|
|
Akademie der Künste, Berlin, Samuel-Lewin-Archiv |
שמעון דובנאָוו, דער ייִדישער היסטאָריקער און פּאָליטישער טעאָרעטיקער, האָט געשריבן אין זײַנע זכרונות (אויף רוסיש) וועגן דער בערלינער תּקופֿה פֿון זײַן לעבן, ווי ער האָט אין מאַרץ 1926 זיך דערלויבט אָפּצורוען נאָר אַ וואָך-צײַט ניט ווײַט פֿון בערלין. "אין פֿיכטענגרונד, וווּ כ׳פֿלעג — אין דער איבערגאַנג צײַט צווישן ווינטער און וועסנע — פֿירן שמועסן מיטן וואַלד. בעת מײַן שפּאַצירן האָט מיך דאָרטן באַגלייט דער יונגער בעלעטריסט שמואל לעווין, וועלכער האָט מיר געלייענט, אויף אַ פּויליש-אַקצענטירטן ייִדיש, זײַנע דראַמעס און ראָמאַנען פֿון חסידישן לעבן. דער דאָזיקער אָרעמער עמיגראַנט האָט פֿאַרמאָגט אַ סאַמאָראָדנעם ניט-קולטיווירטן טאַלאַנט און איז געווען באַהערשט מיט אַ שרײַבערישן פֿיבער; ער האָט באַוויזן צו פֿאַרעפֿנטלעכן אַ פּאָר ראָמאַנען אויף ייִדיש און אין דײַטשישע איבערזעצונגען, אָבער די ביטערע דאָליע פֿון וווינען אין דער פֿרעמד האָט אים ניט געגעבן קיין מעגלעכקייט צו אַנטוויקלען זײַן טאַלאַנט און צו פֿאַרנעמען אַ געהעריק אָרט אין ליטעראַטור".
די רייד איז געגאַנגען וועגן דעם פּראָזאַיִקער און דראַמאַטורג (חיים-)שמואל לעווין (1890—1959), וועמעס שאַפֿערישער וועג איז דורכגעגאַנגען אין אַ זײַט פֿון דעם ייִדישן ליטעראַרישן הויפּט-שליאַך. אַ געבוירענער אין אַן אָרעמער משפּחה, אין דער לובלינער געגנט פֿון פּוילן, האָט לעווין קיין רעגולערע וועלטלעכע בילדונג ניט באַקומען. ער האָט פֿון קינדווײַז אָן געמוזט שווער האָרעווען אין דער "אַלטער היים". שפּעטער האָט אים דער גורל געבראַכט אַזש אין אַרגענטינע, וווּ ער האָט פֿאַרבראַכט אַ פּאָר יאָר ערבֿ דער ערשטער וועלט-מלחמה. אין דער רוסישער אַרמיי האָט ער אויך באַוויזן צו דינען.
הגם לעווינס ערשטע געדרוקטע ווערק האָבן זיך באַוויזן נאָך אין פּוילן, האָט ער זיך קונה-שם געווען אין בערלין, אין די 1920ער און די פֿריִע 1930ער יאָרן. די דײַטשישע הויפּטשטאָט איז דעמאָלט געווען אַ ייִדישער קולטור-צענטער, אָבער לעווין האָט זיך, פֿאַקטיש, געהאַלטן באַזונדער פֿון דער היגער גרופּע ייִדישע מאָדערניסטן, אַזעלכע ווי דוד בערגעלסאָן און דניאל טשאַרני. לעווין איז געווען מער פֿאַרבונדן מיט דעם קרײַז פֿון דײַטש-ייִדישע אינטעלעקטואַלן, וועלכע האָבן געשעפּט נחת פֿון דער "עכטקייט" פֿונעם מיזרח-אייראָפּעיִשן ייִדישן לעבן. לעווין האָט אויך אויסגעזען זייער "עכט" אין די אויגן פֿון אָט די לײַט. וועגן דעם האָט, דעם 8טן מײַ 1921, אין דער בערלינער דײַטש-שפּראַכיקער צײַטונג "יודישע רונדשאַו" געשריבן אַהרן יצקי אין זײַן רעצענזיע אויף לעווינס חסידישע דערציילונגען. אַ וויכטיקע ראָלע אין לעווינס לעבן האָט געשפּילט פֿריץ מרדכי קויפֿמאַן, אַ דײַטשישער ייִדישער אינטעלעקטואַל, וואָס איז אונטער דער השפּעה פֿון נתן בירנבוים פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיט מיזרח-אייראָפּעיִשער קולטור. ייִדיש איז געווען די שפּראַך, וואָס מע האָט גערעדט בײַ אים אין דער היים, בפֿרט נאָך אַז פֿאַר זײַן ווײַב איז עס געווען דאָס מאַמע-לשון.
