מוזיק
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די באַטייליקטע אין דער קאָנפֿערענץ אינעם
די באַטייליקטע אין דער קאָנפֿערענץ אינעם

אין יאָר 1908 האָט אַ גרופּע יונגע ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן, גראַדואַנטן פֿון דער פּעטערבורגער קאָנסערוואַטאָריע — יוסף אַחרון, מיכאל גנעסין, סאָלאָמאָן ראָזאָווסקי, משה מילנער און אַנדערע, וואָס אַלע האָט זיי פֿאַראייניקט דער גרויסער אינטערעס צו דער מוזיקאַלישער ירושה פֿון ייִדישן פֿאָלק, געגרינדעט אין פּעטערבורג "די געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקס־מוזיק". די הויפּט־אויפֿגאַבע פֿון דער "געזעלשאַפֿט" איז געווען צו זאַמלען, פֿאָרשן און פֿאַרשפּרייטן דאָס ייִדישע פֿאָלקס־ליד, חזנות און צו געפֿינען אַן אופֿן ווי אַזוי עס אויסנוצן אין דער פּראַקטישער אַרבעט פֿון די מאָדערנע קאָמפּאָזיטאָרן. הונדערטער זאַמלביכער פֿון קלעזמערישער מוזיק, חסידישע ניגונים; צענדליקער קאָנצערטן פֿון ייִדישער מוזיק, נאָטן־פּובליקאַציעס פֿון ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן — דאָס איז אַ לײַכטער סך־הכּל פֿאַר די 14 יאָר, וואָס די "געזעלשאַפֿט" האָט עקזיסטירט, אָבער איר טעטיקייט בײַם פֿאַרלייגן אַ פּראָפֿעסיאָנעלן יסוד פֿון ייִדישער מוזיק אין רוסלאַנד איז נישט איבערצושאַצן.

דער גײַסטלעכער פֿאָטער פֿון דער אָרגאַניזאַציע איז געווען יולי ענגעל, וואָס האָט אָפּגעגעבן אַ סך כּוח צו זאַמלען דעם ייִדישן מוזיקאַלישן פֿאָלקלאָר. זײַן אַרבעט אין דעם געביט האָט אָנגעשטעקט די יונגע מוזיקער. אַ גראַדואַנט פֿון דער מאָסקווער קאָנסערוואַטאָריע, אַן אָנגעזעענער מוזיק־קריטיקער, איז ער במשך פֿון צוויי צענדליק יאָר געשטאַנען אין שפּיץ פֿונעם מוזיקאַלישן אָפּטייל בײַ דער גרעסטער רוסישער צײַטונג "רוסקיִע וועדאָמאָסטי" (רוסישע ידיעות). נאָך זײַענדיק אַ סטודענט, פֿלעגט ער אַרומפֿאָרן איבער די ייִדישע שטעטלעך פֿון תּחום־המושבֿ, זאַמלען און פֿאַרשרײַבן ייִדישע לידער און ניגונים. אין יאָר 1900, אין דער מאָסקווער אימפּערישער געזעלשאַפֿט פֿון נאַטור־ליבהאָבער, אַנטראָפּאָלאָגיע און עטנאָגראַפֿיע איז פֿאָרגעקומען אַ ספּעציעלע זיצונג, געווידמעט דעם ייִדישן ליד. די רעדנער אויף דער פֿאַרזאַמלונג זײַנען געווען יולי ענגעל און דער באַקאַנטער ייִדישער פֿאָלקלאָריסט פּסח מאַרעק. נאָך דער לעקציע איז געווען אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער, באַאַרבעט פֿון ענגעל — דער ערשטער פֿון ייִדישער פֿאָלקס־מוזיק אין רוסלאַנד.

דער גורל פֿון דער "געזעלשאַפֿט" איז געווען נישט בעסער ווי דער גורל פֿון אַ סך אַנדערע ייִדישע אינסטיטוציעס אין צאַרישן רוסלאַנד און שפּעטער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד; די רעזולטאַטן אָבער פֿון זייער אַרבעט האָבן אַ השפּעה ביז הײַנט, הגם לאַנגע יאָרן האָט געהערשט די מיינונג אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, אַז אַזאַ באַגריף, ווי "ייִדישע קונסט", עקזיסטירט בכלל נישט. צווישן די ערשטע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, וואָס האָבן פֿאַר זיך געשטעלט די אויפֿגאַבע אויפֿצולעבן אין רוסלאַנד די אַלטע טראַדיציע פֿון ייִדישער מוזיקאַלישער וויסנשאַפֿט, קאָן מען אָנרופֿן די אינסטיטוציע "ייִדישער קהילה־צענטער פֿון סאַנקט־פּעטערבורג".

