‫פֿון רעדאַקציע

ווער פֿון אונדזערע לייענער גלייבט נישט אין דער איצטיקער רוסישער דעמאָקראַטיע און וואָרט־פֿרײַהייט, האָט געדאַרפֿט אַרײַנקוקן אין דעם פּרעסטיזשפֿולן "צענטראַלן שרײַבער־הויז", וואָס געפֿינט זיך אין צענטער פֿון מאָסקווע, דעם פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק. דאָרט איז פֿאָרגעשטעלט געוואָרן דאָס נײַע בוך פֿונעם רוסישן שרײַבער אַלעקסאַנדער פּראָכאַנאָוו, וואָס הייסט "׳כאַמאַס׳ — אַ לויב די העלדן". שוין פֿונעם שרײַענדיקן נאָמען אַליין איז קלאָר, וואָס ס׳קאָן לויבן און שטיצן דער מחבר.

געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּרעמיער אהוד אָלמערט באַזוכט אַ פֿאָטאָגראַפֿישע אויסשטעלונג פֿון די שילן, וואָס די נאַציס האָבן חרובֿ געמאַכט מיט 70 יאָר צוריק, דעם 9טן נאָוועמבער, אין "יד־ושם"

די דאַטע פֿון דעם 9טן נאָוועמבער 1938 איז טיף אײַנגעקריצט אין דעם זכּרון פֿון ייִדישן פֿאָלק. דער אויסבראָך פֿון די בלוטיקע פּאָגראָמען אויף די ייִדן אין דײַטשלאַנד איז באַקאַנט ווי די "קרישטאָלנאַכט", צוליב די מאַסן שפּליטערס פֿון צעבראָכענע וויטרינעס פֿון די פֿענצטער פֿון די געשעפֿטן, און פֿון די זשיראַנדאָלן און קאַנדעלאַבערס פֿון בתּי־כּנסת, וואָס האָבן באַדעקט אין יענער נאַכט די גאַסן און געסלעך פֿון די ייִדישע קהילות אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך,

ייִדיש־וועלט
שרון בר־כּוכבֿה

פֿון פּאַריז איז געקומען צו גאַסט קיין ניו־יאָרק די יונגע לערערין און פֿאָרשערין, שרון בר־כּוכבֿא. אַ דאַנק אירע טאַטע־מאַמע, וועלכע האָבן גענומען פֿרײַ עטלעכע יאָר פֿון זייער אַרבעט אין ישׂראל צו קענען וווינען אין ניו־יאָרק, האָט זי אויך געהאַט אַ גוטן תּירוץ צו קומען קיין ניו־יאָרק צום ערשטן מאָל. בר־כּוכבֿא האָט אונדז געבראַכט אַ גרוס פֿונעם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָטעק", וווּ זי איז אַקטיוו ווי אַ ביבליאָטעקערין, אַ לערערין און סטודענקטע שוין עטלעכע יאָר.

ליטעראַטור

עלי שעכטמאַן (1908—1996)

עלי שעכטמאַן איז איינער פֿון די גרעסטע שרײַבער אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. ער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1908 אין פּאָלעסיער שטעטל וואָסקאָוויטשי, זשיטאָמירער געגנט. געווען איז ער דאָס אַכטע קינד אין אַ גרויסער משפּחה און פֿון קינדווײַז אָן געלעבט אין נויט. באַקומען אַ טראַדיציאָנעלע ייִדישע דערציִונג, האָט עלי אָנגעהויבן שרײַבן לידער, ווען ער איז נאָך קיין צוועלף יאָר ניט אַלט געווען. אין 1929—1933 איז ער געווען אַ סטודענט אויפֿן ייִדישן ליטעראַרישן פֿאַקולטעט פֿונעם אָדעסער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אויב — און ווען — אַריאל שרון וועט זיך אויפֿכאַפּן פֿון זײַן קרובֿ 3־יאָריקן לעטאַרגישן שלאָף, וועט דאָס זײַן שוין דאָס צווייטע מאָל, ווי ער האָט עס געטאָן: דאָס ערשטע מאָל איז עס געווען מיט אַ פֿינף יאָר צוריק, ווען דער דאָזיקער נישט דיסציפּלינירטער אַרמיי־קאָמאַנדיר אין די מלחמות און שטראָף־אָפּעראַציעס קעגן די אַראַבער, דער גרינדער פֿון דער “קאָמאַנדאָ־איינהייט 101" און מיטאָלאָגישער “בולדאָזער פֿון דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע" אויף די אָקופּירטע פּאַלעסטינער שטחים, האָט געמאַכט זײַן דראַמאַטישן איבערקער, האָט צעבראָכן דעם “נאַציאָנאַלן קאָנצענזוס" און געוואָרן אַן אָנהענגער פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה בײַ דער זײַט פֿון מדינת־ישׂראל.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"און שׂרה האָט געלעבט הונדערט יאָר, און צוואָנציק יאָר, און זיבן יאָר". די חז״ל זאָגן, אַז שׂרה איז ניפֿטר געוואָרן, ווען זי איז געווויר געוואָרן וועגן דער עקידה, אַז איר זון, יצחק, איז שיִער נישט געשאָכטן געוואָרן ווי אַ קרבן דורך זײַן אייגענעם טאַטן.

