טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
קרן צור —
קרן צור —

דאָס יאָר 1961, ערבֿ דעם אײַכמאַן־פּראָצעס. אַנדאַ, אַ לעבן־געבליבענע יונגע פֿרוי פֿון אַן אונגאַרישער אָפּשטאַמונג, אַ קראַנקן־שוועסטער אין אַ שפּיטאָל פֿאַר עלטערע מענטשן, דערלאַנגט אַ ביטע אַרויסצוטרעטן ווי אַן עדות אויפֿן אײַכמאַן־פּראָצעס. זי האָט וואָס צו דערציילן. זי איז איינע פֿון יענע אומגליקלעכע פֿרויען וואָס האָבן איבערגעלעבט די שעדלעכע מעדיצינישע עקספּערימענטן אין אוישוויץ, וווּ זי איז געווען פֿאַרשפּאַרט. דאַכט זיך, אַ גאַנץ נאָרמאַלע בקשה; ווער קאָן בעסער פֿון איר איבערגעבן די ליידן, וואָס זי האָט דורכגעמאַכט, ווען מען האָט אין איר טראַכט אַרײַנגעשפּריצט דעם סם וועלכער האָט זי פֿאַרוואַנדלט אין אַ קריפּל, נישט בכּוח צו ברענגען קינדער אויף דער וועלט?

צו איר גרויסער פֿאַרוווּנדערונג, וואַרפֿט מען אָפּ אַנדאַס בקשה. נאָך אַלץ איבערצײַגט, אַז זי איז דער אידעאַלער באַשולדיקונג־עדות, זוכט זי וועגן אָנצוקומען צו די, וועלכע גרייטן צו די רשימה פֿון די אָנקלאָגער אויפֿן פּראָצעס. און זי דערגרייכט עס. זי קומט אָן אַזש צום הילפֿס־פּראָקוראָר; ער איז גרייט זיך צו פֿאַרנעמען פּערזענלעך מיט אַנדאַס בקשה. אָבער ערשט איצט הייבן זיך אָן די שוועריקייטן.

נוחי כּרמי (פֿריִער געהייסן נחום ווײַנשטאָק), דער יונגער טאַלאַנטירטער אַדוואָקאַט, איז פּונקט ווי אַנדאַ געקומען פֿון "דאָרטן". ער איז אַלט געווען אַכט יאָר, אין קיבוץ האָט ער באַוווּסטזיניק באַשלאָסן צו ווערן אַ סאַברע; ער וויל לאָזן הינטער זיך די גלותדיקע געשטאַלט און זיך האַלטן פֿון דערווײַטנס, אַפֿילו פֿון זײַן פֿאָטער, דעם שנײַדער, דעם נײַעם עולה. איצט אָבער, נאָכן קאָנטאַקט מיט אַנדאַן, ווי אויך צוליב דעם עקשנותדיקן קעגנשטעלן זיך פֿון דעם פּאָליטישן עסטאַבלישמענט אויסצוהערן אַנדאַ ווי אַן עדות, נעמט נוחי אָן אַנדאַס צד און קעמפֿט ענערגיש סײַ מ'זאָל זי אײַנשליסן אין דער רשימה פֿון עדות, און סײַ מ'זאָל נישט פֿאַרוואַנדלען דעם פּראָצעס אין אַ פּאָליטישן ענין. ער איז גרייט אַפֿילו אײַנצושטעלן זײַן קאַריערע און זיך אָפּזאָגן פֿון זײַן אַמט אין פֿאַל אויב מ'וועט אַנדאַן אָפּזאָגן.

ווער זײַנען זיי, די פּאַרשוינען, וועלכע זײַנען פֿאַראינטערעסירט, אַז אַנדאַ זאָל נישט אַרויסטרעטן אויפֿן פּראָצעס? לויט הלל מיטלפּונקטס דראַמע, גיט מען אָנצוהערן, אַז דער באַפֿעל נישט צו באַטייליקן אַנדאַן אינעם מישפּט, איז געקומען פֿון "אויבן", ווײַל וואַרשײַנדלעך, איז זי אַ געוויסע צײַט געווען אַ מיטגליד אין "חירות"; זי האָט זיך אויך באַטייליקט אין אַ פּראָטעסט־מאַניפֿעסטאַציע קעגן דעם ווידערגוטמאַכונג־אָפּמאַך מיט מערבֿ־דײַטשלאַנד.