טאַקע לויט דער איניציאַטיוו פֿון דעם "צענטער", האָט ערשט פֿאַרענדיקט איר אַרבעט די אינטערנאַציאָנאַלע וויסנשאַפֿטלעכע קאָנפֿערענץ, אונטער דער אַלגעמיינער טעמע "ייִדישע פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיק: איר אָנהייב און אַנטוויקלונג". אין משך פֿון דרײַ טעג האָבן די געלערנטע פֿון 6 לענדער (4 פֿון אַמעריקע, 3 פֿון ישׂראל, 7 פֿון רוסלאַנד און צו איין וויסנשאַפֿטלער פֿון דײַטשלאַנד, לעטלאַנד און מאָלדאָווע) אָפּגעהאַלטן רעפֿעראַטן, פֿאַרבונדן מיט די גרונטלעגער פֿון דער ייִדישער פּראָפֿעסיאָנעלער מוזיק און זייערע נאָכפֿאָלגער. שוין פֿונעם ערשטן אויפֿטריט אָן (פּראָפֿ' יעקבֿ נעמצאָוו, דײַטשלאַנד) האָבן די רעפֿעראַטן אַרויסגערופֿן אַ שאַרפֿע דיסקוסיע, וואָס האָט אַוודאי צוגעגעבן דער קאָנפֿערענץ אַן אָנגעזעטיקטן כאַראַקטער.

אַ סך אויפֿטרעטן זײַנען געווען דרייסטע, נאָוואַטאָרישע און אַפֿילו ראַדיקאַלע. מיט איין וואָרט, עס זײַנען געווען דרײַ טעג, אויף וועלכע עס זײַנען פֿאָרגעשטעלט געוואָרן 17 רעפֿעראַטן, צווישן זיי דער אויפֿטריט פֿון גילה פֿלאַם (ירושלימער אוניווערסיטעט), פֿון דזשעימס לאָפֿלער (אוניווערסיטעט פֿון ווירדזשיניע), יוסף רײַסקי (פּעטערבורג) און אַנדערע.

צוויי חדשים פֿאַר דער קאָנפֿערענץ האָט מיר אָנגעקלונגען דער פֿאָרזיצער פֿון דעם ייִדישן "קהילה־צענטער פֿון סאַנקט־פּעטערבורג", אַלכּסנדר פֿרענקעל און פֿאַרבעטן צו קומען אויף דער קאָנפֿערענץ מיט אַ רעפֿעראַט "ייִדישע מוזיק פֿון זלאַטע טקאַטש"; אויך דער מוזיקאַלישער דירעקטאָר פֿונעם "צענטער", יעווגעני כאַזדאַן האָט מיר פֿאָרגעלייגט אויפֿצוטרעטן מיט אַ קאָנצערט־פּראָגראַם לטובֿת די גרונטלעגער פֿון דער ייִדישע מוזיק. און אַזוי איז עס געווען: אויפֿן קאָנצערט, וואָס איז פֿאָרגעקומען אינעם ערשטן טאָג נאָך דער דערעפֿענונג פֿון דער קאָנפֿערענץ, אינעם אָרטיק קאָמפּאָזיטאָר־הויז, האָב איך געשפּילט צוויי פּיאַנע־פּיעסעס פֿון יולי ענגעל צו דער דראַמע "דיבוק". די אַלגעמיינע קאָנצערט־פּראָגראַם האָט געטראָגן דעם נאָמען "ייִדישע מוזיק פֿון 20סטן יאָרהונדערט", און איז געווען אַזוי צונויפֿגעשטעלט, אַז יעדער נומער האָט אַרויסגערופֿן בײַם צוהערער היסטאָרישע אַסאָציאַציעס.

עס האָבן אין יענעם אָוונט געקלונגען ווערק פֿון גנעסין ("ייִדישער אָרקעסטער אויף דער שׂימחה פֿונעם שטאָטקאָפּ"), פֿון משה ווײַנבערג (סאָנאַטע פֿאַר וויאָלאָנטשעל), פֿונעם ישׂראל־קאָמפּאָזיטאָר יוסף דאָרפֿמאַן (פּיאַנע־וואַריאַציעס), ווערק פֿון די הײַנטיקע פּעטערבורגער קאָמפּאָזיטאָרן אַבֿרהם יוסאָפֿין (וויאָלאָנטשעל־קאָנצערט) און יעווגעני כאַזדאַן (וואָקאַל־ציקל "שבת־ליכט"), אויסגעפֿירט פֿונעם חזן גריגאָרי יאַקערסאָן (באַריטאָן) און אַנדערע.

דער קאָנצערט אינעם קאָמפּאָזיטאָר־הויז איז געווען ווי אַן אוּווערטור צו די יוביליי־פֿײַערונגען, וואָס האָבן זיך געשלאָסן מיט אַ גרויסן קאָנצערט אינעם "קליינעם זאַל" בײַ דער פּעטערבורגער פֿילהאַרמאָניע. אין דער פּראָגראַם פֿון דעם שלוס־קאָנצערט זײַנען אויסגעפֿירט געוואָרן נאָר די ווערק פֿון די "קלאַסיקער" פֿון דער ייִדישער מוזיק אין רוסלאַנד: ענגעל, גנעסין, זשיטאָמירסקי, מילנער, אַחרון, סאַמינסקי, ראָזאָווסקי, צײַטלין, שקליאַר און קאָני. מיר איז באַזונדערס געווען צום האַרצן, אַז אינעם ערשטן טייל פֿונעם קאָנצערט האָט זיך כּסדר געהערט ייִדיש, וואָס אויף דער שפּראַך האָבן די ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן געשאַפֿן זייערע ראָמאַנסן. אין יענעם אָוונט האָבן אויך געקלונגען ווערק פֿון די רוסישע קאָמפּאָזיטאָרן (פּראָקאָפֿיעוו און סטראַווינסקי), וואָס אין זייער מוזיק האָבן זיי אויסגענוצט ייִדישע מאָטיוון.