פּובליציסטיק, קולטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער אינטערעס צום שטעטל האַלט אין איין וואַקסן. אַלץ מער מענטשן, בפֿרט ווען זיי ווערן עלטער, ווילן זיך דערוויסן וועגן זייערע "וואָרצלען", וועגן דעם לעבנס־שטייגער פֿון זייערע אָבֿות אין דער אַלטער היים. די נאַטור פֿון דער מענטשלעכער טבֿע איז אַזאַ, אַז אַן אינטערעס צום עבֿר ווערט אויפֿגעוועקט אין אַ מאָמענט, ווען קיין ממשותדיקע שפּורן פֿון דעם אַמאָליקן לעבן זײַנען שוין כּמעט נישטאָ, אָבער דער אָנדענק נאָך זיי איז נאָך אַלץ לעבעדיק.

דאָס אַמאָליקע שטעטל געפֿינט זיך איצט אין אַזאַ מין בין־השמשותדיקן מצבֿ. אין אַמעריקע איז דער אינטערעס צום שטעטל אויפֿגעלעבט געוואָרן מיט העכער פֿופֿציק יאָר צוריק, נאָך דער פּובליקאַציע פֿון דער עטנאָגראַפֿישער שטודיע "דאָס לעבן איז מיטן פֿאָלק", פֿון מאַרק זבאָראָווסקי און עליזאַבעט הערצאָג (1952). די מחברים האָבן אויסגעמאָלט פֿאַרן ענגלישן לייענער אַ סינטעטישן פּאָרטרעט פֿונעם שטעטל ווי אַ שטיקל אייגנאַרטיקע "ציוויליזאַציע". דאָס בוך האָט אויסגעהאַלטן אַ סך אויסגאַבעס, און האָט געהאָלפֿן אַרײַנצוברענגען דאָס וואָרט "שטעטל" אין דער ענגלישער שפּראַך. נאָך אַ גרעסערע השפּעה אויפֿן ברייטערן עולם האָט געהאַט דער ספּעקטאַקל "דער פֿידלער אויפֿן דאַך", וואָס איז דערנאָך געוואָרן פֿילמירט. ניט געקוקט אויפֿן זשאַנער־אונטערשייד, האָבן די ביידע ווערק פֿאָרגעשטעלט דאָס שטעטל ווי אַ תּמצית פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישקייט, אַן אידעליזירטע און ראָמאַנטיזירטע "וועלט וואָס איז מער ניטאָ".

די דאָזיקע אידעאַליסטישע און אַנטי־היסטאָרישע רעפּרעזענטאַציע האָבן אַרויסגערופֿן אַ קריטישע רעאַקציע אין דער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה. די עּרנסטע אַנטראָפּאָלאָגן, היסטאָריקער, ליטעראַטור־פֿאָרשער האָבן באַוויזן, אַז אין דער אמתן איז דאָס שטעטל ווײַט ניט געווען אַזוי איינהײַטלעך, איזאָלירט און "ייִדישלעך", ווי זייַנע "אימאַזשן" פֿון פֿאַרשידענעם שניט. סײַ דער "אימאַזש" און סײַ די "ווירקלעכקייט" זײַנען געוואָרן אָביעקטן פֿון דער אַקאַדעמישער פֿאָרשונג, בפֿרט אין די לעצטע צען־פֿופֿצן יאָר.

אָבער ווי גרויס איז געווען דער מהלך צווישן דעם "אימאַזש" און דער "ווירקלעכקייט", ווען דאָס שטעטל איז נאָך געווען חי־וקים? איז דער "אימאַזש" אַ ריינע פֿאַנטאַזיע פֿון די שרײַבער און קינסטלער, פֿון מענדעלע ביז מאַרק שאַגאַל, וועלכע האָבן פֿאַרלאָזט זייערע שטעטלעך און דערנאָך זיי אויפֿגעבויט פֿון דאָס נײַ אין זייער פֿאַנטאַזיע? בכלל, וווּ ליגט די גרענעץ צווישן דעם "אימאַזש" און דער "ווירקלעכקייט"?

