ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סטודענטן אין קאָלומביע-אוניווערסיטעט וואָס לערנען זיך ייִדיש הײַנטיקס-יאָר. די לערערין מרים האָפֿמאַן זיצט די צווייטע פֿון רעכטס.
סטודענטן אין קאָלומביע-אוניווערסיטעט וואָס לערנען זיך ייִדיש הײַנטיקס-יאָר. די לערערין מרים האָפֿמאַן זיצט די צווייטע פֿון רעכטס.

אַזוי ווי יעדעס יאָר, באַקען איך אײַך מיט מײַנע סטודענטן אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. בלויז מיט די אָנהייבער, הייסט עס, די מיטעלע קענט איר שוין פֿון פֿאַרגאַנגענעם יאָר און די אַוואַנסירטע פֿון יאָרן צוריק. נאָך אַלעמען, ייִדן וואָס לעבן זיך אויס מיט ייִדיש, לייענען די ייִדישע צײַטונג, רעדן מאַמע־לשון, ווילן זען אַ שטיקעלע נאָכוווּקס. יונגע חבֿרה לערנען זיך ייִדיש, און לאָמיך זיך טיילן מיט אײַך, נישט נאָר לערנען זיי זיך עפּעס אויס, נאָר איך לערן זיך אויס אַ סך פֿון זיי. ווי למשל, ווער זיי זײַנען? פֿון וואַנען זיי שטאַמען? ווער זײַנען זייערע עלטערן? און וואָס האָט זיי געבראַכט אַהער? צום לימוד ייִדיש, הייסט עס. דעריבער טייל איך זיך מיט אײַך יאָ ראײַן, יאָר אויס. איידער מיר קומען צו צום תּמצית, מוז איך אויפֿקלערן לכל עם־ועדה, אַז די אַרבעטן ווערן געשריבן די ערשטע וואָך פֿון זייער סעמעסטער. איידער זיי שטעלן די ערשטע טריט, שרײַבן זיי עס אויף ענגליש און איך זעץ עס איבער פֿאַר אײַך אויף ייִדיש.

דאָס מאָל קומט מיר אָן אַ ביסעלע פּריקרע אַן ענין פֿון אַ סטודענט, און אַז איר וועט האָבן אַ ביסל געדולד, וועל איך אײַך אויפֿקלערן אין וואָס דאָ האַנדלט זיך. איך האָב אין אָנהייבער־קלאַס איבער צוואַנציק סטודענטן. איינע פֿון זיי איז אַן איטאַליענערין, אַ קריסטלעכע יונגע פֿרוי, און איינער איז אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער. ער האָט מיר דערלאַנגט סחורה נאָך דעם ווי איך האָב נישט נאָר אים, נאָר אַלעמען געפֿרעגט וואָס ברענגט זיי אַהער. און שפּעטער האָב איך געוואָלט וויסן פֿון וואַנען ער שטאַמט און געזען, אַז ער טראָגט אַ קאַפּעלע, האָב איך זיך פֿאָרגעשטעלט אַז ער איז אַ ייִד, אַון אַז ער טראָגט צוויי אויעררינגלעך מגן־דודלעך, איז אויך געווען עפּעס אַ סימן. אָבער אַזוי ווי איך בין פֿון דער נאַטור אַ פֿרעגערקע, האָב איך דאָס מאָל אויך נישט אַדורכגעלאָזט די געלעגנהייט. און ווען איך האָב אַלעמען געהייסן די ערשטע וואָך אָנשרײַבן אַן אַרבעט און באַשרײַבן וואָס האָט זיי געטריבן צו נעמען ייִדיש־קורסן, האָב איך זיך נישט געריכט אויפֿן ענטפֿער פֿון דעם סימפּאַטישן יונגן־מאַן וועלכער רופֿט זיך אָדם־יצחק ברײַענט. ער הייבט אָן זײַן באַשרײַבונג בזה־הלשון:

פֿאַרוואָס בין איך דאָ?

