פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די רוסישע סאָציאָלאָגן האָבן מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק געשטעלט אַזאַ פֿראַגע: אונטער וועמעס ממשלה איז רוסלאַנד אין די לעצטע הונדערט יאָר געגאַנגען לויט דעם סאַמע ריכטיקן וועג? 80 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע רוסישע תּושבֿים האָבן אָנגערופֿן וולאַדימיר פּוטינס נאָמען. אויפֿן צווייטן אָרט האָט מען אַוועקגעשטעלט לעאָניד ברעזשניעוון, אויפֿן דריטן — וולאַדימיר לענינען. אַ ביסל ווייניקער פֿון לענינען האָבן אָנגעקליבן שטימען יאָסיף סטאַלין און ניקאָלײַ דער צווייטער. באָריס יעלצין און מיכאַיִל גאָרבאַטשאָוו האָבן פֿאַרנומען די צוויי העכסטע פּאָזיציעס צווישן די סאַמע ניט פּאָפּולערע פֿירער פֿונעם לאַנד. מע דאַרף ניט זײַן קיין סאָציאָלאָג, כּדי זיך נאָך אַ מאָל איבערצײַגן, אַז די רוסן האָבן נאָך ווייניק אַרומגעבלאָנדזשעט אין מידבר (און אַ סך זײַנען אַפֿילו ניט אַרויס פֿון מצרים), דער דור פֿון שקלאַפֿן איז נאָך דאָרטן ניט אויסגעשטאָרבן.

וועגן דעם איצטיקן פּרעזידענט, דמיטרי מעדוועדיעוון, האָט מען גאָרנישט ניט געפֿרעגט, ווײַל ער איז דערווײַל אַ נײַער מענטש. דאָך, האָט דאָס דאָזיקע "פּנים-חדשות" פֿאָרגעלייגט דעם 5טן נאָוועמבער אַ גאַנץ ממשותדיקע איבערקערעניש אין דער מלוכישער סיסטעם. מע קען זײַן זיכער, אַז די רוסישע ביוראָקראַטישע סיסטעם (קיין אַנדערע עקזיסטירט דאָרטן ניט) וועט עס אָננעמען אין זייער אַ קורצער צײַט. די אָפּאָזיציע האָט ניט קיין כּוח אָפּצושטעלן צי, לכל-הפּחות, אַ ביסל בײַטן די ריכטונג, אויסגעקליבן דורך דער רעגירונג.

קודם-כּל, וועט דער צײַט-אָפּשניט פֿאַר נײַע רוסישע פּרעזידענטן אויסוואַקסן פֿון פֿיר ביז זעקס יאָר, בעת דער פּאַרלאַמענט (דומע) וועט אויך באַקומען אַ צוגאָב-יאָר. ס'רובֿ אַנאַליטיקער האָבן עס אָפּגעשאַצט ווי אַ צוגרייטונג צו אַ נײַעם פּרעזידענטישן פּעריאָד פֿאַר פּוטינען. מעדוועדיעווס טערמין פֿאַרענדיקט זיך אין 2012, און דערנאָך קען זיך פּוטין אומקערן אַזש אויף צוועלף יאָר. אַלע אויספֿרעגן ווײַזן, אַז דער המון חלומט דערווײַל וועגן זײַן צוריקקומען.

נאָך איין מער אָדער ווייניקער וויכטיקע, הגם דער עיקר דעקאָראַטיווע, אינאָוואַציע געפֿינט מען אין מעדוועדיעווס פּראָיעקט: די פּאַרטיי, וואָס האָט די מערהייט אין פּאַרלאַמענט, לייגט פֿאָר קאַנדידאַטן אויף די שטעלעס פֿון גובערנאַטאָרן. דאָס וועט נאָך מער פֿאַרפֿעסטיקן די פֿאַקטיש איינפּאַרטיייִשע שיטה פֿונעם רוסישן פּאָליטישן לעבן. אין באָריס יעלצינס "שלעכטע" (אויב צו גלייבן דעם אויבן-ציטירטן אויספֿרעג) צײַטן פֿלעגט מען די גובערנאַטאָרן אויסקלײַבן. אין פּוטינס "גוטע" צײַטן האָט מען באַשלאָסן פּטור צו ווערן פֿון אָט דעם וויכטיקן קאָמפּאָנענט פֿון דעמאָקראַטיע. די גובערנאַטאָרן באַשטימט אויף זייערע שטעלעס דער פּרעזידענט.

