סטודענטן אין קאָלומביע-אוניווערסיטעט וואָס לערנען זיך ייִדיש הײַנטיקס יאָר. די לערערין מרים האָפֿמאַן זיצט די צווייטע פֿון רעכטס. |
אַריאלה דויטש
איך האָב ליב ייִדיש, נאָר מײַן ייִדיש איז באַגרענעצט צו די באַגריסונגען וואָס מען נוצט אין שיל און ווען ס'קומט צו הבֿדלה. אוי יאָ. איך קען אויך דאָס וואָרט "לעפֿל" און "גאָפּל," און דאָס איז דערפֿאַר וואָס מײַנע באָבעס און זיידעס רעדן די שפּראַך פֿליסיק. מײַן טאַטנס עלטערן, געבוירן אין אונגאַרן און דער מאַמעס טאַטע שטאַמט פֿון פּוילן און איר מאַמע פֿון ישׂראל. גליקלעכע מענטשן וואָס זיי פֿאַרשטייען די שפּראַך. אָבער דאָס גליק גרייכט נישט צו מיר. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז מיר באַנוצן זיך נישט מיט ייִדיש ווי אַ משפּחה, ווײַל יונגע מענטשן זײַנען נישט אין נאָענטער באַרירונג מיט דער שפּראַך מער. מײַן גאַנצע משפּחה איז דווקא יאָ פֿאַרכאַפּט פֿון דער שפּראַך, און זיי פֿרייען זיך שטאַרק וואָס איך לערן זיך ייִדיש דעם סעמעסטער. מיר האָבן שטאַרק ליב דעם קלאַנג פֿון דער שפּראַך. ס'איז אַזוי אַנדערש פֿון ענגליש. אַ לשון וואָס איז לאַגאָדנע און היימיש. אַ חוץ מײַן משפּחה, קען איך אײַך איבערגעבן ווי אַזוי עס ווערט רעאַגירט דערויף וואָס איך לערן זיך ייִדיש. מ'קען זאָגן פֿון די וואָס האַלטן פֿון דעם און זײַנען מיר אַפֿילו מקנא, ביז יענע וואָס פֿאַרשטייען נישט צו וואָס עס טויג. ייִדיש איז נישט איינע פֿון די פּראַקטישסטע זאַכן אין וואָס צו ווערן אַרײַנגעטאָן הײַנט. אָבער איך מיין, אַז עס צאָלט זיך אויס. אַ גאַנצע וועלט פֿון אונדזער קולטור איז געקניפּט און געבונדן מיט דער שפּראַך, וואָס צו לערנען זי איז צו אַנטפּלעקן אונדזער ירושה און וואָס קען זײַן וויכטיקער ווי צו קענען זיך אַליין.
ביז אַהער שטויסט איר זיך שוין אָן, אַז ס׳רובֿ פֿון די סטודענטן אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט קומען אַרויס פֿון מאָדערנע אָרטאָדאָקסישע היימען. אַ הייפֿל פֿון זיי שטאַמען פֿון וועלטלעכע עלטערן. די צאָל האָט זיך נישט געביטן די לעצטע צען יאָר. נאָך אַ זאַך: פֿון זייערע שריפֿטן זעט מען אויך, אַז די גאַס — און דווקא די ייִדישע גאַס — נעמט נישט אָן זייער אָנשליסן זיך אין די ייִדיש־קורסן ווי אַ פּאָזיטיווע דערשײַנונג. פֿאַרקערט, פֿרײַנד און באַקאַנטע, יונג און עלטער, קענען נישט פֿאַרשטיין צו וואָס עס טויג זיי אַזאַ מין קורס; אַפֿילו אין די פֿרומע קרײַזן. דאָס קומט פֿון דער נעגאַטיווער באַציִונג צו ייִדיש נישט נאָר אין ארץ־ישׂראל, וווּ העברעיִש איז מלך־קיסר, נאָר אויך אין אַמעריקע, וווּ די ראַבײַס, די פֿירנדיקע פֿיגורן אינעם ייִדישן לעבן, זײַנען אויפֿגעכאָוועט געוואָרן צו פֿאַרלייקענען דעם טייל ייִדישע געשיכטע און קולטור, וואָס איז זיי נישט נוגע, און קוקן אַפֿילו אַראָפּ אויף יענע, וואָס קענען ייִדיש לשון — אַ שפּראַך, וואָס האָט גוט געדינט זייערע עלטערן ביז זיי זײַנען אַריבערגעטראָטן די שוועל פֿון דער גאָלדענער מדינה, און דאָ האָט מען זיך באַפֿרײַט נישט נאָר פֿון די קייטן און דעם יאָך פֿון אַ שוידערלעכער וועלט, נאָר מיטן פּראָצעס פֿון פּטור ווערן פֿון די קייטן, האָבן זיי איבערגעריסן זייער אָנגעהעריקייט צו אַ ייִדיש פֿאָלק וואָס האָט געאָטעמט מיט ייִדיש וויסן; אַ שפּראַך, וואָס האָט זיך מקריבֿ געווען פֿאַר זיי און פֿאַר דער מדינה. דעריבער קוק איך אויף די סטודענטן מיט פֿאַרשטענדלעכע אויגן און פֿאַרשטיי, אַז זיי זײַנען אַ פּראָדוקט פֿון דער הײַנטיקער ווירקלעכקייט.
