אויב — און ווען — אַריאל שרון וועט זיך אויפֿכאַפּן פֿון זײַן קרובֿ 3־יאָריקן לעטאַרגישן שלאָף, וועט דאָס זײַן שוין דאָס צווייטע מאָל, ווי ער האָט עס געטאָן: דאָס ערשטע מאָל איז עס געווען מיט אַ פֿינף יאָר צוריק, ווען דער דאָזיקער נישט דיסציפּלינירטער אַרמיי־קאָמאַנדיר אין די מלחמות און שטראָף־אָפּעראַציעס קעגן די אַראַבער, דער גרינדער פֿון דער “קאָמאַנדאָ־איינהייט 101" און מיטאָלאָגישער “בולדאָזער פֿון דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע" אויף די אָקופּירטע פּאַלעסטינער שטחים, האָט געמאַכט זײַן דראַמאַטישן איבערקער, האָט צעבראָכן דעם “נאַציאָנאַלן קאָנצענזוס" און געוואָרן אַן אָנהענגער פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה בײַ דער זײַט פֿון מדינת־ישׂראל.
“מיר האָבן זיך אויפֿגעכאַפּט פֿון אַ לאַנג־יאָריקן חלום וועגן אַן אַרץ־ישׂראל השלמה" — האָט שרון דערקלערט אויף דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ, אויף וועלכער דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש האָט פּראָקלאַמירט זײַן פּלאַן פֿון דער “וועגן־מאַפּע" פֿאַר אַ שלום מיט די פּאַלעסטינער. “וואָס מען זעט נישט פֿון דאָרטן, זעט מען פֿון דאַנען" — האָט שרון באַטאָנט. — דאָס מיינט, פֿונעם פֿענצטער פֿון דער פּרעמיער־קאַנצעלאַריע.
די “וועגן־מאַפּע" פֿון פּרעזידענט בוש איז איצט געבליבן אַ טויטער דאָקומענט מיטן פֿאַרענדיקן זײַן הערשאַפֿט אין “ווײַסן הויז"; און אויב שרון וועט זיך איצט ווידער אויפֿוועקן, וועט ער דערזען פֿאַר זיך אַ נײַע "וועגן־מאַפּע": נישט קיין טויטן דאָקומענט, וואָס האָט באַקומען זײַן באַקרעפֿטיקונג אין אַנאַפּאָליס, נאָר אַ לעבעדיקע מאַפּע פֿון דעם באַוועגלעכן און רוישיקן פּאַרטיייִשן פֿערד־מאַרק ערבֿ די וואַלן צו דער 18טער כּנסת. אַ מאַפּע פֿון די וועגן, אויף וועלכע עס לויפֿן אַרום הין־און־צוריק די מאַכטגײַציקע פּאַרטיייִשע עסקנים, וואָס פּאָליטיק איז געווען, אָדער געוואָרן, דער מהות פֿון זייער געזעלשאַפֿטלעכן לעבן און דער ציל פֿון זייערע פּערזענלעכע באַגערן.
דאָס איז נישט קיין נאָווינע אויף דעם פּאָליטישן יאַריד, וואָס ווערט אויפֿגעלעבט יעדע פּאָר יאָר אין זכות פֿון די אָפֿטע פּאָליטישע סקאַנדאַלן, רעזיגנאַציעס אָדער דעמיסיעס פֿון די רעגירונגען און זייערע “שעפֿן" און די תּמיד צוגעאײַלטע וואַלן צו דער כּנסת. כאָטש יעדע נײַ געוויילטע כּנסת און יעדע אויפֿגעשטעלטע רעגירונג באַקומט פֿון די וויילער דעם מאַנדאַט אויף גאַנצע פֿיר יאָר אַדורכצופֿירן אירע פּאָליטישע און מלוכישע פּלענער — שטעלט זיך באַלד אויס הינטער דעם מנהיג, וואָס ווערט אויסגעוויילט צום רודער פֿון דער מדינה, אַ לאַנגע קייט פֿון נישט פֿאַרגינערס, וואָס “שטעלן אים אונטער פֿיסלעך" און וואַרטן מיט אומגעדולד אויף זייער געלעגנהייט איבערצונעמען דעם רודער. יעדער נײַער “דרײַווער" פֿאַרקערט דעם רודער אין אַן אַנדערער ריכטונג — און אַזוי ווערן די מלוכישע פּראָיעקטן און פּאָליטישע פּלענער נישט רעאַליזירט צוליב די אָפֿטע קריזיסן, וואָס קומען איינער נאָך דעם אַנדערן און פֿאַרוואַנדלען דאָס מלוכישע און פּאָליטישע לעבן אין אַן אייביקן קריזיס פֿון אויסזיכטלאָזיקייט, פֿון נישט דערפֿילטע הבֿטחות — ביז פֿאַרצווייפֿלונג.
