פֿונעם אייביקן קוואַל

"און שׂרה האָט געלעבט הונדערט יאָר, און צוואָנציק יאָר, און זיבן יאָר". די חז״ל זאָגן, אַז שׂרה איז ניפֿטר געוואָרן, ווען זי איז געווויר געוואָרן וועגן דער עקידה, אַז איר זון, יצחק, איז שיִער נישט געשאָכטן געוואָרן ווי אַ קרבן דורך זײַן אייגענעם טאַטן.

לויטן פּשוטן פּשט, האָט די בשׂורה זי שאָקירט, און געבראַכט צום טויט. די חסידישע מפֿרשים דערקלערן אָבער, אַז ווען שׂרה האָט דערהערט וועגן דער עקידה, האָט זי אָנגעהויבן טראַכטן וועגן יצחקס מסירת-נפֿש; זי האָט אַזוי לעבעדיק זיך פֿאָרגעשטעלט די מעשׂה פֿון דער עקידה, אַז איר נשמה איז אַרויסגעפֿלויגן פֿונעם גוף, ווי זי וואָלט אַליין געשאָכטן געוואָרן ווי אַ קרבן.

די חז״ל דערקלערן, אַז שׂרהס עלטער איז אײַנגעטיילט געוואָרן אין דער תּורה אין דרײַ באַזונדערע צאָלן — הונדערט יאָר, צוואָנציק יאָר און זיבן יאָר — כּדי צו געבן אונדז צו וויסן, אַז זי האָט אָפּגעלעבט אַ פֿול, שלימותדיק לעבן: קינדהייט, יוגנט און בכּבֿודיקע עלטער. אין איר יוגנט, בײַ צוואָנציק יאָר, איז שׂרה געווען אַזוי שיין, ווי בײַ זיבן יאָר, און בײַ איר עלטער — אַזוי ריין פֿון זינד, ווי אין איר יוגנט. לויטן דערמאָנטן חסידישן פּירוש, האָט זי פֿאַרענדיקט איר לעבן, וויסנדיק, אַז איר אינערלעכער מסירת-נפֿש קאָן זי ברענגען צום טויט.

אינעם חומש זענען פֿאַראַן צוויי סדרות, וואָס זייערע נעמען האָבן צו טאָן מיט לעבן און טויט: "חיי שׂרה" און "אַחרי מות". די הײַנטיקע פּרשה הייסט "חיי שׂרה" — "שׂרהס לעבן", הגם זי הייבט זיך אָן מיט דער באַשרײַבונג פֿון איר טויט און קבֿורה. אין דער סדרה "אַחרי מות" ווערט דערציילט וועגן די קאָנסעקווענצן פֿונעם טראַגישן טויט פֿון אַהרן הכּהנס צוויי זין, נדבֿ און אַבֿיהוא, וועלכע האָבן געבראַכט אינעם משכּן אַ קטורת (וויירעך) אויף אַ נישט-ריכטיקן אופֿן, און זענען פֿאַרברענט געוואָרן אין אַ הימליש פֿײַער.

די חסידישע ספֿרים דערקלערן, אַז נדבֿ און אַבֿיהוא האָבן בכּיוון געבראַכט דעם קטורת, כּדי צו פֿאַרלאָזן די גשמיותדיקע וועלט, אָדער צו דערגרייכן בײַם לעבן אַ גאָר הויכע גײַסטיקע מדרגה, העכער פֿון אַלע עולם-הזהדיקע באַגרענעצונגען. אויב אַזוי, זענען די מעשׂיות פֿון די דאָזיקע צוויי פּרשיות, לויט זייער חסידישן אָפּטײַטש, וווּנדערלעך נאָענט איינע צו דער צווייטער. פֿאַרוואָס זשע ווערט דער נאָמען פֿון דער פּרשה "אַחרי" פֿאַרבונדן דווקא מיטן טויט, און אונדזער הײַנטיקע פּרשה — מיטן לעבן?

נדבֿ און אַבֿיהוא האָבן דערגרייכט אַזאַ הויכע מדרגה אין עבֿודת-השם, אַז די גאַנצע וועלט איז זיי געוואָרן נימאס. כּדי פּטור צו ווערן פֿון די גשמיותדיקע באַגרענעצונגען, האָבן זיי זיך אַליין מקריבֿ געווען אינעם ג-טלעכן פֿײַער. הגם זיי זענען געווען גרויסע צדיקים, איז אַזאַ אויפֿפֿירונג פֿאַררעכנט געוואָרן פֿאַר אַ חטא.

נאָך נדבֿ און אַבֿיהואס טויט, ווי עס ווערט דערציילט אין דער פּרשה "אַחרי מות", האָט דער אייבערשטער אַנטפּלעקט דעם ענין פֿון "שׂעיר-לעזאזל" — דער כּפּרה-באָק, וועלכן מע פֿלעגט אַראָפּוואַרפֿן פֿון אַ באַרג, כּדי צו דערוועקן די ייִדן צו תּשובֿה. דער הײַנטיקער מינהג פֿון שלאָגן כּפּרות דערמאָנט אויף דער דאָזיקער אומגעוויינטלעכער מיצווה. עס קומט אויס, אַז נדבֿ און אַבֿיהואס טויט האָט גורם געווען די אַנטפּלעקונג פֿון ענינים, וועלכע האָבן אויך צו טאָן מיטן טויט און כּפּרה.

הגם די מעשׂה פֿון דער עקידה האָט זיך אָנגעהויבן ווי אַ שרעקעדיקע, האָט זי געבראַכט צו אַ גרויסער ברכה. כאָטש אַבֿרהם און יצחק האָבן געפֿאָלגט דעם עקידה-באַפֿעל, האָבן זיי, אין פֿאַרגלײַך מיט נדבֿ און אַבֿיהוא, נישט געהאַט קיין חשק צו פֿאַרלאָזן די וועלט. צוליב זייער מסירת־נפֿש, האָט דער אייבערשטער געבענטשט זיי און זייערע אייניקלעך, זיי זאָלן זיך פֿאַרמערן "ווי די שטערן אין הימל".

ווען שׂרה האָט זיך אַרײַנגעטראַכט וועגן דעם ענין פֿון דער עקידה, האָט זי געוווּסט, אַז אירע טעג קומען שוין צו דעם סוף. אין פֿאַרגלײַך מיט נדבֿ און אַבֿיהוא, וועלכע האָבן בכּיוון איבערגעריסן זייער לעבן, האָט זי געוואָלט פֿאַרלאָזן איר לעבנס-וועג בשלימות, מיט הייליקע מסירת-נפֿשדיקע מחשבֿות.

בײַם סוף פֿון דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי יצחק האָט געבראַכט זײַן ווײַב, רבֿקה, אין זײַן געצעלט. לויטן מדרש, האָט זיך דאָרטן פֿאַרשפּרייט די הייליקע שכינה, אַזוי ווי עס פֿלעגט געשען בעת זײַן מאַמעס לעבן. ווי עס שטייט אינעם מדרש, הייסט די הײַנטיקע פּרשה דווקא "חיי-שׂרה", ווײַל נאָך שׂרהס פֿיזישן טויט האָט זיך ערשט אָנגעהויבן איר "אמת לעבן", ווי די מאַמע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק און אַ מוסטער פֿאַר דער גאַנצער וועלט.

שׂרה איז געווען, מיטאַמאָל, אַ לעבנס-פֿריידיקע און מסירת-נפֿשדיקע פֿרוי. צוליב דעם, איז איר אינערלעכע מסירת-נפֿש פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ קוואַל פֿון ברכה און אייביקער לעבעדיקער השפּעה אין דער וועלט.