און איצט לאָמיר גיין ווײַטער און באַקענען זיך מיט זיי:
סימה־בתיה ליבערמאַן
דאָס איז מײַן לעצט יאָר אין באַרנאַרד קאַלעדזש. איך ספּעציאַליזיר זיך אין עקאָנאָמיע און מאַטעמאַטיק און כ׳וואָלט געוואָלט אָנהייבן אַרבעטן בײַ פֿינאַנץ נאָך דעם ווי איך גראַדויִר. איך בין אויפֿגעהאָדעוועט געוואָרן אין אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער היים אין טינעק, ניו־דזשוירזי. איך בין די עלטסטע פֿון פֿינף קינדער. מיט צוויי יאָר צוריק האָב איך חתונה געהאַט מיט מײַן קינדהייט יוגנט־חבֿר סרולי (ישׂראל) שוואַרץ. איך האָב זיך געלערנט אין דער יבֿנה־אַקאַדעמיע — די פֿריש־גימנאַזיע — און אַ יאָר צײַט אין מדרשת לינדענבאַום אין ירושלים. און כאָטש איך האָב זיך געלערנט העברעיִש מײַן גאַנץ לעבן, קען איך דאָך אַ פּאָר ווערטער אויף ייִדיש. ביידע מײַנע באָבעס און זיידעס זײַנען הי געבוירן, אָבער מײַנע עלטער־באָבעס און זיידעס זײַנען אַהערגעקומען פֿון פּוילן אין 1910.
איך בין אונטערן אײַנדרוק, אַז מײַן משפּחה רעדט נישט קיין ייִדיש ווי אַ רעזולטאַט פֿון זײַן אין אַמעריקע שוין זייער לאַנג. אַ חוץ דעם האָבן מיר אונדזער היים אין ישׂראל. דאָרט רעדט מען דורכויס העברעיִש ווי אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך. ווען מענטשן הערן, אַז איך לערן זיך ייִדיש, זאָגן זיי מיר, אַז אויב איך וויל זיך לערנען עפּעס וועגן דער ייִדישער קולטור און אַ ייִדישע שפּראַך, דאַרף איך לערנען העברעיִש. זאָג איך זיי, אַז איך קען שוין העברעיִש. איך וויל זיך לערנען עפּעס נײַס. איך מיין, אַז ייִדיש קען מיך אויך לערנען עפּעס וועגן דער ייִדישער קולטור. נאָך אַלעמען, האָבן דאָך ייִדן גערעדט ייִדיש איבער גאַנץ אייראָפּע אין די פֿאַרגאַנגענע יאָרהונדערטער און צו איגנאָרירן די שפּראַך איז אַזוי גוט ווי אויסצומעקן אַ סך פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין אייראָפּע; אַ געשיכטע, וואָס גרייכט טיף. אין אַ געוויסן זינען האָט ייִדיש געהאָלפֿן צו אינסולירן די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון אַנדערע פֿעלקער. הײַנט, מיין איך, טוען דאָס זעלבע די אָרטאָדאָקסישע קהילות, וואָס האָבן אַ קנאַפּן קאָנטאַקט מיט דער דרויסנדיקער וועלט. און כאָטש איך טראַכט ווי גוט עס איז, אַז ייִדן באַנוצן זיך ביזן הײַנטיקן טאָג מיט ייִדיש ווי זייער טעגלעכע שפּראַך, באַדויער איך, וואָס זיי דאַרפֿן דאָס טאָן באַזונדער און אָפּגעשיידט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין אַמעריקע.
צו זײַן אַ ייִד איז פֿאַר מיר אַ גרויסער שטאָלץ. און ווי ייִדן, דאַרפֿן מיר זײַן דאָס ליכט פֿאַר די פֿעלקער. און אויב מיר זונדערן זיך אָפּ, פֿאַרלירן מיר אונדזער ציל.