איך שטעל זיך פֿאָר אַז מען קוקט מיך אָן אַרײַנקומענדיק אין אַ קלאַס פֿון ייִדיש, קען מען זיך וווּנדערן מיט מײַן שאָקאָלאַד־ברוינער הויט, צי האָב איך זיך נישט פֿאַרבלאָנדזשעט. איך שטעל זיך אויך פֿאָר, אַז מיטן מאָמענט וואָס מען דערזעט אַ קאַפּעלע אויף מײַן קאָפּ און אַז איך בין אַ ייִד, וועט אויפֿשווימען די פֿראַגע:

"ביסט זיכער, אַז דו ביסט אין ריכטיקן קלאַס? צו וואָס ווילסטו זיך לערנען ייִדיש? וואָס פֿאַר אַן אינטערעס האָט פֿאַר דיר די שפּראַך, וואָס פֿון דעם ווי דו זעסט אויס איז קלאָר פֿאַר אַלע צו זען אַז דו ביסט פֿון אַפֿריקאַנעם אָפּשטאַם. דו טונקל־הויטיקער, דיקע ליפּן און געקרײַזלטע האָר. נאָר וואַרט אַ ווײַלע. דײַנע האָר זײַנען נישט געקרײַזלט. המ... אָבער ביסט נאָך אַלץ שוואַרץ. און ווידער אַ מאָל פֿאַר וואָס בין איך דאָ?"

נו, זיכער. זינט מענטשן ווילן זײַן איידל. מיר זײַנען נאָך אַלעמען אויפֿגעכאָוועט געוואָרן צו זײַן איידל פֿון קינדווײַז אָן. זײַנען די פֿראַגעס באַהאַלטענע. יאָ. נישט אויב דער אינקוויזיטאָר פֿאַרגעסט זײַנע אָדער אירע מאַנירן. זיי קען מען אָבער דערקענען אין אַן אויפֿגעהויבענער ברעם, אין אַ ווײַטן בליק און אין דער פֿראַגע: "וואָס איז דײַן ייִדישער נאָמען? ווי האַלטסטו מיט העברעיִש? זײַנען דײַנע עלטערן ייִדן? און איך וווּנדער זיך. איך וווּנדער זיך אויב די געפֿרעגטע פֿראַגעס זײַנען בלויז געמיינט פֿון נײַגעריקייט וועגן, אָדער עס שטעקט אין זיי עפּעס מער... דער אמת איז, אַז איך ווייס נישט. איז עס פֿון רישעות וועגן, אַן אופֿן פֿון אויסגעפֿינען מײַן מאָס אין ייִדישקייט. איך וווּנדער זיך. אויב איך וואָלט געווען אין אַ קלאַס פֿון דײַטש, און נאָך אַלץ פֿון אַפֿריקאַנער אָפּשטאַם, וואָלט מען מיך דאָרט געפֿרעגט צי איך בין אויפֿן ריכטיקן אָרט? וואָלט זיך עמעצער געוווּנדערט צי איך האָב זיך פֿאַרבלאָנדזשעט אַז כ'וואָלט גענומען פֿראַנצויזיש?

ניין, זיכער נישט. איז ווי זאָל איך רעאַגירן אויף דער פֿראַגע: "איר זײַט דאָ צו נעמען ייִדיש?" ווי זאָל איך אינטערפּרעטירן די פֿראַגע און די אַנדערע פֿראַגעס, די פֿראַגעס וואָס מען פֿרעגט נישט, נאָר זיי הענגען אין דער לופֿטן. ווי זאָל איך באַרויִקן מײַן אינערלעכן חשד? אַ חשד וואָס איז צו פּײַנלעך וועגן דעם צו טראַכטן, אַז די פֿראַגעס, סײַ די געפֿרעגטע און סײַ די וואָס זײַנען געבליבן שטעקן אין דער לופֿטן, אָדער אויף אַן אויפֿגעהויבענער ברעם, אָדער אַ זײַטיקן בליק וואָס זאָגט: "דאָס איז אונדזער ענין און נישט דײַנער". איז ווי קען איך נישט האָבן דעם חשד, ווי אַ שוואַרצער ייִד אין אַמעריקע, ווי ס'רובֿ שוואַרצע ייִדן אין אַמעריקע, וואָס מען האָט מיך מיט זיי מכבד געווען אַזוי פֿיל מאָל, ווי נאָר איך בין אַרײַן אין אַן אומבאַקאַנטער שיל. ווען די ייִדישע סטודענטן זעען מיך מיט מײַן קאַפּעלע, קוקן זיי זיך צוויי מאָל איבער, אָדער ווען איך גיי זיך אַזוי פּאַוואָליע אין גאַס און שטער קיינעם נישט. איך ווייס נישט. איין זאַך ווייס איך יאָ, און דאָס איז פֿאַרוואָס איך נעם אַ ייִדישן קלאַס. איך נעם עס צוליב דער זעלבער סיבה וואָס ברענגט מיך אין שיל (ווען מעגלעך), און איך היט אָפּ די ימים־נוראָים, כאָטש איך בין אַן איבערצײַגטער אַטעיִסט. צוליב דער זעלבער סיבה וואָס איך האַלט כּשר אין דער היים, צוליב דער זעלבער סיבה וואָס איך בין נײַגעריק צו באַקענען זיך מיט די אויסער ווי געוויינטלעכע וואַריאַציעס ייִדן, און ייִדיש לעבן וואָס עקזיסטירט אויף דער וועלט. איך לערן ייִדיש צוליב דער זעלבער סיבה וואָס איך זאָג קדיש פֿאַר מײַנע ליבע. צוליב דער זעלבער סיבה וואָס איך זאָג די "שמע" ווען איך גיי שלאָפֿן און ווען איך שטיי אויף, און צוליב דער זעלבער סיבה וואָס איך האָף צו האָבן די געלעגנהייט צו זאָגן עס גלײַך פֿאַר מײַן טויט. ווײַל איך בין אַ ייִד. וואָס פֿאַר אַן אַנדער סיבה דאַרף איך?