אַ דאַנק קויפֿמאַנען און אַנדערע מענטשן פֿון אָט די קרײַזן האָט לעווין באַקומען אַ צוטריט צו דײַטשישע אויסגאַבעס. גאַנץ אָפֿט פֿלעגן דײַטשישע איבערזעצונגען פֿון זײַנע ווערק אַרויסגיין אַפֿילו פֿריִער פֿון דעם ייִדישן אָריגינאַל. ער האָט זיך געחבֿרט מיטן אַנאַרכיסטישן פֿירער רודאָלף ראָקער (1873—1958), אויך אַ בערלינער תּושבֿ אין יענע יאָרן. אַ דײַטש (ניט קיין ייִד, אָבער זײַן פֿרוי, מולי, איז געווען אַ ייִדישע), האָט ראָקער אויסגעלערנט ייִדיש און רעדאַקטירט אין לאָנדאָן עטלעכע ייִדישע אַנאַרכיסטישע צײַטשריפֿטן. צוליב ראָקערס הקדמות זײַנען לעווינס ביכער שפּעטער, אין די פֿינצטערע נאַציסטישע צײַטן, פֿאַרברענט געוואָרן אין בערלין און אין אַנדערע שטעט פֿון דײַטשלאַנד.
ניט געקוקט אויף לעווינס דערפֿאָלג בײַ דעם דײַטש-רעדנדיקן עולם, האָט די ייִדישע ליטעראַטור-קריטיק בדרך-כּלל געקוקט אויף לעווינען פֿון אויבן אַראָפּ. למשל, אַלטער קאַציזנע האָט געשריבן אין 1928 אין דעם וואַרשעווער זשורנאַל "ביכער-וועלט", נומ׳ 3, מכּוח לעווינס ראָמאַן "געזאַנג פֿון דורות":
שמואל לעווין איז קודם-כּל אַ פּראָדוקט פֿון דער נעאָ-השׂכּלה, אַזוי ווי זי האָט זיך געהאַט אָפּגעשפּיגלט אין דער וויסטער פּויליש-ייִדישער פּראָווינץ מיט פֿינף-און-צוואַנציק יאָר צוריק. דעם זעלביקן עטאַפּ, וואָס די ייִדישע ליטע האָט דורכגעמאַכט מיט זיבעציק יאָר צוריק, האָט די ייִדיש-פּוילישע פּראָווינץ דורכגעמאַכט ערשט צוריק מיט אַ יאָר פֿינף-און-צוואַנציק און, טיילווײַז, האַלט זי נאָך אויך איצט בײַם אַלף-בית, אָבער שוין אונטער דער ווירקונג פֿון דער נײַער צײַט.
אַ יונגער מאַן אָן בילדונג, מיט אַ באַגאַזש פֿון אַ פּאָר איבערגעלייענטע ביכלעך, מיט — און אפֿשר אָן — דעם ביסל בית-המדרש-קולטור, האָט פּלוצלינג דערשפּירט דעם גײַסט פֿון זײַן צײַט, זיך אָנגעהויבן צו מוחן און איבערשאַצן ווערטן.
[...] ווי די מעשׂה זאָל נישט זײַן, איז שמואל לעווין דאָך אַ באַדײַטנדע קינסטלערישע קראַפֿט.
וועגן דעם זעלבן ראָמאַן, האָט אַהרן מאַרק געשריבן אין דער וואַרשעווער "פֿאָלקס-צײַטונג", דעם 12טן דעצעמבער: "העכסטנס קאָן דאָס בוך בלײַבן אין דער ליטעראַטור אַלס דאָקומענט פֿון אַ פֿערטל יאָרהונדערט צוריק אין ייִדיש!"