די היסטאָרישע אַנטוויקלונגען, פֿאַרבונדן מיטן אײַכמאַן־פּראָצעס, מישן זיך צונויף מיט די געשעענישן אין מיטלפּונקטס דראַמע אויף אַזוי ווײַט, אַז ס'קומט אויס שווער אויסצוגעפֿינען, וואָס איז ווירקלעכקייט און וואָס — דעם מחברס אָנשויונגען. דאָס אויסערלעכע אין דער האַנדלונג באַשטייט אין דעם אויסוואַל פֿון די עדות צום פּראָצעס. פֿון דעם לערנען מיר, אַז צוליב דעם דרוק פֿון פּרעמיערס מיניסטעריום, זײַנען די עדות אויסגעוויילט געוואָרן נישט בלויז לויט דער וויכטיקייט פֿון דער אָנקלאַגע, נאָר אויך איבער זייער פּאָליטישער און נאַציאָנאַלער אָנגעהעריקייט. "די סיבה דערפֿון", באַהויפּט דער מחבר, "האָט אַ שײַכות מיטן קאַסטנער־פּראָצעס (פֿאָרגעקומען מיט צען יאָר פֿריִער; אַלע העלדן פֿון דעם פּראָצעס זײַנען געווען פֿון אונגאַרישער אָפּשטאַמונג), וואָס פֿון אַ דעפֿאַמאַציע־אָנקלאַגע האָט זיך עס פֿאַרוואַנדלט אין אַ באַשולדיקונג קעגן דעם ייִשובֿ; דער עיקר, קעגן מפּא"י. די טענה איז געווען, אַז זיי האָבן זיך נישט אָנגעשטרענגט גענוג צו ראַטעווען דאָס מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדנטום פֿון אומברענג.

בײַם סוף פֿון הלל מיטלפּונקטס נײַער פּיעסע "אַנדאַ" הערט מען די טראַנסמיסיע מיט די ערשטע ווערטער פֿון דער היסטאָרישער רעדע פֿון פּראָקוראָר גדעון האַוזנער: "אויף דעם אָרט, וווּ איך שטיי פֿאַר אײַך, ישׂראל־ריכטערס, כּדי צו באַשולדיקן אַדאָלף אײַכמאַנען — שטיי איך נישט אַליין. מיט מיר געפֿינען זיך איצט זעקס מיליאָן באַשולדיקער. אָבער זיי קאָנען זיך נישט שטעלן אויף זייערע פֿיס, אָנווײַזן מיטן פֿינגער אויף דעם גלאָזגעצעלט און אויסשרײַען צו דעם וואָס זיצט דאָרט: ‘איך באַשולדיק'. ווײַל זייער אַש איז צעזייט איבער די בערגלעך פֿון אוישוויץ און די טרעבלינקע־פֿעלדער, פֿאַרפֿלייצט די פּוילישע וועלדער, און זייערע קבֿרים זײַנען צעשפּרייט אין דער לענג און אין דער ברייט פֿון אייראָפּע; זייער בלוט שרײַט, נאָר זייער שטים הערט מען נישט. דעריבער וועל איך זײַן זייער מויל און וועל פֿאָרמולירן, אין זייער נאָמען, די שרעקלעכע אָנקלאַגע".

נאָך דער טראַנסמיסיע פֿון גדעון האַוזנערס ווערטער באַווײַזט זיך דער אויפֿשריפֿט: "110 אָנקלאַגע־עדות זײַנען אויפֿגעטראָטן אין משך פֿון דעם אײַכמאַן־פּראָצעס. אַנדאַ פֿרײַנד איז נישט געווען צווישן זיי".

מיטלפּונקט באַהאַנדלט אין זײַן פּיעסע איינע פֿון די וועזנטלעכסטע פֿראַגעס פֿון אונדזער לעבן דאָ: די צוזאַמענבינדונג צווישן "דאָ" און "דאָרטן"; די מאָראַלישע וואַקלענישן, פֿאַרבונדן מיטן אויפֿקום פֿון דער מדינה, געפֿינען מיר בײַ אַ גרויסן טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג; אויך בײַ די, וועלכע האָבן נישט קיין היסטאָרישע צי משפּחה־אָנגעהעריקייט מיט דער פֿאַרניכטונג פֿון דעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום.

און דאָס איז דער ווייטיקלעכער עיקר פֿון דער פּיעסע, פֿאָרגעשטעלט דורך צוויי הויפּט־פֿיגורן: דער יונגער אַדוואָקאַט, נוחי, און זײַן פֿאָטער. די ראָלעס זײַנען אויפֿגעפֿירט פֿון אַבֿרהם סעלעקטאָר, וואָס אויך אויסער דער בינע זײַנען זיי פֿאָטער און זון.

די הויפּט־פֿיגור, אַנדאַ, די יונגע פֿרוי, וואָס האָט איבערגעלעבט דעם גיהנום אין אוישוויץ און נאַכער אויפֿגעבויט איר לעבן אויף ס'נײַ דאָ, פֿאַרשטייט אָבער, אַז זי פֿאַרמאָגט נישט קיין לאַנד, נישט קיין שפּראַך און אַז "איר האָט נישט דעם מינדסטן אַנונג וואָס דאָס איז קאָנצענטראַציע־לאַגער און ווער זײַנען מיר... איך בין נישט פּאַסיק פֿאַר אײַך..." די אַקטריסע איז קרן (קערען) צור, אַ טאַלאַנטירטע קינסטלערין אויך מיט פֿריִערדיקע גלענצנדיקע אַרבעטן.

די אַנדערע שוישפּילער: יורם חטבֿ, אַלון דר, רפֿי תּבור און אַלע אַנדערע, וואָס האָבן אַ חלק אין צוזאַמענשטעל פֿון דער פֿאָרשטעלונג — אַלע האָבן בײַגעטראָגן צום דערפֿאָלג פֿון ספּעקטאַקל.