ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(אָנהייב אין פֿאָריקן נומער)

יעדעס יאָר, יעדן נײַעם סעמעסטער, ווען איך גרייט זיך אַרײַנצוגיין אין אָנהייבער־ייִדיש־קלאַס, קלאַפּט בײַ מיר דאָס האַרץ. וואָס איז די מעשׂה? אָפּגעלערנט אַזוי פֿיל יאָר און שרעק זיך נאָך אַלץ אַז איך וועל עפֿענען די טיר און דער קלאַס וועט זײַן ליידיק. און יעדעס מאָל, ווען איך עפֿן די טיר דעם ערשטן טאָג פֿון לערנען מיט אָנהייבער, און דערזע אַ פֿולן קלאַס, וואַקסט אין מיר דאָס האַרץ. ווי האָב איך זיך געקענט אַזוי טועה זײַן? עס קומט מיר אויפֿן געדאַנק חיים גראַדעס אַ זאָג אין זײַן "וויכּוח:"

"וואָס מיינסטו חיים, אַז גאָט איז געבליבן אַ יתום?"

און דער געדאַנק שנײַדט זיך בײַ מיר אַלע מאָל אַדורך דורכן מוח ווען איך דערזע אַ פֿולן קלאַס נײַע סטודענטן. געלויבט צו גאָט, מיר זײַנען נישט געבליבן פֿאַריתומט, איז לייענט ווײַטער.

יהודית (דזשעקי) פּאַראַסקאַנדאָלאַ

איך הייס דזשעקי פּאַראַסקאַנדאָלאַ און איך בין אַ קאַטאַלאָגירערין אין די ביבליאָטעקן פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט. מײַן פּאָסטן ווי אַ קאַטאַלאָגירערין פֿאָדערט אַ מאָל פֿון מיר איך זאָל זיך אָפּגעבן מיט פֿרעמדע שפּראַך־מאַטעריאַלן. אַ נאָענטער פּראָיעקט וואָס איך האָב געדאַרפֿט קאַטאַלאָגירן לעצטנס, איז געווען דער נײַער טעסטאַמענט געשריבן אין פֿאַרשיידענע שפּראַכן. יעדער איינער פֿון זיי איז געדרוקט געוואָרן פֿון דער אַמעריקאַנער ביבל־געזעלשאַפֿט אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, און זײַנען געשריבן געוואָרן אין פֿראַנצויזיש, איטאַליעניש, שפּאַניש אאַז"וו, וואָס ס'האָט מיך אַראָפּגעפֿירט פֿון גלײַכן וועג איז געווען דער נײַער טעסטאַמענט געשריבן אויף ייִדיש.

אין אָנהייב האָב איך געטראַכט, אַז עס דאַרף נישט זײַן קיין פּראָבלעם, ווײַל אַרײַנגערעכנט די אַלע פֿריִער דערמאָנטע שפּראַכן, קען איך אויך העברעיִש און דײַטש. ווי נאָר איך האָב אָנגעהויבן צו אַרבעטן אויף דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון נײַעם טעסטאַמענט, אַזוי האָב איך גלײַך אײַנגעזען אַז עס וועט זײַן שווערער ווי עס האָט זיך מיר געדאַכט. רעדנדיק אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע ביבליעס האָט עס מיר גענומען אַ סך לענגער ווי די העברעיִשע ווערסיע און די דײַטשע. האָב איך דאָך נישט געקענט קיין וואָרט ייִדיש? ווי אַ רעזולטאַט דערפֿון, האָט עס מיך גענומען פֿאַראינטריגירן. עס איז מיר נישט געווען פֿרעמד די עקזיסטענץ פֿון ייִדיש, ווײַל איך בין אויסגעוואַקסן אין דער וויליאַמסבורגער געגנט פֿון ברוקלין. מײַן נײַגעריקייט האָט מיר גענומען דאָקוטשען. האָב איך זיך אײַנגעקויפֿט "דהע קאָמפּליט אידיעטס גײַד טו ייִדיש," וואָס געשריבן האָט עס ראַבײַ בענדזשאַמין בלעך. איך האָב געקויפֿט דאָס ביכל, נישט ווײַל איך האָב געמיינט אַז איך בין אַן אידיאָט, נאָר ווײַל איך בין אַ נײַגעריקער אידיאָט. ווי איך האָב אַדורכגעבלעטערט דעם וואָקאַבולאַר, האָב איך אָנגעהויבן צו האָבן הנאה פֿון די מעשׂהלעך און די חכמהלעך. דאָ האָט זיך גערעדט וועגן אַזעלכע טעמעס, ווי: "וויפֿל מאָלצײַטן אַ טאָג זײַנען פֿאַראַן?" (ז' 106) און "נו, וואָס איז די הײַנטיקע וועטשערע?" (ז' 109), און דאָס איז אַ חוץ אַ רשימה פֿון שפּריכווערטער וועגן ייִדישע מאַמעס אויף זײַטל 78.