אין אָקטאָבער 1932, האָט די פּאַריזער "מאָרגן-בלאַט" געפּרוּווט דערקלערן דעם דערפֿאָלג, וואָס לעווינס פּראָזע-ווערק האָבן געהאַט בײַ געוויסע דײַטשישע לייענער:
|
שמואל לעווין (לינקס) מיט רודאָלף ראָקער און זײַן פֿרוי מילי, 1936 |
Akademie der Künste, Berlin, Samuel-Lewin-Archiv |
שמואל לעווין געהערט נישט צו די שרײַבער-נאָוואַטאָרן. ער יאָגט זיך נישט נאָך קיין שרײַבערישע טריקן. זײַן פֿאָרעם איז איינפֿאַך, באַהויפּט מיט עפּישער רויִקייט און טראָגט אויף זיך די עכטע פּאַטין*) פֿונעם קליינשטעטלדיקן לעבן, אָן שום סטיליזאַציע.
"פֿאַר דעם דײַטשישן לייענער איז לעווינס שאַפֿן אין געוויסע הינזיכטן אַן אָפּפֿרישונג פֿון דעם געיעג נאָך קאָמפּליצירטע עקספּערימענטירונגען, פֿון וועלכע עס איז איצט פֿאַרכאַפּט דער גאַנצער הײַנטצײַטיקער שרײַבער-דור אין דײַטשלאַנד."
אין אַמעריקע, וווּהין לעווין איז אָנגעקומען אין 1936, האָט אויף אים קיין וואַרעמער קבלת-פּנים ניט געוואַרט. אין דעם זין איז אינטערעסאַנט די רעצענזיע פֿון יצחק באַשעוויס-זינגער, וועלכער האָט זיך באַוויזן אין "פֿאָרווערטס" דעם 12טן אַפּריל 1936. אין דעם דאָזיקן טעקסט שרײַבט באַשעוויס וועגן ליטעראַרישע "רעצעפּטן" פֿאַר אַ מחבר, וואָס וויל זיך קאָנצענטרירן אויף חסידישע טעמעס:
ווען מען נעמט זיך שרײַבן אַ דערציילונג פֿון אָט דעם סאָרט, וואָס האָט צו טאָן מיט נסים-ונפֿלאות, מיט דעם רבונו-של-עולם, מלאכים און שדים, איז אָדער מען האַלט זיך אין דעם סטיל פֿון לעגענדע: די זאַך ווערט דערציילט אַזוי, ווי עס וואָלט זי דערציילט דאָס פֿאָלק — איינפֿאַך, נאַיִוו, אין סטיל פֿון לעגענדע. די דערציילונג איז דעמאָלט אייגנטלעך אַ מין מאָנאָלאָג. אַזוי האָט פּרץ געשריבן זײַנע חסידישע און פֿאָלקסטימלעכע געשיכטעס. דער צווייטער וועג, דער שווערער, איז ווען דער שרײַבער דערציילט אויף זײַן אייגענער שפּראַך, מיט זײַנע אייגענע מיטלען. ער מוז דאַן, אָבער, מאַכן גלייבן דעם לעזער, אַז די געשעענישן האָבן אַ שײַן פֿון רעאַליטעט. ער מוז זיי אונדז אויפֿמאָלן אַזוי, גלײַך ווי זיי וואָלטן ווירקלעך פּאַסירט. דערין איז געלעגן די קראַפֿן פֿון דעם גרויסן אַמעריקאַנער שריפֿטשטעלער עדגאַר עלען פּאָ. [...] עס איז קלאָר, אַז נאָר גרויסע שרײַבער קאָנען באַווײַזן דאָס וווּנדער צו פֿאַרהיפּנאָטיזירן דעם לייענער אַזוי, אַז דאָס אומוואַרשײַנלעכע זאָל פֿאַר אים ווערן קינסטלערישער אמת.
"שמואל לעווין פּלאָנטערט זיך צווישן ביידע סטילן, אָדער בעסער געזאָגט: ער מאַכט אַ תּל פֿון ביידע.