די נאָווינע אין דער וועגן־מאַפּע פֿון דעם איצטיקן פּאַרטיייִשן פֿערד־מאַרק באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס קיין “פֿרישע סחורה" קענט איר דאָרט דאָס מאָל נישט געפֿינען: מע פֿאַרקויפֿט דאָרט בלויז אַלטע, אָפּגענוצטע סחורה. אויפֿן פּאָליטישן לשון הייסט זי: מנהיגים מיט דערפֿאַרונג. אין דער אמתן איז דאָס אָבער אַ דערפֿאַרונג פֿון אומפֿאַרגעבלעכע דורכפֿאַלן, וואָס האָבן לרובֿ געברענגט דער מדינה און אירע תּושבֿים די גרעסטע שאָדנס און די שווערסטע קרבנות. זיי זײַנען דאָך די אמתדיקע סיבה פֿון די אָפֿטע קריזיסן און די פֿריצײַטיק צוגעאײַלטע וואַלן.
און דאָס אַלץ — אין זכות פֿון דעם קורצן קאָלעקטיוון זכּרון, וואָס איז דאָס שטאַרקסטע געווער פֿון די פּאָליטיקער. מיט אָט דעם געווער האָט אהוד ברק באַזײַטיקט עמיר פּרצן פֿון אַלע זײַנע אָנפֿירנדיקע אַמטן אין דער פּאַרטיי און אין דער רעגירונג. מיט דעם זעלבן געווער האָט שאול מופֿז געקעמפֿט קעגן ציפּי לבֿני אין די פּרײַמעריס אין “קדימה", און מיט אָ־דעם געווער קעמפֿן קעגן איר די ריוואַלן און די קעגנערס אירע, בראָש מיט די דרײַ מיליטאַנטישע פּאַרטיי־באָסן נתניהו, ברק און מופֿז אין דעם וואַל־פֿאַרמעסט, צו וועלכן זיי גרייטן זיך אויף דעם 10טן פֿעברואַר 2009.
צוזאַמען מיט זיי גרייטן זיך צו דעם כּנסת־פֿאַרמעסט נאָך עטלעכע הונדערט פּאָטענציעלע “פֿאָרשטייערס פֿון פֿאָלק", כּדי צו באַזעצן די 120 ווייכע פֿאָטעלן, אויף וועלכע עס ווערט באַשטימט דער גורל פֿון דער מדינה און פֿון אירע תּושבֿים. אויך זיי וועלן נאָך די וואַלן זיך אויסשטעלן אין דער לאַנגער ריי צום רודער פֿון דער מדינה, צו וועלכן עס שטרעבט און פּרעטענדירט כּמעט יעדער איינער פֿון זיי. נישט ווייניק פֿון זיי וועלן גלײַך נאָך זייער אויסוואַל זיך נעמען צו דער מלאָכה פֿון פֿאַרקירצן דאָס לעבן און דעם מאַנדאַט פֿון דעם נײַ־געוויילטן רעגירונג־שעף, כּדי וואָס גיכער אַליין זיך צו דערשלאָגן צום רודער — און דאָס וועט ווידער פֿירן צו נײַע קריזיסן און צו נײַע צוגעאײַלטע וואַלן, און אַזוי וועט ווײַטער אָנגיין דער זעלבער חד־גדיא...