איך וואָלט געוואָלט, אַז ייִדיש זאָל ווערן געלערנט, אויב נישט אַרויפֿצוווּנגען, איז כאָטש אין יעדער ייִדישער גימנאַזיע. אויב מיר ווילן פֿאַרשטיין אונדזער געשיכטע, איז נישטאָ קיין בעסערער אופֿן ווי אָנהייבן דאָס מיט דער שפּראַך, וואָס ייִדן האָבן זיך מיט איר באַנוצט. דאָס רעדן העברעיִש איז אַ גוטער אָנהייב. אָבער עס קען נישט פֿאַרנעמען דאָס אָרט פֿון דעם, וואָס מיר האָבן אָנגעוווירן אין אייראָפּע. און כאָטש עס קען אויסקומען שווער צו לערנען צוויי ייִדישע שפּראַכן מיט אַמאָל, דאַרפֿן מיר כאָטש פּרובירן.
ראַשקע־איטע סעלצער
ווי אַ טראַדיציאָנעלע, פֿרומע ייִדישע פֿרוי פֿון אַשכּנזישן אָפּשטאַם (פּוילן, עסטרײַך־אונגאַרישע אימפּעריע), פֿיל איך אַ טראַדיציאָנעלע משפּחהדיקייט צו דער ייִדישער שפּראַך; דער אינטימער אויסדרוק פֿון אונדזער פֿאָלק. דאָס לערנען זיך ייִדיש איז מײַן אופֿן פֿון אָנקניפּן אָנגעהעריקייט צו מײַן אינערלעכן זיך, וואָס יאָרן לאַנג האָט עס מיך אויסגעמיטן. די קענטשאַפט פון אַנדערע שפּראַכן ווי ענגליש, פֿראַנצייזיש און שפּאַניש און אַביסל העברעיִש, זײַנען נישט גענוג מיך צו באַפֿרידיקן. איך גיב צו, אַז ענגליש איז מײַן ערשטע לאַנד־שפּראַך, נאָר איך וווּנדער זיך צי דאָס איז טאַקע אַזוי. מײַן מאַמעס ערשטע שפּראַך איז געווען ייִדיש, מיט וועלכער זי האָט זיך באַנוצט ביז זי איז אַרײַן אין קינדער־גאָרטן. אין דער צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען מײַן טאַטע איז געוואָרן אַ זעלנער אין דעם אַמעריקאַנער פֿלאָט, האָט זיך מײַן מאַמע אומגעקערט מיט מיר פֿון פּיטסבורג קיין ברוקלין. איך בין דעמאָלט געווען דרײַ און אַ האַלב יאָר. דאָרט האָבן מיר געוווינט מיט די באָבע־זיידע, וווּ ייִדיש האָט געוועלטיקט. דאָס לערנען ייִדיש הײַנט דערגאַנצט מײַן פּערזענלעכע דערציִונג.
אריה מערקין
איך בין דער פֿערטער דור אַמעריקאַנער פֿון דער מאַמעס צד. מײַן טאַטנס באָבע־זיידע האָבן אימיגרירט קיין אַמעריקע פֿון דײַטשלאַנד. מײַן זיידע פֿון בערלין און די באָבע פֿון פֿראַנקפֿורט. זיי האָבן זיך באַקענט אין ניו־יאָרק אין די פֿערציקער יאָרן. אַ מזל וואָס ביידע האָבן פֿאַרלאָזט אייראָפּע אין 1940 — מײַן באָבע איז אַוועק קיין פּאַלעסטינע, געוואָרן אַ לערערין און אין 1947 האָט זי זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק; אַ פּאָר חדשים איידער דער עטאַבלירונג פֿון מדינת־ישׂראל. דער זיידע ווידער האָט זיך אָנגעשלאָסן אין זײַן טאַטנס פֿוטער־געשעפֿט. איך געדענק נישט, אַז מײַנע באָבע־זיידעס זאָלן האָבן אַמאָל גערעדט ייִדיש צו מיר. כאָטש איך בין זיכער, אַז בײַ זיי אין דער היים האָט מען אַמאָל יאָ גערעדט די שפּראַך. מײַן טאַטע זאָגט מיר, אַז בעת זײַן קינדהייט האָט ער יאָ געהערט רעדן ייִדיש אין דער היים. ווי אַ מאָדערנער אָרטאָדאָקסישער ייִד האָב איך אַ שטיקעלע אַנונג פֿון ייִדיש און איר קולטור, און איך בין שטאַרק איבערגענומען דערמיט וואָס איך לערן זיך דאָס לשון. ווען איך דערצייל וועגן דעם מײַנע ייִדישע חבֿרים, איז זייער אָפּרוף, אַז זיי זײַנען מיך מקנא און אַז זיי האָבן אַלעמאָל געוואָלט קענען ייִדיש. איך בין ממש איבערראַשט וואָס דאָ אין ניו־יאָרק גופֿא זײַנען פֿאַראַן ייִדן, וואָס באַנוצן ייִדיש ווי זייער ערשטע שפּראַך.