אינטערעסאַנט איז די רעאַקציע אויף אָט דעם אַרטיקל מצד דעם ניו-יאָרקער ייִדישן בעלעטריסט תּלוש (איסר מוסעלעוויטש, 1887—1962). אין זײַן בריוו צו לעווינען האָט ער געשריבן:
דעם 14טן אַפּריל, 1936
זייער חשובֿער און ליבער קאָלעגע לעווין: —
איך האָב דעם זונטיקדיקן "פֿאָרווערטס" ניט געלייענט. אָבער די געשיכטע איבערראַשט מיך ניט. באַשעוויס האָט אַפּנים דערפֿילט אין אײַך אַ שטאַרקן קאָנקורענט פֿאַרן "פֿאָרווערטס". נו, האָט ער אײַך געגעבן אַ קבלת-פּנים. געקומען אַ ייִדישער שרײַבער פֿון היטלערס מדינה, פֿילט זיך דאָ אַ ביסל עלנט און עס איז שווער צו מאַכן אַ לעבן: איז די בעסטע זאַך מיט אַ דובינע [שטאָק] איבערן קאָפּ. אָט אַזוי איז בײַ אונדז, ליבער קאָלעגע. [...]
דער באַקאַנטער ניו-יאָרקער טעאַטער-קריטיקער אַ. מוקדוני (אַלכּסנדר קאַפּעל, 1878—1962) האָט געשריבן לעווינען דעם 18טן מערץ 1937:
דער וועג פֿון ייִדישן שרײַבער אין אַמעריקע איז באמת אַ דאָרנדיקער, און אָפֿט מאָל — נאָך ערגער ווי דאָס.
אַזוי צי אַזוי, אָבער לעווין איז קיין מאָל ניט אַרײַן אין דעם הויפּטשטראָם פֿון ייִדישער ליטעראַטור. דאָס הייסט ניט בשום-אופֿן, אַז זײַנע ווערק זײַנען ניט אַרויסגעגעבן געוואָרן. אַדרבא, אין ביבליאָטעקן קען מען געפֿינען גאָר ניט ווייניק ביכער זײַנע, סײַ אויף ייִדיש סײַ איבערגעזעצט אויף דײַטש און אַנדערע שפּראַכן. למשל, לעווינס זעכצן ביכער ווערן אָפּגעהיט אין דער ייִוואָ ביבליאָטעק, אַרײַנגערעכנט עטלעכע אויסגאַבעס פֿון די 1970ער און 1980ער. אין 1988 איז דערשינען, אין ענגליש, Between Two Abysses ("צווישן צוויי תּהומען") און אין 1980, אויף ייִדיש, "צוריק אין דער היים". ס׳איז שווער צו זאָגן, וואָס עס האָט געשפּילט אַ גרעסערע ראָלע אין די דאָזיקע פּובליקאַציעס: דער אינטערעס פֿונעם לייענער צי די איבערגעגעבנקייט פֿון זײַן אַלמנה.
לעווין איז, אין תּוך אַרײַן, געווען אַ ייִדישער שרײַבער פֿאַרן דײַטש-רעדנדיקן לייענער, באַזונדערס פֿאַרן דײַטש-לייענדיקן ייִדן. אין אַמעריקע האָט ער דעם דאָזיקן לייענער שוין כּמעט ניט געהאַט. עטלעכע מאָל זײַנען לעווינס ביכער אַרויס אויף דײַטש נאָכן חורבן, דער עיקר אין דער שווייץ. איז ער פֿאַרבליבן אַן אינטערעסאַנטע פֿיגור נאָר פֿאַר אַ ליטעראַטור-היסטאָריקער — אַ פֿיגור, וואָס אילוסטרירט אַ סאָרט גורל, וואָס עס קען האָבן אַ פּען-מענטש אין געוויסע סאָציאַלע און קולטורעלע באַדינגונגען. עס אילוסטרירט אויך די באַדערפֿענישן, וועלכע איין קולטור-סבֿיבֿה קען דערוואַרטן פֿון אַן אַנדער קולטור-סבֿיבֿה.