פֿאַרשטענדלעך, ווען עמעצער גאַרטלט זיך אונטער צו לערנען זיך אַ נײַע שפּראַך, איז עס נישט נאָר דער אַלף־בית און וואָקאַבולאַר, וואָס מען לערנט. אַנשטאָט דעם באַקענט מען זיך מיט דער קולטור און לעבנס־שטייגער, און דעם יחידישן ייִדישן וועלטבאַנעם. ווי איך בלעטער די בלעטלעך פֿון טעקסטבוך, ברענגט עס מיך צוריק צו יענע טעג אין וויליאַמסבורג. איידער עס איז געוואָרן אין דער מאָדע דאָרט צו וווינען, און ווי איך פֿלעג אויף אַן אָרט וואָס האָט זיך גערופֿן "רעפּאַבליק־בייגל," שטיין אין ריי, וואָס האָט זיך געצויגן אַ גאַס־לאַנג. דאָס פֿלעג איך טאָן מיט מײַן מאַמען, צו קויפֿן פֿרישע בייגל. דער אַראָמאַט פֿון די בייגל פֿלעגט מיר נאָכשפּירן אַ לאַנגע שטרעקע, בעת איך און מײַן מאַמע פֿלעגן זיך אומקערן אויף גרענד־סטריט, וווּ מיר האָבן געוווינט. אויפֿן וועג האָבן מיר געמוזט זיך באַנוגענען מיט איין בייגל, אַ מאָנבייגל.

ווען איך האָב דערציילט מײַנע ביבליאָטעק־פֿרײַנד אַז איך גיי זיך לערנען ייִדיש, האָט יעדער איינער פֿון זיי פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס איך טו עס. זיי האָבן מיך באַוווּנדערט, צוגעגעבן מוט, און נישט געקענט פֿאַרשטיין ווי אַזוי איך האָב זיך אונטערגענומען צו לערנען זיך ייִדיש ווען איך האָב אַזוי פֿיל אַנדערע קורסן. מײַנע פֿרײַנד, נישט פֿון דער ביבליאָטעק, זײַנען געווען פֿאַרחידושט פֿאַר וואָס איך טו עס. זיי האָבן מיך געפֿרעגט צי איך גיי זיך מגייר זײַן, און וואָס ס'האָט מיך בכלל שאָקירט, איז געווען דער זאָג: "איז ייִדיש נישט קיין טויטע שפּראַך?" "אַ טויטע שפּראַך?", האָב איך זיך אָפּגערופֿן, "איך וואָלט געזאָגט אַז ניין!" ווי אַ סימן אַז ייִדיש איז נישט טויט, איז מיר קלאָר געוואָרן בײַ דער צווייטער לעקציע, ווען פּראָפֿעסאָר האָפֿמאַן האָט אונדז געלערנט: "אַ דיסק איז אַ קאָמפּיוטער־דאָקטער." דער זאַץ האָט געזאָגט עדות אַז ייִדיש לעבט און קען זיך אַדאַפּטירן צו די נײַע טעכנאָלאָגיעס פֿון אונדזער נײַעם יאָרהונדערט.