גלײַכצײַטיק, טראָגט אין זיך מעדוועדיעווס פּראָיעקט עפּעס אַ שפּיל אין דעמאָקראַטיע. עס וועט זײַן אַ ביסל גרינגער צו רעגיסטרירן אַ פּאַרטיי און צו באַקומען די רעכט אויף צו באַטייליקן זיך אין די פּאַרלאַמענטאַרע וואַלן. מע שאַפֿט ניט אָפּ די 7־פּראָצענטיקע שפּאַרונע אויף דורכצוגיין אין פּאַרלאַמענט, אָבער די פּאַרטיי, וואָס וועט אָנקלײַבן 5 פּראָצענט באַקומט אַ צוקערקע — זי האָט אַ שאַנס צו האָבן אַ דעפּוטאַט אָדער אַפֿילו צוויי דעפּוטאַטן. אויף דער רוסישער שקאַלע איז עס שוין אַ שטיקל דעמאָקראַטיע.

אין זײַן רעדע האָט פּוטין קריטיקירט אַמעריקע פֿאַר אונטערהעצן גרוזיע צו אַטאַקירן די סעפּאַראַטיסטישע אַנקלאַוון, דרום-אָסעטיע און אַבכאַזיע, און פֿאַר דעם עקאָנאָמישן קריזיס. בכלל, אַמעריקע איז שיִער ניט קיין זידלוואָרט אין דער רוסישער מלוכה-קאָנטראָלירטער פּראָפּאַגאַנדע. די טעלעוויזיע און פּרעסע האָדעוועט דעם המון מיט באָבע-מעשׂיות וועגן דעם מצבֿ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. מע הערט אַפֿילו גאַנץ ראַסיסטישע קאָמענטאַרן וועגן דעם נײַעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט. נוצנדיק די סטיליסטישע דערפֿאַרונג פֿון סאָוועטישער פּראָפּאַגאַנדע, לאַכט מען אויס, פֿאַרשטייט זיך, די אַמעריקאַנער דעמאָקראַטיע — ווי קען זי זיך גלײַכן מיט דער רוסישער!

אַ שאַרפֿע רעאַקציע האָט אין אויסלאַנד, בפֿרט אין אייראָפּע, אַרויסגערופֿן דער טייל פֿון מעדוועדיעווס פּראָגראַם, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט אַרײַנברענגען אין דער קאַלינינגראַדער געגנט ראַקעטן פֿון דער סיסטעם "איסקאַנדער" — זיי קענען דערגרייכן צילן אויף אַ דיסטאַנץ ביז 280 קילאָמעטער. די קאַלינינגראַדער געגנט, וואָס איז אַריבער צום סאָוועטן-פֿאַרבאַנד ווי אַ טראָפֿיי פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה, געפֿינט זיך צווישן פּוילן און ליטע, אַזוי אַז די ראַקעטן קענען דערגרייכן אַ גאַנצע ריי אייראָפּעיִשע לענדער. אַפֿילו די דײַטשישע רעגירונג, וואָס באַמיט זיך צו האָבן גוטע באַציִונגען מיט רוסלאַנד, האָט קלאָר געמאַכט איר אומצופֿרידנקייט מיט אַזאַ קאַלט-מלחמהדיקן טריט פֿון מאָסקווע. די רוסישע רעגירונג מאַכט ניט קיין סוד פֿון דעם, וואָס דערמיט ענטפֿערט זי אויף די אַמעריקאַנער פּלענער פֿון אַרײַנברענגען אין מיזרח-אייראָפּע נײַע ראַקעטן- און קעגן-ראַקעטן-סיסטעמען.

אין דער הפֿקר-וועלט, וואָס האָט זיך אַנטוויקלט אין אַ היפּשער מאָס צוליב די נאַרישקייטן פֿון דער בוש-אַדמיניסטראַציע, פֿירט זיך אויף רוסלאַנד אַלץ מער ווי אַ כוליגאַן, באַגליקט מיט נאַפֿט און באַוואָפֿנט מיט נוקלעאַרע באָמבעס. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס די איבעריקע כוליגאַנישע צי סתּם באַנדיטישע רעזשימען ציִען זיך צו מאָסקווע. דער וועלט בכלל און דער אָבאַמאַ-אַדמיניסטראַציע בפֿרט וועט זײַן ניט גרינג צו האַנדלען מיט מעדוועדיעוו-פּוטינס רוסלאַנד.