אָט האָבן געלעבט אין דער זעלבער צײַט און אין דער זעלבער שטאָט, בערלין, צוויי ייִדישע פּראָזע-שרײַבער — דוד בערגעלסאָן און שמואל לעווין. בערגעלסאָנען האָט מען ברייט אָנערקענט ווי איינע פֿון די צענטראַלסטע פּערזענלעכקייטן אין דער ייִדישער קולטור-וועלט. אָבער בײַ די דײַטשיש-שפּראַכיקע לייענער איז ער קיין "שטערן" ניט געווען, כאָטש אַ צאָל זײַנע ווערק האָט מען איבערגעזעצט און אַרויסגעגעבן. אויף דײַטש האָבן דאָך געשריבן אַ סך אַנדערע מאָדערניסטן, זיי האָבן אויך באַהאַנדלט די ניט-ייִדישע און ייִדישע טעמעס פֿון יענער צײַט, און געקוקט אויף יענע טעמעס פֿון אַ ווינקל, וואָס איז געווען מער באַקאַנט דעם דײַטשיש-שפּראַכיקן לייענער.
|
שמואל לעווין מיט זײַנע צוויי זין, אײַזיק און ישעיהו, 1929 |
Akademie der Künste, Berlin, Samuel-Lewin-Archiv |
גלײַכצײַטיק, זײַנען אין יעדער לייענער-סבֿיבֿה פֿאַראַן מענטשן, וואָס ווילן האָבן אַ צוטריט צו עקזאָטישקייט, צו עפּעס וואָס דער הויפּטשטראָם פֿון ליטעראַטור גיט זיי ניט. לעווין האָט זיי געגעבן די עקזאָטישקייט פֿון, אַ שטייגער, דעם טראַדיציאָנעלן מיזרח-אייראָפּעיִשן ייִדישן לעבן. בפֿרט נאָך אַז אין דער דאָזיקער טעמע איז געווען אויך אַקטועלקייט, מחמת "אָסטיודען" האָט מען דעמאָלט געזען אין בערלין און, בכלל, אין אַ סך שטעט פֿון דײַטשלאַנד. הקיצור, שמואל לעווינס פּראָזע האָט געפֿונען אַן אָפּקלאַנג בײַ דעם עקזאָטיק-זוכנדיקן דײַטשישן לייענער.
אָבער פֿאַר אַ ייִדישן לייענער "פֿון אַ גאַנץ יאָר" איז לעווין געווען אַ צווייט- צי אַ דריט-ראַנגיקער נאָמען. וועגן דער חסידישער סבֿיבֿה האָבן דאָך געשריבן צענדליקער אמתע מײַסטערס פֿון ייִדישן וואָרט. אויף זייער פֿאָן איז שווער געווען צו באַמערקן די לעווין-פּראָזע.
* * *
איך האָב זיך פֿאַראינטערעסירט מיט שמואל לעווינען מיט אַ יאָר פֿינף צוריק, בײַם פֿאָרשן די ייִדישע קולטור-קרײַזן אין ווײַמאַרער בערלין. אין עטלעכע ערטער האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַן אינפֿאָרמאַציע וועגן לעווינס בוך זכרונות, A Distant Voice, וואָס איז כּלומרשט אַרויס מיט יאָרן צוריק, אין אַן איבערזעצונג פֿון יוסף לעפֿטוויטש. דער "אַמאַזאָן", למשל, ווײַזט אָן נאָך הײַנט, אַז דאָס בוך קען מען ניט קריגן ווײַל מע האָט עס אויספֿאַרקויפֿט. אמת, עס האָט מיך געחידושט, וואָס קיין איין ביבליאָטעק האָט דאָס בוך ניט פֿאַרמאָגט. צי מע האָט עס צעכאַפּט נאָך איידער די ביבליאָטעקן האָבן באַשלאָסן עס צו קויפֿן? אַזוינס האָב איך נאָך ניט געהערט.
אין מײַנע זוכענישן בין איך אַפֿילו אַרײַן אין קאָנטאַקט מיט לעווינס אַ זון, אַן עלטערן קינסטלער. כאָטש קיין סך אינפֿאָרמאַציע האָב איך פֿון אים ניט באַקומען, האָב איך פֿון דעסטוועגן פֿאַרשטאַנען, אַז די אויטאָביאָגראַפֿיע איז לסוף ניט אַרויס. דערנאָך האָב איך אין אינטערנעץ זיך פּלוצעם אָנגעשטויסן אויף אַ באַשרײַבונג פֿונעם אַרכיוו, וואָס היט זיך אָפּ בײַ דער בערלינער קונסט-אַקאַדעמיע, Akademie der Künste. מיר איז קלאָר געוואָרן, אַז דער עזבֿון איז אַוועק אין דער שטאָט, וווּ דער שרײַבער איז אַ מאָל געווען אָנערקענט, לכל-הפּחות, אין אייניקע קרײַזן.