ווען איך האָב געלייענט די אַרבעט פֿון יצחק־אָדמען, האָט עס מיך סײַ גערירט, סײַ געבאָדזשעט (פֿאַרדראָסן), ווײַל איך האָב געוווּסט אַז עס קומט נישט פֿון דעם וואָס איך האָב געפֿרעגט. ווײַל איך האָב געבעטן יעדן איינעם, ווי איך פֿרעג עס יעדעס יאָר אויף צו באַקענען מיך מיט דער היים, דעם אָפּשטאַם און דעם אינטערעס פֿאַרוואָס זיי נעמען ייִדיש. זעט אויס, אַז יצחק־אָדם איז זייער אַ סענסיטיווער מענטש. האָט עס שטאַרק וויי געטאָן, און איך בין גליקלעך וואָס ער האָט זיך געפֿילט פֿרײַ מיר דאָס צו באַשרײַבן. זינט דעמאָלט זײַנען אַוועק אַ פּאָר וואָכן און יצחק־אָדם און איך זײַנען די בעסטע פֿרײַנד. מיר וויצלען זיך און חכמענען זיך, און איך מוז אײַך זאָגן, ער מאַכט גרויס פּראָגרעס.

חוה־לאה שיינבערג

ביידע מײַנע עלטערן זײַנען געבוירן און אויפֿגעכאָוועט געוואָרן אויף דער "לאָוער איסט סײַד", פֿון מאַנהעטן. ביידע זײַנען אויפֿגעוואַקסן רעדנדיק ייִדיש ווי די צווייטע שפּראַך, און ביזן הײַנטיקן טאָג קען מען נאָך זיי הערן רעדן מאַמע־לשון ווען זיי ווילן נישט אַז עמעצער זאָל זיי פֿאַרשטיין. מײַן טאַטנס עלטערן זײַנען פּוילישע ייִדן. מײַן זיידע האָט געוווינט אין וואַרשע און זיך געראַטעוועט דורך כינע, געקומען קיין אַמעריקע פֿאַרן חורבן. מײַן באָבע, ווידער, איז אַוועק מיט איר גאַנצער משפּחה קיין קאַנאַדע און שפּעטער מיט מײַן זיידן קיין ניו־יאָרק. ביידע האָבן זיך אויסגעלערנט צו רעדן ענגליש ווען זיי זײַנען געקומען קיין אַמעריקע. מײַן מאַמעס עלטערן זײַנען שוין אַמעריקאַנער געבוירענע, אָבער זיי האָבן פֿליסיק גערעדט ייִדיש ווי קינדער, ווײַל זייערע עלטערן האָבן בלויז גערעדט ייִדיש. מיט יעדן דור אין מײַן משפּחה איז די ייִדישע קולטור אײַנגעשרונקען און איך וואָלט געווען אַ בעלנטע דאָס צו בײַטן און רעדן די שפּראַך פֿון מײַנע נאָענטע אָבֿות.

מוריה ראַבין

איך הייס מוריה ראַבין און איך לערן זיך אין באַרנאַרד־קאַלעדזש. איך קאָנצענטריר זיך אויף פּרע־מעדיצין און איך פּלאַניר צו אַרבעטן אין פֿינאַנץ אַזוי שנעל ווי איך גראַדויִר און ערשט נאָך דעם וועל איך זיך אָפּגעבן מיט מעדיצין. געבוירן און דערצויגן אין ענגלוווּד, ניו־דזשוירזי, בין איך די ייִנגסטע פֿון דרײַ קינדער. מײַן שוועסטער אליזה, וועלכע האָט לעצטנס חתונה געהאַט און זיך אַוועקגעצויגן אויף דער "אַפּער וועסט סײַד", פֿון מאַנהעטן. מײַן ברודער אַריאל, וווינט אין סטעטן־אײַלענד מיט זײַן פֿרוי און צוויי טײַערע זינדעלעך. נאָכן פֿאַרענדיקן די גימנאַזיע האָב איך זיך געלערנט אין מדרשת לינדענבאַום אין ירושלים.