נײַ איז אָבער, ווי געזאָגט, די "וועגן־מאַפּע" פֿון די אויפֿגעקומענע און גיך פֿאַרשוווּנדענע, באַנײַטע און “איבערגעניטשעוועטע" פּאַרטייען און וואַל־רשימות, וואַל־בלאָקן און פֿאָרמירונגען צו די אָנגעזאָגטע וואַלן, כאָטש קיין נײַע וויזיע, קיין אידעיִשן חזון, קיין נײַע בשׂורה ברענגען זיי נישט מיט זיך. זיי ברענגען, אָבער, אויף דער נײַער מאַפּע פֿון די וועגן, אַ הין־און־צוריק־געלויף פֿון אַלטע פּאָליטישע מנהיגים אויף די וועגן פֿון איין פּאַרטיייִשער ראַם צו דער אַנדערער, און לייגן פֿאָר זייער אָפּגענוצטע אָדער איבערגעניצעוועטע סחורה נאָכן אויסדינגען זיך וועגן דעם פּרײַז. ערשט מיט דרײַ יאָר צוריק האָט זיך אָנגעהויבן דער גרויסער אַריבערלויף פֿון מנהיגים, עסקנים און כּנסת־דעפּוטאַטן פֿון “ליכּוד" און פֿון “עבֿודה" צו דער נײַ־געגרינדעטער פּאַרטיי “קדימה" בראָש מיט אַריאל שרונען, וועלכער האָט צעשמעטערט דעם “ליכּוד", אָפּגעריסן פֿון אים צוויי דריטל און אים איבערגעלאָזט מיט בלויזע 12 מאַנדאַטן אין יענער כּנסת. אויך “עבֿודה" איז געוואָרן אײַנגעשרומפּן. אין די וואַלן נאָך שרונס מוח־סטראָק איז “קדימה" אונטער אָלמערטן נאָך אַלץ געבליבן די גרעסטע פּאַרטיי, כאָטש זײַן פּערזענלעכע פּאָפּולאַריטעט איז, אין רעזולטאַט פֿון דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה און די אויספֿירונגען פֿון דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע זייער נידעריק געפֿאַלן. זי האָט זיך אָבער נאָך אַלץ געשטאַרקט אין זכות פֿון דער געהויבענער פּאָפּולאָריטעט פֿון ציפּי לבֿני, וועלכע האָט איבערגענומען די אָנפֿירונג פֿון “קדימה".
אָבער אויף דעם איצטיקן מציאות־יאַריד האָט דער “ליכּוד" אָפּגעהאַלטן דעם גרעסטן דערפֿאָלג בײַם ווערבירן און אײַנקויפֿן “גענוצטע סחורה" צו דעם וואַל־פֿאַרמעסט, מיטן צוריקקערן אין דער פּאַרטיי די צוויי “פּרינצן", בני בעגין און דן מערידאָר, וועלכע האָבן זי געהאַט פֿאַרלאָזט מחמת זייער קעגנערשאַפֿט צו די פֿירונגען פֿון נתניהו. צו זיי האָבן זיך אָנגעשלאָסן דער געוועזענער פּאָליציי־קאָמאַנדיר אסף חפֿץ, וואָס איז מיט צוויי חדשים צוריק נאָך געווען אַ מיטגליד אין “עבֿודה", און אַ קרובֿ פֿון משה דיין, דער גענעראַל עוזי דיין, וועלכער האָט געזוכט אַן אַכסניה פֿאַר זײַנע פֿירערישע אַמביציעס. פֿאַר דעם איז צום “ליכּוד" צוגעשטאַנען דער גענעראַל יוסי פלד (פּעלעד), דערנאָך די געוועזענע וואָרטזאָגערין פֿון צה״ל, מירי רעגעוו, און הײַנטיקע וואָך, נאָך לאַנגע דינגענישן מיט אַלע רעכטע פּאַרטייען, וועלנדיק אויסדינגען דאָס גאַראַנטירטע “צווייטע אָרט", איז צום “ליכּוד" אויך צוגעשטאַנען דער געוועזענער עקסטרעם־רעכטער שעף פֿון מיליטערישן גענעראַל־שטאַב, כאָטש אַ קיבוצניק, “בוגי" יעלון.
אַזוי אַרום איז שטאַרק ענג געוואָרן אין דעם פֿירערישן שיכט פֿון דער פּאַרטיי — כאָטש זיי אַלע האָבן זיך אָנגעשלאָסן צום “ליכּוד" צוליב איר געשטיגענער פּאָפּולאַריטעט, און זיכער נישט מחמת אידעאָלאָגישע מאָטיוון — ווײַל אַזעלכע זײַנען שוין כּמעט נישט געבליבן אין די פּאַרטיייִשע אַרסענאַלן, חוץ אין "מר"צ" און אין רעליגיעזן לאַגער. די דאָזיקע “ענגשאַפֿט" האָט אַרויסגערופֿן אַ שטאַרקע אומצופֿרידנקייט בײַ די איצטיקע אַקטיווע עסקנים, וועלכע האָבן מורא צו פֿאַרלירן זייער הויכע פּאָזיציע אין דער פּאַרטיי. דאַקעגן איז דער דריטער “פּרינץ" פֿון דעם אַמאָליקן “חרות", עוזי לאַנדאַו, אַוועק צו “ישׂראל ביתּנו" פֿון אבֿיגדור ליבערמאַן.