שולמית טאַראַס
לויט מײַנע עלטערן קומט אויס, אַז איך בין אַ געמיש צווישן אַ ליטוואַק און אַ גאַליציאַנער. באָבע־זיידע פֿון טאַטנס צד האָבן אָפּגעשטאַמט פֿון לאַטוויע און אוקראַיִנע און דער מאַמעס עלטער־באָבעס און זיידעס — פֿון עסטרײַך און פּוילן. איידער איך בין אָנגעקומען אין קאַלעדזש האָב איך זיך זייער ווייניק אָנגעשטויסן אין דער שפּראַך. אַמאָל, ווען איך האָב זיך אויסגעפּוצט צו גיין אין שיל האָט מיך דער טאַטע באַזונגען: "וואָס פֿאַראַ שמאַטע טראָגסטו?", און איך האָב געמוזט גלײַך בײַטן מײַן קליידונג. אין דער אמתן האָב איך נישט געהערט דעם אויסדרוק "ליטוואַק־גאַליציאַנער" ביז דעם ערשטן טאָג פֿון די לעקציעס. מײַן הויפּט באַקאַנטשאַפֿט מיט ייִדיש איז געקומען דורך קלעזמער־מוזיק. מײַן עלטער־זיידע איז געווען דייוו טאַראַס, אַ באַרימטער קלעזמער קלאַרנעטיסט, און איך שפּיל איצט טאַקע קלאַרינעט אין קאָלומביעס קלעזמער־קאַפּעליע. די טיטלען פֿון אַלע אונדזערע לידער זײַנען אויף ייִדיש, און די ווערטער צו "רומעניע־רומעניע" און "אַלע ברידער", זײַנען אַלע אויף ייִדיש. איך האָף מיט דער צײַט צו קענען לייענען און פֿאַרשטיין די ווערטער פֿון די לידער וואָס איך שפּיל.
שׂרה סטראַוס
מײַן אָריגינעלער נאָמען איז געווען סטרוזשנוי. דער נאָמען איז געביטן געוואָרן אין "עליס־אײַלענד", ווען מײַן זיידע איז געקומען פֿון רוסלאַנד קיין אַמעריקע אין 1915. איך וווין אין ענגלוווּד, ניו־דזשוירזי, מיט מײַנע עלטערן און שוועסטער. די עלטערע שוועסטער איז דרײַ־און־צוואָנציק און די ייִנגערע איז זעכצן יאָר אַלט. ביידע באָבעס און זיידעס האָבן גערעדט ייִדיש אָבער די עלטערן — שוין נישט. מײַנע עלטערן האָבן אײַנגעשטעלט זייער לעבן לויט דעם, וואָס זיי האָבן געזען בײַ זיך אין דער היים. זיי זײַנען אויפֿגעוואָקסן אין היימען וווּ מען האָט געשאַצט ייִדישע דערציִונג. פֿון מײַן טאַטנס צד האָבן זײַנע עלטערן עטאַבלירט די ישיבֿה תּורה ודעת — די ערשטע גאַליציאַנער ישיבֿה פאַר ייִנגלך, וווּ מען האָט געלערנט סײַ וועלטלעכע און סײַ העברעיִשע קורסן. פֿון דער מאַמעס צד, איז איר באָבע געווען די הויפּט פֿאַראַנטוואָרטלעכע פֿאַר דער פּראָגראַם פֿון צושטעלן דאָס עסנוואַרג אין דער ישיבֿה חיים בערלין. און צוליב זיי טאַקע זײַנען מײַנע עלטערן אַרײַנגעטאָן אין ייִדישער דערציִונג. די סיבה פֿאַר וואָס אַ טייל אָרטאָדאָקסישע ייִדן רעדן ייִדיש און אַ טייל נישט, האָט צו טאָן מיט פֿאַרשיידענע פֿאַקטאָרן; צווישן זיי, ווענדט זיך פֿון וואַנען זייערע משפּחות שטאַמען און ווי שטאַרק זיי האָבן זיך אַסימילירט אין דער עפֿנטלעכער געזעלשאַפֿט.
