- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט פֿערציק יאָר צוריק איז אַרויס די ערשטע אויפֿלאַגע פֿון אוריאל ווײַנרײַכס "מאָדערן ענגליש-ייִדיש ייִדיש-ענגליש ווערטערבוך". דאָס ווערטערבוך הערט ניט אויף צו דינען ווי דער וויכטיקסטער לעקסיקאָגראַפֿישער אינסטרומענט בײַם לערנען ייִדיש אין ענגליש-שפּראַכיקע און ענגליש-קענענדיקע קרײַזן, און פֿאַר דעם זאָל עס גערימט און געקרוינט זײַן. אָבער גלײַכצײַטיק האָט עס אַרײַנגעלייגט אונדזער שפּראַך אין אַ סדום-בעטל — הונדערטער צי אַפֿילו טויזנטער מענטשן רעדן איצט די ווערטערבוך-שפּראַך, וואָס קלינגט אָפֿט מאָל גאַנץ קאָמיש אין די אויערן פֿון אַ מענטשן, וואָס איז אויסגעוואַקסן אין אַ נאַטירלעכער, ניט קיין ווערטערבוכערישער שפּראַך-סבֿיבֿה. די טעג האָב איך געהערט ווי אַ סימפּאַטישער יונגער יאַט האָט אַ זאָג געטאָן וועגן זײַנע "איבערלעבונגען" פֿון באַשעפֿטיקן זיך מיט אַ געוויסער אַרבעט. ווײַל איך קען אַ ביסל ענגליש, האָב איך זיך ניט איבערגעשראָקן און מײַן האַרץ האָט זיך ניט אָנגעפֿילט מיט מיטלײַד צו דעם בחור. ס'איז געווען קלאָר, אַז ער האָט פּשוט גערעדט וועגן זײַן experience. דערנאָך בין איך געקומען אַהיים, געעפֿנט דאָס ווערטערבוך און געפֿונען, אַז דאָס וואָרט "דערפֿאַרונג" איז, לאָזט זיך אויס, ניט אין גאַנצן כּשר — לכל-הפּחות לויט די תּקנות פֿון דעם דאָזיקן לעקסיקאָגראַפֿישן מאָנומענט. דערצו ווערט ניט דערקלערט, אַז "איבערלעבונג" מיינט דווקא אַ ספּעציפֿישע דערפֿאַרונג, אַזאַ וואָס איז אָנגעלאָדן מיט שוועריקייטן, עמאָציעס וכ'. אַן איבערלעבונג איז אַ פּועל-יוצא ניט פֿון מיטלעבן עפּעס, נאָר דווקא פֿון איבערלעבן — אַ גט, אַ וואַל-קאַמפּאַניע, אַ מלחמה וכ'. אָבער מיט וואָס האָט זיך פֿאַרזינדיקט אַזאַ, למשל, פֿראַזע ווי: "איך האָב אַ דערפֿאַרונג פֿון אַרבעטן מיט קליינע קינדער"? אָדער: "מײַן דערפֿאַרונג פֿון אינוועסטירן געלט ווײַזט, אַז מנחם-מענדל איז אַ געפֿערלעכער שותּף". דאָס ווערטערבוך לייגט פֿאָר צו נוצן אין אַזעלכע פֿאַלן דאָס וואָרט "פּראַקטיק", וואָס איז גאָר ניט שלעכט. אָבער פֿאַר וואָס דאַרף מען אומבאַדינגט פֿאַרלירן "דערפֿאַרונג"? ווײַל עס קלינגט "דײַטש"? גלייבט מיר בנאמנות, אַז ס'רובֿ יונגע לײַט וואָס לערנען זיך איצט ייִדיש, קענען ניט קיין דײַטש און וועלן זיך ניט פֿאַרפּלאָנטערן אין די צוויי גערמאַנישע שפּראַכן. לויט אַזאַ לאָגיק, דאַרף מען שוין גיכער פֿאַרגעסן וועגן "פּראַקטיק", ווײַל דאָס שמעקט מיט practice. וויל איך פֿאָרלייגן אַ גאַנץ דרייסטע זאַך: לאָמיר נוצן ווײַטער אוריאל ווײַנרײַכס "מאָדערן ענגליש-ייִדיש ייִדיש-ענגליש ווערטערבוך", לכל-הפּחות כּל-זמן אויף דעם ענגלישן מאַרק וועט זיך ניט באַווײַזן עפּעס אַ נײַער לעקסיקאָגראַפֿישער באַנד, אָבער לאָמיר