אין אויגוסט, הײַיאָר, האָב איך פֿאַרבראַכט צען טעג אין בערלין און קודם-כּל אַוועק זוכן דעם אַרכיוו פֿון דער קונסט-אַקאַדעמיע. איך וויל ניט אַרײַנגיין אין די פּרטים פֿון מײַן אַרומבלאָנקען אין בערלין. דער סוף איז געווען, אַז איך האָב עס געפֿונען, כאָטש מע האָט דעם אַרכיוו אַריבערגעפֿירט אין אַן אַנדער אָרט. נאָך מער — ס׳רובֿ קאָלעקציעס זײַנען דערווײַל געווען ניט צוטריטלעך צוליב אַ רעמאָנט. אָבער לעווינס פּאַפּירן האָב איך יאָ באַקומען — אַ דאַנק דער אַרכיוויסטין מאַרען האָרן, וועלכע האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער מאָדנער קאָלעקציע און שרײַבט אַ ביאָגראַפֿיע פֿון לעווינען פֿאַר אַן ענציקלאָפּעדיע. דאָס איז דאָך די איינציקע זאַמלונג פֿון אַזאַ סאָרט, מיט ייִדיש.
אין דעם אַרכיוו, וואָס געפֿינט זיך אַ פּאָר הונדערט מעטער פֿונעם בראַנדענבורגער טויער, האָב איך איבערגעלייענט דעם כּתבֿ-יד פֿון לעפֿטוויטשעס איבערזעצונג פֿון לעווינס אויטאָביאָגראַפֿיע. איך האָב געהאָפֿט, אַז דער דאָזיקער טעקסט וועט מיר ווײַזן די ייִדישע ליטעראַרישע סבֿיבֿה פֿון בערלין. אָבער די רייד איז געגאַנגען וועגן כּלערליי זאַכן און כּלערליי מענטשן, וועלכע האָבן קיין שײַכות ניט געהאַט צו אָט דער סבֿיבֿה, וואָס האָט מיך אינטערעסירט און הערט ניט אויף צו אינטערעסירן. אַ סבֿרא, אַז גראָד וועגן זיי, די קאָלעגן-ליטעראַטן, האָט לעווין ניט געוואָלט שרײַבן. בכלל, ס׳איז אַ לעבנס-באַשרײַבונג פֿון אַ עלנטן און פֿאַרביטערטן מענטשן, פֿון וועלכן עס האָט זיך אָפּגעקערט די גאַנצע וועלט, אַ חוץ זײַן געטרײַע (צווייטע) פֿרוי.
אין דער ביבליאָטעק האָב איך די טעג גענומען דאָס בוך Between Two Abysses. לעווינס הקדמה איז פֿול מיט שאַרפֿע אָבסערוואַציעס פֿון אַ סאָציאַליסטיש-טראַכטנדיקן מענטשן. און דאָס בוך לייענט זיך, דאַכט זיך. די געשעענישן קומען פֿאָר אין דער "אַלטער היים" בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה און דער רעוואָלוציע. אָבער ווער וועט עס לייענען? דאָס איז דאָך אַ רעאַליסטישע פּראָזע, וועלכע איז אויסגעוואַקסן דירעקט פֿון די שונד-ראָמאַנען, וואָס דער מחבר האָט, אַ פּנים, בשעתּו געלייענט. אַזוי האָבן געשריבן צענדליקער צי אַפֿילו הונדערטער ייִדישע שרײַבער. ס׳איז, אין תּוך אַרײַן, אַ מין "מינדלעכע געשיכטע", אָבער פֿאַרשריבן דורך דעם מחבר. אַזאַ ליטעראַטור געהערט צו די קולטור-ווערטן, וואָס ווערן זעלטן איבערגעגעבן צו די יונגע דורות. אָבער פֿאַר אַ קולטור-היסטאָריקער בלײַבט עס אַ וויכטיקע סחורה, ווײַל עס העלפֿט, אַ שטייגער, צו פֿאַרשטיין בעסער דעם געשמאַק פֿון דעם אַמאָליקן לייענער.