הײַנט צו טאָג איז מיזרח־אייראָפּע שוין מער ניט אַזוי חשובֿ פֿאַר דער וועלט־פּאָליטיק ווי אין דער תּקופֿה פֿון דער קאַלטער מלחמה. דער פּאָליטישער און טעכנאָלאָגישער פּראָגרעס האָט געמאַכט די אַמאָליקע שטעטלעך צוטריטלעך פֿאַר ברייטע מאַסן אויסלענדער, און דער אַלטער "אימאַזש" האָט באַקומען נײַע פֿאַרבן. צענדליקער טויזנטער חסידים פֿון אַלע עקן וועלט זײַנען עולה־רגל צו די קבֿרי־צדיקים אין פּוילן און אוקראַיִנע יעדעס יאָר אלול־תּשרי. אַ קלענערע, אָבער אַ וואַקסנדיקע צאָל וועלטלעכע ייִדן פֿאָרן צו באַזוכן די היים־שטעטלעך פֿון זײַערע אָבֿות. פֿאָרשערישע עקספּעדיציעס קומען פֿון פֿאַרשידענע אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס צו זען, וואָס עס איז פֿאַרבליבן פֿונעם אַמאָליקן לעבן.

עס גרייט זיך אַ שטילע רעוואָלוציע אין די שטעטל־שטודיען, וואָס קאָן האָבן אַ ווײַט־גייענדיקע ווירקונג אויף אַנדערע געביטן פֿון ייִדישע שטודיעס. אינעם שטעטל קומט זיך צונויף דער אַמאָל און דער הײַנט, און מען קאָן זען בפֿירוש, ווי נאָענט זיי זײַנען פֿאַרבונדן. דאָס הײַנטיקע שטעטל איז פֿול מיט כּלערליי אָנדענק־סימנים פֿונעם אַמאָליקן לעבן. יעדע גאַס, יעדע געבײַדע טראָגט אין זיך אַ שטיקל געשיכטע, וואָס לעבט נאָך אינעם לאָקאַלן זכּרון.

די אַמאָליקע שטעטלעך ווערן מגולגל אין "אָנדענק־ערטער", וועלכע עקזיסטירן סײַ אין זייער פֿיזישער ממשותדיקייט, סײַ אינעם קאָלעקטיוון זכּרון און כּוח־המדמה. אָט די צוויי צדדים פֿון איין מטבע געפֿינען זיך אין אַ דינאַמישער קעגנזײַטיקער פֿאַרבינדונג. די הײַנטיקע שטעטל־פֿאָרשונג קאָן מער ניט אָפּטיילן דעם "אימאַזש" פֿון דער "ווירקלעכקייט" מיט אַזאַ זיכערקייט, ווי מען האָט עס געטאָן מיט אַ יאָר צען צוריק.

נאָך דעם, ווי די טויערן צווישן דער "אַלטער" מיזרח־אייראָפּע און דער "נײַער" וועלט פֿון אַמעריקע און ישׂראל האָבן זיך געעפֿנט פֿאַר מאַסן פּשוטע טוריסטן, איז דאָס אַלטע שטעטל, וואָס מען האָט לאַנג געהאַלטן פֿאַר אַ מת, פּלוצעם ווידער געוואָרן לעבעדיק. עס גייט אַוודאי ניט קיין רייד וועגן מחיה־מתים, גיכער, אין אַ מין גילגול. די אַלטע שטעטל־לאַנדשאַפֿטן באַקומען בהדרגה אַן אייגענעם קול און לשון.

דער נײַער קוק אויף דעם אַלטן שטעטל וועט העלפֿן בעסער צו פֿאַרשטיין ניט נאָר דעם אַמאָליקן לעבנס־שטייגער, נאָר אויך די ייִדישע ליטעראַטור. מען וועט איבערלייענען די קלאַסיקער מיט נײַע אויגן, און אַנטדעקן פֿאַר זיך נײַע וויכטיקע פּרטים אין זייערע ווערק. די ווייניק־באַקאַנטע און פֿאַרגעסענע שרײַבער וועלן באַקענען דעם לייענער מיט אַ נײַ לעבן דורך דער פֿאַרבינדונג מיט זייערע לאַנדשאַפֿטן. די פֿיזישע לאַנדשאַפֿטן פֿאַרמאָגן אַ גוואַלדיקן צוצי־קראַפֿט, וואָס איז געווען גוט באַקאַנט פֿאַר די ייִדישע שרײַבער און זייערע לייענער אין דער אַמאָליקער מיזרח־אייראָפּע.