לאה חדש
איך קום פֿון דער "אַפּער וועסט־סײַד" אין מאַנהעטן. איך לערן זיך דאָס ערשטע יאָר אין באַרנאַרד־קאַלעדזש נאָכן פֿאַרענדיקן די "רמז־גימנאַזיע". אונדזער משפּחה איז געקניפּט און געבונדן. מײַן מאַמע פֿאַרנעמט זיך מיט אַ משפּחה־געשעפֿט וווּ מיר אימפּאָרטירן געווירצן פֿון דער גאַנצער וועלט. דאָס הויז בײַ אונדז שמעקט אַלעמאָל מיט ריחות פֿון די געווירצן. מײַן טאַטע איז אַן אַדוואָקאַט און האָט ליב צו דערציילן וויצן. מײַנע באָבע־זיידעס זײַנען אַלע געראַטעוועטע פֿונעם חורבן. יעדערער פֿון זיי האָט אַ וועלט פֿון איבערלעבונגען. זיי זײַנען פֿאַר מיר אַ מאָדעל פֿון כּוח, העלדישקייט און רעטונג. זיי האָבן אין מיר אײַנגעוואָרצלט דרך־ארץ פֿאַר דער פֿאַרגאַנגענהייט און בטחון אין דער צוקונפֿט. דער טאַטע רעדט נאָך ביזן הײַנטיקן טאָג צו זײַנע עלטערן אויף ייִדיש, אַזוי אַז דער ייִדיש־קלאַס האָט אויפֿגעהיייטערט מײַן גאַנצע משפּחה. ווען איך דערצייל מענטשן, אַז איך נעם ייִדיש אין קאָלומביע, קריג איך בליקן פֿון שאָק. אָבער ס׳רובֿ פֿון זיי זאָגן מיר ווי וויכטיק עס איז צו האָבן אַ שפּראַך ווי ייִדיש וואָס זאָל ממשיך זײַן און בליִען.
אסתּר אילת מערקין
דער באַשטאַנד וואָס עס גייט אַרײַן אין איינעמס אידענטיטעט קאָן גאַנץ שנעל פֿאַרנעפּלט ווערן ווען דו שטעלסט זיך פֿאָר וואָס עס גייט אַרײַן אין איינעמס דערקענטעניש. איך בין אַן אַמעריקאַנערין מיט ברונעטע האָר און ברוינע אויגן. איך האַלט, אַז איך האָב אַ חוש פֿאַר הומאָר. איך האַלט, אַז איך בין אַ מענטש. איך האַלט, אַז איך בין קלוג. איך האַלט, אַז ס׳איז אַ פֿאַרגעניגן צו זײַן מיט מיר. אָבער ווען איך זעץ זיך אַוועק און טראַכט זיך אַרײַן וועגן מײַן אידענטיטעט, קומען צו אַ סך אַנדערע עלעמענטן. איך בין אַ שוועסטער, אַ פֿרײַנדינע, אַ טאָכטער און אַן אייניקל, און אויך אַ סטודענטקע. איך האָב ליב אַרומצופֿאָרן. איך האָב ליב צו שרײַבן. איך האָב ליב אַרומשפּאַצירן, שווימען, לייענען און גיין אין מוזייען. איך האָב נישט ליב צו פֿאַרברענגען צווישן אַ סך מענטשן, און אפֿשר שטעלן טאַקע די אַלע אַטריבוטן צוזאַמען צונויף אַן אסתּר מערקין.
ביז אַהער האָט איר אַ שטיקעלע באַגריף וועגן דעם צונויפֿשטעל פֿון די סטודענטן. אַלע קומען פֿון אייגענעם ווילן נישט געקוקט, וואָס אַ טייל פֿון זייערע משפּחות, פֿרײַנד און באַקאַנטע פֿאַרשטייען נישט די חכמה אין דעם — אייניקע לאַכן עס אויס, אַנדערע וואַרפֿן שטיינער אין וועג. אָבער, נישט געקוקט אויף דעם אַלעמען, קומען זיי. זיי זוכן די פּראַקטישקייט דערין. זיי זוכן דאָס רוחניות דערין. זיי זוכן די גײַסטיקע נאַרהאַפֿטיקייט וואָס וועט מיט זיי בלײַבן אויף זייער גאַנץ לעבן. ווי עס זאָל נישט זײַן, ייִדיש אין קאָלומביע עקזיסטירט שוין איבער אַ האַלבן יאָרהונדערט אַ דאַנק אוריאל ווײַנרײַכן ז״ל. אַ סימן האָט איר, אַז ייִדיש לעבט ביזן הײַנטיקן טאָג.