פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ מאָדנע וואָך איז בײַ מיר געווען. מאָנטיק האָב איך אָפּגעלערנט די קלאַסן אין ניו-יאָרק און זיך גלײַך געלאָזט אין וועג אַרײַן — קיין פּאַריז. עס קלינגט — און עס איז — באַקוועם: צען אַזייגער אויף דער נאַכט פֿליסטו אַרויס, און אין דער פֿרי ביסטו שוין אויפֿן אָרט. אָבער די נאַכט דאַרף מען דאָך אויך איבערלעבן. זיצנדיקערהייט קען איך ניט שלאָפֿן מער פֿון פֿיר שעה. מאַכט טאַקע אַזאַ נאַכט-נסיעה מיד, בפֿרט נאָך אַז די ייִנגלשע כּוחות זײַנען פֿאַרבליבן אין פֿאָריקן יאָרהונדערט.

געפֿאָרן בין איך אויף אַ קאָנפֿערענץ וועגן דער געשיכטע פֿון רוסיש-ייִדישער אימיגראַציע אין פּאַריז. מײַן רעפֿעראַט איז געווען אַרום דער טעמע, וואָס איך האָב באַרירט מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, שרײַבנדיק וועגן "ייִדישלאַנד", דהײַנו: אַז פּאַריז איז שיִער ניט געוואָרן די הויפּטשטאָט פֿון ייִדיש, אָבער לסוף איז דער דאָזיקער פּלאַן ניט מקוים געוואָרן. די קאָנפֿערענץ האָט זיך אָנגעהויבן מיטוואָך. און דינסטיק, נאָך אַ לאָנטש מיט אַן ענגלישער קאָלעגע (זי איז פּונקט דעמאָלט געווען אין פּאַריז), בין איך אַוועק אין דער מעדעם-ביבליאָטעק. דאָרטן האָט מען געפֿײַערט דעם 90סטן געבוירנטאָג פֿון דעם האַרציקן מענטשן, שלום ראָזענפֿעלד, וואָס איז אַ וויכטיקער טוער פֿון דער פּאַריזער ייִדיש-סבֿיבֿה. אין דעם לאָקאַל פֿון דער ביבליאָטעק (וואָס איז אַ סך מער ווי אַ ביבליאָטעק), האָט זיך מיר אַ טראַכט געטאָן, אַז אפֿשר בין איך געווען ניט אין גאַנצן גערעכט מיט מײַן אויספֿיר, אַז קיין קרוינשטאָט פֿון ייִדיש האָט זיך פֿון פּאַריז ניט באַקומען.

אויף רוסיש (און אפֿשר אויף אַנדערע שפּראַכן אויך) זאָגט מען, אַז מע קען ניט זײַן קיין נבֿיא בײַ זיך אין לאַנד. (דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ ציטאַט פֿון דעם נײַעם טעסטאַמענט.) דאָס דאָזיקע ווערטל האָט זיך בײַ מיר געבאָמבלט אין מוח בשעת דער קאָנפֿערענץ, ווײַל די רעפֿעראַטן, וועלכע האָבן געהאַט אַ שײַכות צו דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן קולטור-לעבן אין פּאַריז, האָבן געהאַלטן דווקא אָנגעפֿאָרענע "נבֿיאים".

מיר איז נאָך, דאַכט זיך, קיין מאָל ניט אויסגעקומען צו ווײַלן אין פּאַריז אין אַ באמת גוטן האָטעל, ווײַל די אַסיפֿות זײַנען תּמיד באַשיידענע — אַקאַדעמישע צי קולטורעלע. דאָס מאָל איז עס אויך געווען אַן אָרעמע אַכסניא אין לאַטיינישן קוואַרטאַל, אָבער מיט אַ שטיקל ייִחוס — אין דעם האָטעל האָט אין די מיט-1880ער יאָרן זיך אָפּגעשטעלט זיגמונג פֿרויד. עס האָט מיך זייער דערפֿרייט, אַז די דיעטע, אויף וועלכער עס האָט מיך לעצטנס געשטעלט מײַן ווײַב, האָט געמאַכט אַ ביסל גרינגער מײַן דאָליע. קודם-כּל, האָב איך געקענט זיך אַרײַנקוועטשן אין דעם קליינטשיקן דוש. אמת, עס האָט מיר סײַ-ווי ניט געקלעקט קיין מוט צו נוצן די פּיצינקע ווינדע — אַזאַ האָב איך נאָך אין מײַן לעבן ניט געזען. טאָמער דאָס איז געווען עפּעס אַ פּסיכאָלאָגישער טעסט, האָב איך עס ניט אויסגעהאַלטן.