מ'קען אָבער נישט אָפּלייקענען אַז ס'רובֿ נישט־ייִדן זײַנען אונטערן אײַנדרוק אַז ייִדיש איז פֿאַרבונדן מיטן 19טן יאָרהונדערט און אָנהייב צוואַנציקסטן. אַז מ'דערמאָנט ייִדיש אין דער אָנוועזנקייט פֿון נישט־באַוווּסטזיניקע, שווימט אויף בײַ זיי די ערשטע אימיגראַציע, העסטער־סטריט, "טענעמענטס" און דאָס גלײַכן. אין אַ געוויסן זינען איז עס אמת, אָבער דאָס איז נישט די גאַנצע געשיכטע. ייִדיש און ייִדישע קולטור האָט זיך צעבליט נאָך איידער עמעצער האָט אַריבערגעשפּאַנט די ברעגעס פֿון אַמעריקע, און געבליבן לעבן קעגן אַלע נסיונות און פּורעניותן, וואָס דאָס שילדערט וועגן דעם פֿאָלק און זײַן קולטור — קען נישט אַוועקגעמאַכט ווערן מיט דער האַנט. קודם, האָב איך געוואָלט זיך לערנען ייִדיש עס זאָל מיר זײַן באַהילפֿיק אין דער אַרבעט פֿון קאַטאַלאָגירן, ווען ס'וועלן אונטערקומען ייִדישע ביכער. אָבער איצט, אַרײַנקוקנדיק אין ראַבײַ בלעכס בוך און זײַענדיק אין קלאַס, קען איך זיך נישט דערוואַרטן צו לערנען זיך מער וועגן דער לעבעדיקער קולטור, וואָס האָט אַזוי פֿיל צו געבן אַלעמען.

רבֿקה ראַפּאָפּאָרט

איך האַלט שוין בײַם לעצטן יאָר פֿון מײַנע שטודיעס אין באַרנאַרד־קאַלעדזש. מײַן ספּעציאַליטעט איז פּסיכאָלאָגיע און רעליגיע. איך פּלאַניר מײַן קאַריערע אַרום געזעלשאַפֿטלעכן געזונט־צושטאַנד. וווינען, וווין איך אין טינעק, ניו־דזשוירזי. געענדיקט "מוריה"־ און "רמז"־גימנאַזיע און איידער וואָס־ווען, האָב איך פֿאַרבראַכט אַ יאָר אין מדרשת־לינדענבאַום אין ישׂראל. מײַן באָבע האָט מיך צוגערעדט יאָרן־לאַנג איך זאָל זיך לערנען ייִדיש. איך בין אָבער נישט געווען וויליק, צוליב די מענטשן אַרום מיר, וואָס האָבן נעגאַטיווע רעאַקציעס צו דער שפּראַך. בין איך אָבער גליקלעך וואָס מײַן צײַט איז געקומען צו לערנען זיך די שפּראַך. לעצטנס, ווען איך האָב געזאָגט מײַן זיידן, אַז איך לערן זיך ייִדיש אין קאַלעדזש, האָט ער זיך אָפּגערופֿן אַז ס'איז אַ שפּראַך וואָס שטאַרבט, און לויט אים קומט אויס אַז איך פֿאַרטאַכלעווע מײַן צײַט אומזיסט ווײַל עס וועט זײַן פֿאַר מיר אוממעגלעך צו ווערן פֿליסיק אין אַ שפּראַך וואָס איך וועל קיין מאָל מיט איר זיך נישט באַנוצן.

