‫פֿון רעדאַקציע

ווער פֿון אונדזערע לייענער גלייבט נישט אין דער איצטיקער רוסישער דעמאָקראַטיע און וואָרט־פֿרײַהייט, האָט געדאַרפֿט אַרײַנקוקן אין דעם פּרעסטיזשפֿולן "צענטראַלן שרײַבער־הויז", וואָס געפֿינט זיך אין צענטער פֿון מאָסקווע, דעם פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק. דאָרט איז פֿאָרגעשטעלט געוואָרן דאָס נײַע בוך פֿונעם רוסישן שרײַבער אַלעקסאַנדער פּראָכאַנאָוו, וואָס הייסט "׳כאַמאַס׳ — אַ לויב די העלדן". שוין פֿונעם שרײַענדיקן נאָמען אַליין איז קלאָר, וואָס ס׳קאָן לויבן און שטיצן דער מחבר.

אַלעקסאַנדער פּראָכאַנאָוו איז אַ באַקאַנטער רוסישער שרײַבער נאָך פֿון די סאָוועטישע צײַטן. דעמאָלט האָט ער זיך קונה־שם געמאַכט ווי אַ געטרײַער באַדינער פֿונעם קאָמוניסטישן רעזשים מיט זײַנע הוראַ־פּאַטריאָטישע לויב־געזאַנגען די "העלדן פֿון אַפֿגאַניסטאַן", די ברידער פֿון די אַראַבישע לענדער, וואָס פֿירן זייער קאַמף קעגן דעם אַמעריקאַנער אימפּעריאַליזם און ישׂראל־ציוניזם. ווען עס האָבן אין יעלצינס צײַטן אַ בלאָז געטאָן אין רוסלאַנד די "פֿרײַע ווינטן", איז פּראָכאַנאָוו געוואָרן אַ פֿאַרברענטער אָנהענגער פֿון די אַזוי גערופֿענע "פּראַוואָסלאַוונע כאָרוגווע־טרעגערס", געטרײַע יורשים פֿון דער צאַרישער "שוואַרצער מאה"; און געגרינדעט די אַנטיסעמיטישע צײַטונג “זאַווטראַ" (מאָרגן).

ווי אַ "געניטער קענער" פֿון "ייִדישע פֿראַגן", האָט פּראָכאַנאָוו זיך גענומען איצט לייזן די ישׂראל־פּאַלעסטינער פּראָבלעם. זײַן בעסטער פֿרײַנד, כאַליד מאַשאַל, וואָס שטייט אין שפּיץ פֿון "כאַמאַס", האָט נישט איין מאָל זיך געטראָפֿן מיטן רוסישן סופֿר און אַנטפּלעקט פֿאַר אים זײַנע פּלענער, ווי אַזוי אויפֿצושטעלן די פּאַלעסטינער מדינה. טאַקע וועגן דעם און אַ סך אַנדערע "טשיקאַווע" זאַכן דערציילט פּראָכאַנאָוו אין זײַן נײַעם בוך.

צו דער פּרעזענטאַציע איז מאַשאַל אַליין נישט געקומען, ער האָט אָבער אַרײַנגעשיקט קיין מאָסקווע זײַנע נאָענטע פֿרײַנד, הויכגעשטעלטע אַקטיוויסטן פֿון "כאַמאַס". די חגא אין מאָסקווע, לטובֿת דעם נײַעם בוך, האָבן באַזוכט אויך פֿאָרשטייער פֿון דער סירישער, עגיפּטישער און אַנדערע אַראַבישע אַמבאַסאַדעס אין רוסלאַנד. מיט איין וואָרט, גרויסע אָנהענגער פֿון דער מאָדערנער רוסישער ליטעראַטור נוסח פּראָכאַנאָוו.

עס האָבן נישט אויסגעפֿעלט אויך קיין אָרטיקע געסט — דעפּוטאַטן פֿונעם רוסלענדישן פּאַרלאַמענט, דער פֿאָרזיצער פֿונעם רוסלענדישן איסלאַמישן קאָמיטעט, געידאַר דזשעמיל, און פֿירער פֿון די פּראַוואָסלאַוונע שוואַרץ־מאהקע אָרגאַניזאַציעס. מיט איין וואָרט — ס’איז געווען וואָס צו זען און צו הערן.

די פֿלאַמיקע רעדעס און דאָס אויסגיסן ברידערלעכע געפֿילן איינער צום אַנדערן זײַנען דערגאַנגען אַזוי ווײַט, אַז ווי ס’האָט זיך צום סוף אַרויסגעוויזן, זײַנען די "פּראַוואָסלאַוונע כאָרוגווע־טרעגער" און די איסלאַמיסטישע פֿאַנאַטיקער פֿון "כאַמאַס" גײַסטיקע ברידער! נאָך מער, סימאָנאָוויש־ניקשין, דער פֿירער פֿון די דאָזיקע "פּראַוואָסלאַוונע כאָרוגווע־טרעגער", האָט געזאָגט בזה־הלשון: "די בייזע כּוחות שטעלן זיך קעגן דעם פֿײַערדיקן איסלאַם, און די בייזע כּוחות האָבן זיך שטענדיק געשטעלט קעגן דער אמתדיקער פֿײַערדיקער פּראַוואָסלאַוויע. מיר דאַרפֿן פֿאַראייניקן אונדזערע כּוחות און קעמפֿן, און באַזיגן די בייזע כּוחות!" ס’איז אַוודאי נישט שווער צו פֿאַרשטיין, ווער די "בייזע כּוחות" זײַנען, בפֿרט אַז דער פּראַוואָסלאַוונער פֿירער האָט אין זײַן רעדע פֿאַרזיכערט, אַז אין עטלעכע יאָר אַרום וועט ער מיט זײַנע נאָכפֿאָלגער קומען אין דער "באַפֿרײַטער פּאַלעסטינע", וווּ די "כאַמאַסניקעס" וועלן מאַרשירן אונטער זייערע גרינע פֿענער און די רוסישע פּראַוואָסלאַוונע פּאַטריאָטן — אונטער זייערע שוואַרצע פֿענער־כאָרוגוועס. דער שרײַבער אַלעקסאַנדער פּראָכאַנאָוו האָט דערצו צוגעגעבן, אַז זײַן צווייטע פּרעזענטאַציע פֿונעם בוך וועט פֿאָרקומען אין ירושלים, אין דער הויפּטשטאָט פֿון דער פּאַלעסטינער מדינה.