שוין סוף-כּל-סוף אויפֿהערן קוקן אויף די צייכנס בײַ די ווערטער. בפֿרט נאָך אַז אין דעם "וואָרט פֿריִער" שטייט דאָך געשריבן, אַז די אויסגאַבע האָט געהאַט דעם ציל "אָפּגעבן דעם ייִדישן שפּראַך-כּלל אַ פּראָוויזאָרישן דין-וחשבון וועגן דער לעקסיקאָגראַפֿישער אַנטוויקלונג פֿון אונדזער ליטעראַטור-שפּראַך". כ'קען ניט זאָגן, אַז מיר איז אין גאַנצן קלאָר, וועגן וואָס דאָ גייט די רייד, אָבער דאָס וואָרט "פּראָוויזאָריש" ווײַזט פֿון דעסטוועגן אויף עפּעס אַ צײַט-אָפּשניט — און פֿערציק יאָר איז גענוג, איבער גענוג! איך שרעק זיך עס צו זאָגן, אָבער אפֿשר קען מען אַפֿילו אָנהייבן ווידער אַ מאָל נוצן אַנשטאָט "פּראָוויזאָריש" אויך דאָס וואָרט "צײַטווײַליק"? ניט גלײַך, פֿאַרשטייט זיך, ווײַל ווער קען פֿאָרויסזאָגן, מיט וואָס אַזאַ עקספּערימענט קען זיך פֿאַרענדיקן. אָבער מע קען זיך צונויפֿרעדן וועגן עפּעס אַ דאַטע. למשל, נאָכן 20סטן יאַנואַר, אַ פּרוּוו טאָן עס אומקערן אין ייִדיש. און צו נוצן עס בײַם אָנהייב ניט יעדן טאָג — בלויז ווען ס'איז גענוג וואַרעם אין דרויסן. און צו טאָן דאָס זעלבע מיט "דערפֿאַרונג". ביסלעכווײַז וועלן מיר, אפֿשר, אָנהייבן לייענען און פֿאַרשטיין די ביכער, וועלכע האָבן פֿריִער אויסגעזען אויסטערליש. אַ שטייגער, זיגמונט טורקאָווס "שמועסן וועגן טעאַטער: געשיכטלעכער איבערבליק, געדאַנקען און דערפֿאַרונגען" (אַרויס אין בוענאָס-אײַרעס אין 1950). כאַראַקטעריש, אַז די חרדים האָבן ניט אַרײַנגעלייגט אין חרם דאָס וואָרט "דערפֿאַרונג". אָט לייענען מיר, למשל, אין דער אינטערנעץ-צײַטונג www.ivelt.com, דעם 30סטן אָקטאָבער, אַז "בלומבערג האָט נישט לאַנג צוריק געטענהט אַז זײַן דערפֿאַרונג אין פֿינאַנציעלע ענינים פֿאַרלאַנגט פֿון אים צו לויפֿן פֿאַר [ד''ה. אַרויסשטעלן זײַן קאַנדידאַטור אויף] אַ דריטן טערמין, כּדי צו קענען העלפֿן די [דער] שטאָט אין די שווערע צײַטן". אין דער אמתן, האָבן ס'רובֿ "פֿאָרווערטס"-מחברים אויך אַפֿילו ניט באַמערקט, אַז "דערפֿאַרונג" איז אָסור. ביז דעם שמועס מיטן יונגן בחור האָב איך עס דאָך אויך ניט געוווּסט. אַגבֿ, אין דער חרדישער סבֿיבֿה נוצט מען נאָך אַלץ די אַלטפֿרענקישע פֿאָרעם "ערפֿאַרונג". אין דער "וויקיפּעדיע", yi.wikipedia.org, קען מען אַפֿילו געפֿינען אַ דערקלערונג פֿון דעם דאָזיקן באַגריף: "'ערפֿאַרונג' אָדער 'עקספּערטיז' מיינט אויספּרוּוו דורך אייגענע זען און טאָן, נישט דורך לערנען פֿון אַנדערע, נאָר דאָס מיטלעבן. ווי שווערער עס איז געווען די עקספּערטיז אַלס קלאָרער בלײַבט עס אײַנגעקריצט בײַם מענטש." דאָ זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, צונויפֿגעמישט געוואָרן צוויי באַגריפֿן, ווײַל "עקספּערטיז" איז גאָר עפּעס אַנדערש, דהײַנו: אַ פּראָפֿעסיאָנעלע דערפֿאַרונג. |