לויטן פּשוטן פּשט, האָט די בשׂורה זי שאָקירט, און געבראַכט צום טויט. די חסידישע מפֿרשים דערקלערן אָבער, אַז ווען שׂרה האָט דערהערט וועגן דער עקידה,

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די רוסישע סאָציאָלאָגן האָבן מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק געשטעלט אַזאַ פֿראַגע: אונטער וועמעס ממשלה איז רוסלאַנד אין די לעצטע הונדערט יאָר געגאַנגען לויט דעם סאַמע ריכטיקן וועג? 80 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע רוסישע תּושבֿים האָבן אָנגערופֿן וולאַדימיר פּוטינס נאָמען. אויפֿן צווייטן אָרט האָט מען אַוועקגעשטעלט לעאָניד ברעזשניעוון, אויפֿן דריטן — וולאַדימיר לענינען. אַ ביסל ווייניקער פֿון לענינען האָבן אָנגעקליבן שטימען יאָסיף סטאַלין און ניקאָלײַ דער צווייטער. באָריס יעלצין און מיכאַיִל גאָרבאַטשאָוו האָבן פֿאַרנומען די צוויי העכסטע פּאָזיציעס צווישן די סאַמע ניט פּאָפּולערע פֿירער פֿונעם לאַנד.

מוזיק
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די באַטייליקטע אין דער קאָנפֿערענץ אינעם

אין יאָר 1908 האָט אַ גרופּע יונגע ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן, גראַדואַנטן פֿון דער פּעטערבורגער קאָנסערוואַטאָריע — יוסף אַחרון, מיכאל גנעסין, סאָלאָמאָן ראָזאָווסקי, משה מילנער און אַנדערע, וואָס אַלע האָט זיי פֿאַראייניקט דער גרויסער אינטערעס צו דער מוזיקאַלישער ירושה פֿון ייִדישן פֿאָלק, געגרינדעט אין פּעטערבורג "די געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקס־מוזיק". די הויפּט־אויפֿגאַבע פֿון דער "געזעלשאַפֿט" איז געווען צו זאַמלען, פֿאָרשן און פֿאַרשפּרייטן דאָס ייִדישע פֿאָלקס־ליד, חזנות און צו געפֿינען אַן אופֿן ווי אַזוי עס אויסנוצן אין דער פּראַקטישער אַרבעט פֿון די מאָדערנע קאָמפּאָזיטאָרן.

פּובליציסטיק, קולטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער אינטערעס צום שטעטל האַלט אין איין וואַקסן. אַלץ מער מענטשן, בפֿרט ווען זיי ווערן עלטער, ווילן זיך דערוויסן וועגן זייערע "וואָרצלען", וועגן דעם לעבנס־שטייגער פֿון זייערע אָבֿות אין דער אַלטער היים. די נאַטור פֿון דער מענטשלעכער טבֿע איז אַזאַ, אַז אַן אינטערעס צום עבֿר ווערט אויפֿגעוועקט אין אַ מאָמענט, ווען קיין ממשותדיקע שפּורן פֿון דעם אַמאָליקן לעבן זײַנען שוין כּמעט נישטאָ, אָבער דער אָנדענק נאָך זיי איז נאָך אַלץ לעבעדיק.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט פֿערציק יאָר צוריק איז אַרויס די ערשטע אויפֿלאַגע פֿון אוריאל ווײַנרײַכס "מאָדערן ענגליש-ייִדיש ייִדיש-ענגליש ווערטערבוך". דאָס ווערטערבוך הערט ניט אויף צו דינען ווי דער וויכטיקסטער לעקסיקאָגראַפֿישער אינסטרומענט בײַם לערנען ייִדיש אין ענגליש-שפּראַכיקע און ענגליש-קענענדיקע קרײַזן, און פֿאַר דעם זאָל עס גערימט און געקרוינט זײַן. אָבער גלײַכצײַטיק האָט עס אַרײַנגעלייגט אונדזער שפּראַך אין אַ סדום-בעטל — הונדערטער צי אַפֿילו טויזנטער מענטשן רעדן איצט די ווערטערבוך-שפּראַך,

ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(אָנהייב אין פֿאָריקן נומער)

יעדעס יאָר, יעדן נײַעם סעמעסטער, ווען איך גרייט זיך אַרײַנצוגיין אין אָנהייבער־ייִדיש־קלאַס, קלאַפּט בײַ מיר דאָס האַרץ. וואָס איז די מעשׂה? אָפּגעלערנט אַזוי פֿיל יאָר און שרעק זיך נאָך אַלץ אַז איך וועל עפֿענען די טיר און דער קלאַס וועט זײַן ליידיק. און יעדעס מאָל, ווען איך עפֿן די טיר דעם ערשטן טאָג פֿון לערנען מיט אָנהייבער, און דערזע אַ פֿולן קלאַס, וואַקסט אין מיר דאָס האַרץ. ווי האָב איך זיך געקענט אַזוי טועה זײַן? עס קומט מיר אויפֿן געדאַנק חיים גראַדעס אַ זאָג אין זײַן "וויכּוח:"

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך בין אַ מאַמע, 54 יאָר אַלט, וואָס האָדעוועט אויף איר בן־יחיד, ברוך, אַליין. ברוך איז אַ וווּנדער — ער שטודירט אין אַ גוטן קאָלעדזש, באַקומט גוטע צייכנס, און אַרבעט ווי אַ וואָלונטיר אין אַ סך ערטער. איך בין שטאָלץ מיט אים; מער ווי אַלץ אין מײַן לעבן. מיט פֿיר יאָר צוריק האָב איך זיך פֿאַרליבט אין אַ מאַן, ראָבערט. איך האָב פֿאַרקויפֿט מײַן הויז, ווײַל ער האָט מיר געהייסן אַזוי טאָן, און געלעבט מיט אים, ווײַל ער האָט צוגעזאָגט מיט מיר חתונה צו האָבן, און געפֿונען אַ נײַע שטעלע, כּדי מיר זאָלן זײַן צוזאַמען.