שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך בין אַ מאַמע, 54 יאָר אַלט, וואָס האָדעוועט אויף איר בן־יחיד, ברוך, אַליין. ברוך איז אַ וווּנדער — ער שטודירט אין אַ גוטן קאָלעדזש, באַקומט גוטע צייכנס, און אַרבעט ווי אַ וואָלונטיר אין אַ סך ערטער. איך בין שטאָלץ מיט אים; מער ווי אַלץ אין מײַן לעבן. מיט פֿיר יאָר צוריק האָב איך זיך פֿאַרליבט אין אַ מאַן, ראָבערט. איך האָב פֿאַרקויפֿט מײַן הויז, ווײַל ער האָט מיר געהייסן אַזוי טאָן, און געלעבט מיט אים, ווײַל ער האָט צוגעזאָגט מיט מיר חתונה צו האָבן, און געפֿונען אַ נײַע שטעלע, כּדי מיר זאָלן זײַן צוזאַמען.

ווי באַלד איך האָב זיך אַרײַנגעצויגן צו אים, האָט אונדזער באַציִונג זיך געביטן. ער פֿירט זיך נישט אויף לײַטיש צו מײַן זון. ברוך שפּילט אים אויף די נערוון ווען ער איז אין דער היים און ראָבערט האָט אים פּשוט פֿײַנט. סוף־כּל־סוף, האָב איך באַשלאָסן אָפּצוהאַקן די באַציִונג מיט ראָבערטן, צוליב זײַן שלעכטן אויפֿפֿיר צו מיר און מײַן זון.

איך האָב פֿאַרלוירן אַ סך געלט, ווען איך האָב פֿאַרקויפֿט מײַן הויז און געפֿונען אַ נײַע אַרבעט, און, מיר דאַכט, אַז סע וואָלט געווען אַ יושר, אַז ראָבערט זאָל פֿאַר דעם באַצאָלן. קען איך אים אײַנקלאָגן אין געריכט פֿאַר דעם צוזאָג מיט מיר חתונה צו האָבן, וואָס ער האָט נישט געטאָן?

"אין כּעס"


טײַערע "אין כּעס",

קודם־כּל, איז פֿיר יאָר אַ לאַנגע צײַט. עס קלינגט מיר, אַז אײַער באַציִונג מיט ראָבערט וואָלט קיין מאָל נישט געקומען צו קיין שידוך. עס קען זײַן, אַז ער האָט טאַקע צוגעזאָגט מיט אײַך חתונה צו האָבן, אָבער נאָך דעם ווי איר האָט ביידע אָנגעהויבן וווינען צוזאַמען, האָט ער געזען, אַז די באַציִונג איז נישט געווען וואָס ער האָט געטראַכט, און אַז ס‘וואָלט געווען נאַריש צו האַלטן וואָרט אין דעם פֿאַל. איר זענט אין כּעס, און דאַרפֿט אים פֿאַרלאָזן. גייט אָן ווײַטער מיט אײַער לעבן.


טײַערע חזנטע,

איך און מײַן מאַן זענען שוין חתונה־געהאַטע, קרובֿ צו 34 יאָר און נישט איך, נישט ער, האָבן אַפֿילו איין נאַכט געשלאָפֿן באַזונדער! מײַן פּלימעניציע וווינט אין קאַליפֿאָרניע איצט און מײַן שוועסטער וויל, איך זאָל קומען צו איר צו גאַסט. מיר דאַכט, אַז צו פֿאַרברענגען מיט מײַן שוועסטער און איר טאָכטער וואָלט פֿאַר מיר געווען אַ זעלטן פֿאַרגעניגן. מײַן מאַן, אַלען, האָט זיך אָבער אײַנגעשפּאַרט, אַז ער וויל מיטפֿאָרן. איך ווייס, אַז אויב ער וועט זײַן וועלן מיר נישט קאָנען פֿאַרברענגען אויפֿן זעלבן אופֿן: צוזאַמען, דרײַ "מיידלעך", זיצן און רעדן שעהען לאַנג. זײַן בײַזײַן וועט אַוודאי שטערן צו דער שׂימחה. ווי קען איך עס אים דערקלערן?

אַ גוטע פֿרוי


טײַערע גוטע פֿרוי,

דערציילט אים וועגן דער פּראָבלעם אויפֿן זעלבן אופֿן, ווי איר האָט עס געטאָן אין אײַער בריוו צו מיר!


טײַערע חזנטע,

מײַן פֿרוי האָט תּמיד געהאַט נײַן מאָס רייד. אַזוי ווי מיר האָבן זיך געעלטערט, האָב איך געהאָפֿט, אַז דאָס וועט זיך בײַטן — אָבער, הײַנט, ווי אַ מאָל — זי הערט נישט אויף צו רעדן. זי האַלט לאַנגע פּערזענלעכע שמועסן מיטן באַנק־קאַסירער, דעם אינסטאַלאַטאָר, דעם גערטנער, דעם קצבֿ, דעם בעקער, און אונדזער דינסטמיידל. זי רעדט ווען זי שטייט אויף ביזן מאָמענט, ווען זי שלאָפֿט אײַן. זי וועקט מיך אויף אין מיטן פֿון דער נאַכט, אַפֿילו, ווען זי רעדט צו זיך אַליין פֿונעם שלאָף! זי רעדט לאַנג מיט אונדזערע קינדער אויפֿן טעלעפֿאָן יעדן טאָג...

איך באַמערק, אַז מענטשן ווערט עס דערעסן און זיי ווילן געפֿינען אַן אופֿן זיך אַרויסצודרייען פֿון זייערע שמועסן מיט איר, אָבער זי פֿאַרשטייט נישט די דײַטלעכע סימנים און פּלאַפּלט ווײַטער. עס דערגייט מיר שוין די יאָרן — ווי געפֿין איך אַ סוף צו דער פּראָבלעם?

אַ שטילער מאַן


טײַערער שטילער מאַן,

שוין צײַט איר זאָלט אַליין עפֿענען דאָס מויל! זאָגט אײַער פֿרוי, אַז אירע רייד זענען לענגער ווי מע וויל. ווײַזט איר, ווי צו כאַפּן די סימנים, למשל, דאָס קוקן אויפֿן זייגערל בײַם רעדן, אָדער דאָס דערמאָנען, אַז מע דאַרף שוין גיין. איך וואָלט פֿאָרגעלייגט, איר זאָלט פֿאַר איר געפֿונען אַן אָרט וווּ זי קען אויסניצן איר פֿרײַנדלעכע נאַטור. עס זענען פֿאַראַן אַ סך עלנטע עלטערע לײַט אין די "היימען". אײַער פֿרוי וואָלט געווען אַ פּאַסיקער וואָלונטיר דאָרטן פֿאַר לײַט וואָס דאַרפֿן אַ ביסל פֿרײַנדעלעכקייט. נאָך אַ געדאַנק — קויפֿט זיך אַ פּאָר אויער־פּראָפּקעס!

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024