מלכּה ליבערמאַן

איך קום פֿון טינעק, ניו־דזשוירזי, און איך בין נײַנצן יאָר אַלט. איך האָב זיך געלערנט אין יבֿנה־עלעמענטאַר־אַקאַדעמיע, און גראַדויִרט פֿון דער פֿריש־שולע אין פּאַראַמוס, ניו־דזשוירזי. איך האָב זיך דאָס לעצטע יאָר געלערנט אין אַ סעמינאַר שעלבֿים אין ירושלים, און ערשט אָנגעהויבן זיך לערנען אין באַרנאַרד־קאַלעדזש פֿון קאָלומביע. איך האָב כמעט ס'גאַנצע לעבן געלערנט זיך העברעיִש און לעצטנס האָט זיך מיר פֿאַרגלוסט צו לערנען זיך ייִדיש, די שפּראַך פֿון מײַנע באָבע־זיידן. מײַן שוועסטער סימי און איך האָבן ביידע באַשלאָסן, אַז עס איז געקומען די העכסטע צײַט אויסצופֿאָרשן אונדזער ירושה. מײַנע באָבע־זיידע זײַנען ביידע אַמעריקאַנער געבוירענע, אָבער די עלטער־באָבעס און זיידעס האָבן אָפּגעשטאַמט פֿון פּוילן. אַלע מײַנע באָבעס און זיידעס רעדן ענגליש און אויך אַ פֿליסיקן ייִדיש. ווען איך דערצייל מײַנע פֿרײַנד, אַז דעם סעמעסטער לערן איך זיך ייִדיש, קריג איך פֿאַרשיידענערליי אָפּרופֿן. מײַנע פֿרײַנד פֿאַרשטייען בכלל נישט פֿאַרוואָס איך לערן זיך די שפּראַך אַנשטאָט עפּעס מער פּראַקטיש. מײַן משפּחה איז ווידער גליקלעך. מײַנע באָבעס און זיידעס זײַנען אין זיבעטן הימל פֿאַר פֿרייד. מיר וועלן זיך קענען אַדורכשמועסן אויף מאַמע־לשון. כאָטש אַ סך ייִדן באַנוצן זיך נישט מער מיט דער שפּראַך, איז עס אָבער שטאַרק פּאָפּולער צווישן די חסידים וועלכע ווילן זיך נישט אַסימילירן. די שפּראַך האָט געליטן אַ גרויסן דורכפֿאַל צוליב די זעקס מיליאָן ייִדן וואָס זײַנען אומגעקומען אינעם חורבן, און די רעשט פֿון די ייִדן זײַנען צעשפּרייט איבער דער וועלט, און די ייִדן האָבן זיך גענומען אַסימילירן.

צבֿיה רײַניש

איך בין געווען פֿון די גליקלעכסטע צו קענען מײַן עלטער־זיידן און באָבען, ראָוז און נתן מעסטעל. די עלטער־באָבע איז געקומען אַהער פֿון אונגאַרן אין עלטער פֿון נײַן, מיט איר צווילינג־שוועסטער חנה, איר עלטערע שוועסטער סיידי און ברודער מאָריס. אַלע האָבן גערעדט ייִדיש. מיט דער צײַט האָט די עלטער־באָבע געבוירן מײַן באָבען גלאָריאַ פֿרײַס, וועמען איך האָב גערופֿן "מאַ." ייִדיש האָט זיך מיט דער צײַט פֿאַרוואַנדלט אין אַ גרענעץ צווישן צוויי דורות. די מעסטעלס האָבן אָפּגעהיט די ייִדישע קולטור. מיר זײַנען געווען אַ פֿאַרצווײַגטע משפּחה וואָס איז באַשטאַנען פֿון ביידע צדדים באָבעס און זיידעס, קינדער, אייניקלעך און אור־אייניקלעך. מיט יעדן איינעמס טויט, איז דער טרויער געוואַקסן, און די משפּחה איז צעשיידט געוואָרן. מיט לערנען זיך ייִדיש וועל איך נעענטער צוקומען צו מײַנע נאָענטע וואָס זײַנען אַוועק און צו די זכרונות פֿון יענער צײַט ווען זיי האָבן אַלע געלעבט.

(המשך אין קומענדיקן נומער)