פֿון “עבֿודה" זײַנען אַוועק ד"ר אפֿרים סנה, אָנזאָגנדיק דאָס שאַפֿן פֿון אַ נײַער אידעיִשער ראַם, און דער מיניסטער עמי איילון, געוועזענער קאָמאַנדיר פֿון ים־פֿלאָט און פֿונעם געהיימדינסט, בעת דער כּנסת־דעפּוטאַט אופֿיר פּינעס האָט נאָך לאַנגע ראַנגלענישן באַשלאָסן צו בלײַבן אין דער פּאַרטיי, נישט געקוקט אויף זײַן שטאַרקער אומצופֿרידנקייט מיט דער פּאָליטיק פֿון מיניסטער ברק. איילון איז, דאַקעגן צוגעשטאַנען צום “מימד" פֿון הרבֿ מלכיור, פֿון די פֿאָרגעשריטענע פֿרומע, וועלכע איז ביז איצט געווען אַן אָפּצווײַג פֿון “עבֿודה".
אין “לינקן" לאַגער האָט זיך אָנגעהויבן אָרגאַניזירן אַן ערנסטע גרופּע אינטעלעקטואַלן, בראָש מיט די באַקאַנטע שרײַבער עמוס עוז, דוד גראָסמאַן און א. ב. יהושע, ווי אויך פּראָפֿ’ מ. קרעמניצער און די געוועזענע פֿאַרוואַלטער פֿון ראַבינס פּרעמיער־קאַנצעלאַריע, גלעד שׂר און יוסי קוטשיק, ווי אויך די געוועזענע פֿירערישע טוער פֿון “עבֿודה". די דאָזיקע גרופּע נעמט אויך אַרײַן די, וואָס האָבן געשטימט פֿאַר דער וואַל־ליסטע פֿון דעפּוטאַט דבֿ חנין פֿון “חדש". זיי פֿאַרהאַנדלען איצט מיט דעם נײַעם מנהיג פֿון "מר״צ", חיים אורון, וועגן אַ נײַעם נאָמען פֿאַר דער נײַער פּאָליטישער ראַם.
אַ ראַדיקאַלע ענדערונג איז הײַנטיקע וואָך פֿאָרגעקומען אין דעם רעליגיעז נאַציאָנאַלן לאַגער, מיט דער ליקווידאַציע פֿון "מפֿד״ל", וועלכע האָט, נאָך 52 יאָר פֿון איר עקזיסטענץ פֿאַרלוירן איר בכורה אין דעם דאָזיקן לאַגער און איז אַראָפּ פֿון דער היסטאָרישער אַרענע. די אַמאָליקע “מזרחי" און “הפּועל המזרחי", וועלכע האָבן זיך באַטראַכט ווי די “הסטורישע שותּפֿטע" פֿון דער אַרבעטער־באַוועגונג, איז זינט דער זעקס־טאָגיקער מלחמה געוואָרן פֿונדאַמענטאַליסטיש אָריענטירט און האָט זיך איצט אַרײַנגעפֿלאָכטן אין דער נײַער פֿאָרמירונג פֿון אַ נײַער פֿאַראייניקטער פּאַרטיי פֿון אַלע עקסטרעמיסטיש־רעכטע גרופּירונגען. דער ביז־איצטיקער מנהיג אפֿי איתם האָט זיך אָבער צו איר נישט אָנגעשלאָסן, זוכנדיק נאָך אַלץ אַ נײַע אָדער אַן אַלטע פּאַרטיי, וואָס זאָל אים אָננעמען ווי איר אָנערקענטן מנהיג.
אויך דאָס איז אַ נאָווינע: אַ מנהיג, וואָס זוכט אַ פּאַרטיי...
תּל־אָבֿיבֿ, 18טער נאָוועמבער 2008