איך האָב נישט קיין פֿאָרמעלע דערציִונג אין ייִדיש, און מײַן באַגרענעצט וויסן פֿון דער שפּראַך קומט פֿון באָבע־זיידן. זיי זײַנען געקומען פֿון מיזרח־אייראָפּע. און דאָס ביסעלע ייִדיש וואָס איך קען קומט אויך פֿון מײַן טאַטן, וועלכער איז אויפֿגעכאָוועט געוואָרן אין דער היים מיט ייִדיש וווּ עס זײַנען אָפֿט אַרײַנגעפֿאַלן ענגלישע ווערטער. דאָס "האַסע וואַסער", וואָס דער טאַטע האָט געפֿאָדערט מיט דער וועטשערע. ווען עמעצער האָט גענאָסן איז דער אָפּרוף פֿון דער משפּחה אַלע מאָל געווען "צו געזונט". מיט דער צײַט איז מײַן ווילן צו לערנען זיך ייִדיש געוואַקסן. איך בין געקומען צו דער פֿאַרשטענדעניש אַז צו דעם עזבֿון פֿון אַמאָליקן אַשכּנזישן ייִדנטום געהערט אויך ייִדיש, וואָס די שפּראַך איז אַן אומאָפּשאַצבאַרער קולטור־אוצר, וואָס אַנטהאַלט אין זיך דעם שליסל צו ייִדישקייט. און צוליב דער סיבה, ווער איך נישט נתפּעל פֿון יענע וואָס זאָגן מיר אַז איך פֿאַרטאַכלעווע מײַן צײַט מיטן לערנען זיך די שפּראַך וואָס, זיי גלייבן, שטאַרבט. זיי רעדן אין מיר אַרײַן אַז די שפּראַך איז באַגרענעצט צו אַן איזאָלירטער מינאָריטעט פֿון אולטראַ־אָרטאָדאָקסישע ייִדן און אַז איך וועל קיין מאָל נישט רעדן די שפּראַך. זיי גלייבן, אַז איך וועל אָנווערן מײַן אָנהאַלט איבער דער שפּראַך אַזוי שנעל ווי איך וועל זיך זי אויסלערנען. איך אָבער גלייב, אַז זייער צוגאַנג האָט טאַקע בײַגעשטײַערט צו דעם וואָס אַזאַ רײַכע שפּראַך און קולטור איז אין סכּנה. דאַרפֿן מיר, הייסט עס, אויפֿהאַלטן דאָס לשון, אירע לידער און מעשׂיות און זיי איבערגעבן צו די קומענדיקע דורות. איך גיי נישט דאָ ווערן אַ מומחה פֿון דער שפּראַך צוליב איין סעמעסטער. אָבער איך פֿריי זיך אַפֿילו מיט דער עלעמענטאַרער קענטשאַפֿט פֿון ייִדיש ווי אַן אופֿן צו פֿאַרשטיין פֿון וואַנען איך שטאַם און וווּ איך גיי.

אסתּר לעווין

ווען איך האָב דערציילט מײַן מאַמען, אַז איך נעם ייִדיש איז זי געווען אויסער זיך פֿאַר פֿרייד. ווען איך האָב דערציילט מײַנע פֿרײַנד, אַז איך נעם ייִדיש, אַ טייל פֿון זיי האָבן געלאַכט און אַנדערע האָבן מיר צוגעגעבן מוט. אינטערעסאַנט, אַז געוויסע קהילות רעדן נאָך אַלץ ייִדיש בעת אַנדערע נישט. איך גלייב אַז עס האָט צו טאָן מיטן פֿאַקט וואָס די נײַע אימיגראַנטן האָבן אַזוי געוואָלט ווערן אַמעריקאַניזירט, אַז זיי האָבן פֿאַרשטאַנען אַז זיי וועלן דאַרפֿן רעדן ענגליש. אָבער אַנדערע זײַנען געווען צופֿרידן דערמיט וואָס זיי שליסן זיך אָפּ און פֿירן אַ באַזונדער לעבן וווּ די משפּחות רעדן בלויז ייִדיש.

(המשך אין קומענדיקן נומער)