און נאָך אין איין פּסיכאָלאָגישן טעסט בין איך דורכגעפֿאַלן. די זאַך איז אַז איך האָב פֿײַנט צו פֿיל ליאַרעם. כ׳בין מקנא די מענטשן, וואָס קענען הערן די גאַנצע צײַט מוזיק — מע פֿאָרט און מע הערט, מע גייט און מע הערט, מע לייענט און מע הערט... אָבער כ׳האָב ניט געוווּסט, וווּהין זיך פֿאַרבאַהאַלטן אין דעם טערמינאַל פֿונעם ניו-יאָרקער קענעדי-אַעראָפּאָרט. אומעטום האָט זיך געגאָסן אויף מיר מוזיק, דער עיקר פֿון דעם מין "בום-בום-בום".

אויפֿן וועג פֿון פּאַריז האָב איך געהאַט אַן אַנדער אָנשיקעניש. דאָנערשטיק אויף דער נאַכט בין איך געפֿאָרן קיין לאָנדאָן, מיט דער גיכער באַן, בסך-הכּל צוויי שעה און פֿערציק מינוט. איז דאַכט זיך גוט. עס מאַכט זיך אָבער אַזוי, אַז אַ מעטער פֿון מיר זעצט זיך אַוועק אַ רוסישע פֿרוי, דווקא אַ סימפּאַטישע — בלאָנדע האָר און לאַנגע פֿיס, נעמט אַרויס אַ מאָבילן טעלעפֿאָן, און שוין — איר מויל האָט זיך ניט פֿאַרמאַכט ביז לאָנדאָן. איך האָב שוין געוווּסט, פֿאַר וואָס זי האָט באַשלאָסן צו פֿאַרברענגען צוויי טעג אין ענגלאַנד און מיט וועמען זי האָט איבערגעלאָזט אירע צוויי קינדער אין פּאַריז. דאָס האָט זי איבערגעחזרט עטלעכע מאָל, יעדער פֿון די חבֿרטעס. די ערגסטע זאַך איז געווען דערנאָך, ווען זי האָט גענומען אינסטרוקטירן די ניאַניע, ווי אַזוי צו קאָכן די וועטשערע: "צעשנײַד די פּאָמידאָרן, לייג זיי אַוועג אויף אַ טעלער..."

שבת האָב איך זיך אומגעקערט קיין אַמעריקע, ווײַל זונטיק האָט זיך אָנגעהויבן נאָך אַ קאָנפֿערענץ, שוין אין ניו-יאָרק. די רייד איז געגאַנגען וועגן די ייִדישע מיליטערלײַט אין דער רויטער אַרמיי בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. פֿון יעדער אַקאַדעמישער צונויפֿקומעניש טראָגט מען, בדרך-כּלל, עפּעס אַרויס. כ׳מיין, אַז עס מאַכט קליגער. ניט זעלטן מיינט עס, אַז די נײַע אינפֿאָרמאַציע ווײַזט אויף אַ טעות אין דײַן פֿריִערדיקער פֿאָרשונג. אַזוי איז עס געווען אויך דאָס מאָל.

מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך געפֿאָרשט דאָס לעבן און שאַפֿן פֿון יעקבֿ לעשצינסקי, דעם ייִדישן זשורנאַליסט און געלערנטן. אין מײַן אַרטיקל וועגן אים, וואָס איז אַרויס פֿאַראַיאָרן אין זשורנאַל Science in Context (און אין "פֿאָרווערטס" האָב איך עס אויך ניט פֿאַרשוויגן), האָב איך געטענהט, אַז לעשצינסקי איז געווען דער ערשטער, וואָס האָט געגעבן די צאָל פֿון זעקס מיליאָן קרבנות פֿונעם חורבן. און געטאָן האָט ער עס אין יאַנואַר 1945, בעת אַ ייִוואָ-קאָנפֿערענעץ. איצט, אַ דאַנק דעם באַקאַנטן באָסטאָנער פֿאָרשער דזשאָשואַ רובינשטיין, ווייס איך, אַז ס׳איז ניט ריכטיק.

לאָזט זיך אויס, אַז פֿריִער, דעם 17טן דעצעמבער 1944, האָט איליאַ ערענבורג, דעמאָלט דער פּאָפּולערסטער סאָוועטישער זשורנאַליסט, געשריבן אין זײַן אַרטיקל "געדענקען!", אין דער מאָסקווער צײַטונג "פּראַוודאַ", אַז די דײַטשן האָבן אומגעבראַכט "זעקס מיליאָן אומשולדיקע מענטשן", ווײַל זיי זײַנען געווען ייִדן. אַ סבֿרא, אַז לעשצינסקי האָט ציטירט ערענבורגן. עס בלײַבט, פֿאַרשטייט זיך, ניט געענטפֿערט די פֿראַגע, ווער האָט געגעבן ערענבורגן די דאָזיקע שרעקלעכע סטאַטיסטיק. אַ מאָל וועלן מיר, אפֿשר, זיך דערוויסן אויך וועגן דעם דאָזיקן קוואַל.