפֿאַר האָט מען אים אָנגערופֿן יעקבֿ — פֿונעם וואָרט "עקבֿ", "פּיאַטע". "חב״דיזאַציע", ווי מע רופֿט איצט צו מאָל די טעטיקייט פֿון די ליובאַוויטשער חסידים, איז געוואָרן אַ וויכטיקער פֿאַקטאָר פֿון ייִדישן לעבן. דער חב״ד האָט 4,000 שליחים, וואָס זײַנען טעטיק אין זיבעציק לענדער. אַ היפּש ביסל פֿון זיי זײַנען פֿינאַנציעל אָפּהענגיק פֿון איין מענטשן — לעוו לעווײַעוו, דער רײַכסטער ישׂראלי אין יאָר 2006. אַ פֿרומער מענטש, פֿון די בוכאַרער ייִדן, פֿלעגט לעווײַעוו יאָר-אײַן יאָר-אויס געבן דעם חב״ד צו 30–50 מיליאָן דאָלאַר. אַזוי, לכל-הפּחות, שאַצט מען אָפּ זײַן בײַטראָג. לעווײַעווס געלטער זײַנען אַרײַנגעלייגט אין פֿאַרשיידענע געשעפֿטן, אָבער ער איז, דער עיקר, באַקאַנט צוליב זײַן דיאַמאַנטן-אימפּעריע, באַזירט אין אַפֿריקע און רוסלאַנד. דאָס יאָר 1961, ערבֿ דעם אײַכמאַן־פּראָצעס. אַנדאַ, אַ לעבן־געבליבענע יונגע פֿרוי פֿון אַן אונגאַרישער אָפּשטאַמונג, אַ קראַנקן־שוועסטער אין אַ שפּיטאָל פֿאַר עלטערע מענטשן, דערלאַנגט אַ ביטע אַרויסצוטרעטן ווי אַן עדות אויפֿן אײַכמאַן־פּראָצעס. זי האָט וואָס צו דערציילן. זי איז איינע פֿון יענע אומגליקלעכע פֿרויען וואָס האָבן איבערגעלעבט די שעדלעכע מעדיצינישע עקספּערימענטן אין אוישוויץ, וווּ זי איז געווען פֿאַרשפּאַרט. דאַכט זיך, אַ גאַנץ נאָרמאַלע בקשה; עס איז ניט קיין סוד, אַז די ייִדישע ליטעראַטן, וועלכע שרײַבן אויף ייִדיש און די, וואָס שרײַבן בלע״ז "הויזן" צווישן זיך ניט איבעריקס גוט. יעקבֿ גלאַטשטיין האָט באַשריבן דעם חילוק צווישן "אונדז" און "זיי" קורץ און שאַרף׃ "מיר מוזן זיי געדענקען; זיי אונדז — נישט". לויט דער ייִדישיסטישער לאָגיק, איז וואָס ווײַטער פֿון ייִדיש (צומאָל איז מען כּולל העברעיִש אויך), אַלץ ווײַטער פֿון ייִדישקייט. דזשוליאַן לעווינסאָן הייבט אָן זײַן שטודיע פֿון דער אַמעריקאַניש־ייִדישער קולטור מיט דער קריטיק פֿון דעם באַגריף פֿון עצם־ייִדישקייט אין דער ייִדישער קולטור. אַ מאָדנע וואָך איז בײַ מיר געווען. מאָנטיק האָב איך אָפּגעלערנט די קלאַסן אין ניו-יאָרק און זיך גלײַך געלאָזט אין וועג אַרײַן — קיין פּאַריז. עס קלינגט — און עס איז — באַקוועם: צען אַזייגער אויף דער נאַכט פֿליסטו אַרויס, און אין דער פֿרי ביסטו שוין אויפֿן אָרט. אָבער די נאַכט דאַרף מען דאָך אויך איבערלעבן. זיצנדיקערהייט קען איך ניט שלאָפֿן מער פֿון פֿיר שעה. מאַכט טאַקע אַזאַ נאַכט-נסיעה מיד, בפֿרט נאָך אַז די ייִנגלשע כּוחות זײַנען פֿאַרבליבן אין פֿאָריקן יאָרהונדערט. אַריאלה דויטש איך האָב ליב ייִדיש, נאָר מײַן ייִדיש איז באַגרענעצט צו די באַגריסונגען וואָס מען נוצט אין שיל און ווען ס'קומט צו הבֿדלה. אוי יאָ. איך קען אויך דאָס וואָרט "לעפֿל" און "גאָפּל," און דאָס איז דערפֿאַר וואָס מײַנע באָבעס און זיידעס רעדן די שפּראַך פֿליסיק. מײַן טאַטנס עלטערן, געבוירן אין אונגאַרן און דער מאַמעס טאַטע שטאַמט פֿון פּוילן און איר מאַמע פֿון ישׂראל. גליקלעכע מענטשן וואָס זיי פֿאַרשטייען די שפּראַך. אָבער דאָס גליק גרייכט נישט צו מיר. איך שטעל זיך פֿאָר, מיט 30 יאָר צוריק האָט אַ גרופּע קאַנאַדישע אַסטראָנאָמען איבערגעגעבן, אַז זי האָט צום ערשטן מאָל אַנטדעקט אַ פּלאַנעט אויסער אונדזער זון-סיסטעם, בײַ דעם שטערן גאַמאַ-צעפֿיי. זייער אַנטדעקונג איז באַשטעטיקט געוואָרן, אָבער, ערשט מיט 5 יאָר צוריק. זינט דעמאָלט, זענען אַנטדעקט געוואָרן בערך 329 פּלאַנעטן אַרום צענדליקער שטערן. לעצטנס, האָט די אַנטדעקונג פֿון נײַע פּלאַנעטן זיך פֿאַרוואַנדלט כּמעט אין אַ טאָג-טעגלעכער רוטין. |