|
שרון בר־כּוכבֿה |
|
פֿון פּאַריז איז געקומען צו גאַסט קיין ניו־יאָרק די יונגע לערערין און פֿאָרשערין, שרון בר־כּוכבֿא. אַ דאַנק אירע טאַטע־מאַמע, וועלכע האָבן גענומען פֿרײַ עטלעכע יאָר פֿון זייער אַרבעט אין ישׂראל צו קענען וווינען אין ניו־יאָרק, האָט זי אויך געהאַט אַ גוטן תּירוץ צו קומען קיין ניו־יאָרק צום ערשטן מאָל. בר־כּוכבֿא האָט אונדז געבראַכט אַ גרוס פֿונעם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָטעק", וווּ זי איז אַקטיוו ווי אַ ביבליאָטעקערין, אַ לערערין און סטודענקטע שוין עטלעכע יאָר.
שרון בר־כּוכבֿה האָט ערשט פֿאַרענדיקט איר מאַגיסטער־אַרבעט אין אַ פּאַריזער אוניווערסיטעט וועגן מרדכי ליטווינס איבערזעצונג פֿון שאַרל באָדערליירס "די בלומען פֿון בייז", פֿון פֿראַנצייזיש אויף ייִדיש ("פֿראַנצייזישע פּאָעזיע" 1968). זי האָט באַטראַכט די טעכנישע אַספּעקטן פֿון דעם איבערזעצן פּאָעזיע, ווי ריטעם און גראַם. "די ייִדישע און פֿראַנצייזישע ׳סיסטעמען׳ זענען זייער אַנדערש; די שפּראַכן זענען אַוודאי אויך זייער פֿאַרשיידן. דער איבערזעצער דאַרף זיי צופּאַסן, סע זאָל זײַן ייִדישלעך, שיין און פּאָעטיש אָבער, פֿאָרט, מע זאָל באַמערקן, אַז ס׳איז נישט קיין ייִדישע פּאָעזיע, נאָר איבערגעזעצט פֿון פֿראַנצייזיש." אַז מרדכי ליטווין איז געווען איינער פֿון אונדזערע בעסטע איבערזעצער זענען אַלע קריטיקער איינשטימיק. לייב נײַדוס, דערציילט זי, האָט אויך איבערגעזעצט "די בלומען פֿון בייז" ("פֿון וועלט־פּאַרנאַס", 1928). ער איז געווען אַ פּאָעט, אָבער ער איז געשטאָרבן יונג און האָט נישט באַוויזן ווײַטער צו אַנטקוויקלען זײַן איבערזעצונג־אַרבעט. ליטווין, אָבער, איז געשטאָרבן אין טיפֿן עלטער און געאַרבעט אויף זײַן ווערק ביזן סוף. פֿאַרשטייט זיך, אַז ליטווין האָט אויך געלעבט אין אַן אַנדער תּקופֿה און האָט איבערגעלעבט דעם גאַנצן פּאָעטישן מאָדערניזם אויף ייִדיש. "לויט מײַן מיינונג איז ליטווינס איבערזעצונג אַ מוסטער", האָט זי צוגעגעבן.
אינעם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער" לערנט שרון בר־כּוכבֿא ייִדיש מיט די אָנהייבער; מיט אַניק פּרים־מאַרגאָליס פֿירט זי אָן "די קינדערשול", וווּ זי האָט אַ ספּעציעלן נחת. דאָס איז אַ זונטיק־שול פֿאַר קינדער אין עלטער פֿון 4 ביז 12, וועלכע טרעפֿט זיך יעדע צוויי וואָכן. לכּבֿוד יום־טובֿים פּראַוועט מען ספּעציעלע אונטערנעמונגען. אַלץ מער און מער קינדערלעך פֿאַרשרײַבן זיך אין דער שול און זיי לערנען זיך שרײַבן, לייענען און רעדן אַ ביסל ייִדיש. דאָס יאָר איז די טעמע פֿונעם לערן־יאָר — פּערזענלעכקייטן אין דער ייִדישער געשיכטע.
פֿאַרשטייט זיך, אַז די גרויסע נײַעס אין דער פּאַריזער ייִדיש־וועלט איז דאָס אַריבערציִען זיך פֿונעם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער" אין אַ נײַעם לאָקאַל. מע זוכט נאָך געלט צו מאַכן דעם רעמאָנט, אָבער דעם בנין האָט מען שוין געקויפֿט. דאָס נײַע הויז איז נישט ווײַט פֿון דער אַלטער ייִדישער געגנט לעבן "פּלאַס דע לאַ רעפּובליק". דאָרטן געפֿינט זיך נאָך אַלץ אַ ייִדישע, ייִדיש־רעדנדיקע סבֿיבֿה.
דעם זומער, דערציילט בר־כּוכבֿה, וועט מען נאָך אָ מאָל אָנפֿירן מיט אַ ייִדישער שפּראַך־פּראָגראַם אין פּאַריז. די דאַטע האָט מען נאָך נישט באַשטימט, אָבער דאָס איז אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם בײַם "אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד", אין וועלכער די דרײַ שטעט — בריסל, שטראַסבורג, און פּאַריז — ראָטירן ווי דאָס "זיצאָרט" פֿון דער יערלעכער ייִדיש־פּראָגראַם. דאָס וועט נישט פֿאָרקומען אינעם נײַעם בנין אין פּאַריז, וווּ דער ריזיקער רעמאָנט האָט זיך נישט פֿאַרענדיקט.
ווי אַ ביבליאָטעקערין, קוקט אַרויס בר־כּוכבֿה אויף דער צײַט ווען, די ביכער פֿון דער "מעדעם־ביבליאָטעק" וועלן זיך געפֿינען אינעם נײַעם בנין, אין אַ מער באַקוועם אָרט. פֿון דער אַנדערער זײַט, ווייסט זי, אַז ווי אַ טייל פֿונעם אַריבערציִען זיך, וועט פֿאַר איר זײַן אַ סך אַרבעט.
מיר ווינטשן שרון בר־כּוכבֿה גליק אין אירע נסיעות און נחת פֿון איר פֿאָרש־ און קולטור־אַרבעט.