געזעלשאַפֿט
פּרעמיער אהוד אָלמערט באַזוכט אַ פֿאָטאָגראַפֿישע אויסשטעלונג פֿון די שילן, וואָס די נאַציס האָבן חרובֿ געמאַכט מיט 70 יאָר צוריק, דעם 9טן נאָוועמבער, אין "יד־ושם"
פּרעמיער אהוד אָלמערט באַזוכט אַ פֿאָטאָגראַפֿישע אויסשטעלונג פֿון די שילן, וואָס די נאַציס האָבן חרובֿ געמאַכט מיט 70 יאָר צוריק, דעם 9טן נאָוועמבער, אין "יד־ושם"
Getty Images

די דאַטע פֿון דעם 9טן נאָוועמבער 1938 איז טיף אײַנגעקריצט אין דעם זכּרון פֿון ייִדישן פֿאָלק. דער אויסבראָך פֿון די בלוטיקע פּאָגראָמען אויף די ייִדן אין דײַטשלאַנד איז באַקאַנט ווי די "קרישטאָלנאַכט", צוליב די מאַסן שפּליטערס פֿון צעבראָכענע וויטרינעס פֿון די פֿענצטער פֿון די געשעפֿטן, און פֿון די זשיראַנדאָלן און קאַנדעלאַבערס פֿון בתּי־כּנסת, וואָס האָבן באַדעקט אין יענער נאַכט די גאַסן און געסלעך פֿון די ייִדישע קהילות אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך, ווי עס האָט איבערגעגעבן אַנקאַ שמיר אין איר אַלגעמיינעם היסטאָרישן איבערבליק "70 יאָר נאָך דער ‚קרישטאָלנאַכט’" אין לעצטן נומער פֿון אונדזער "פֿאָרווערטס" 14—20 נאָוועמבער 2008.


הײַיאָר, צוליב דער קײַלעכדיקער דאַטע, זענען פֿאָרגעקומען אין ירושלים, און אין אַנדערע שטעט אין דער גאָרער וועלט, באַזונדערס אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך, ברייט־פֿאַרנעמיקע אָנדענק־פּראָגראַמען, געווידמעט דער "קרישטאָלנאַכט". אין ירושלים זענען די דאָזיקע פּראָגראַמען פֿאָרגעקומען אונטער דעם אַלגעמיינעם צייכן "עולם ישן עלה באש" (די אַלטע וועלט אַוועק מיטן פֿײַער), אָרגאַניזירט דורכן משכּנות־שאַננים־צענטער אויפֿן נאָמען פֿון קאָנראַד אַדענאַוער, מיט דער אַקטיווער באַטייליקונג פֿון דעם מיניסטעריום פֿאַר וווילזײַן און אַנדערע נאַציאָנאַלע אינסטיטוציעס אין לאַנד.

זונטיק אָוונט, דעם 9טן נאָוועמבער, איז די דערעפֿענונג־פּראָגראַם פֿאָרגעקומען אין דרויסן, אַקעגנאיבער די אַלטע מויערן פֿון דער אַלטשטאָט. עס זענען אויפֿגעטראָטן יצחק הערצאָג, מיניסטער פֿאַר וווילזײַן און דער ממונה פֿאַר די תּפֿוצות אין קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם, די אַמבאַסאַדאָרן פֿון דײַטשלאַנד און עסטרײַך, ווי אויך דער כאָר פֿון "היכל־שלמה" אין ירושלים, אונטער דער דירעקציע פֿון אלי יפֿה, וואָס האָט אויסגעפֿירט זייער רירנדיק די צוויי באַקאַנטע תּפֿילות "זכרתּי לך חסד נעוריך" און "שובֿי נפֿשי" פֿון דעם ייִדיש־דײַטשישן קאָמפּאָזיטאָר לויִ לעוואַנדאָווסקי.

דער לייטער פֿון משכּנות־שאַננים־צענטער אורי דרומי האָט בעתן פֿאָרשטעלן די צוויי אַמבאַסאַדאָרן דערקלערט פֿאַר דעם גרויסן, פֿאַרזאַמלטן עולם, אַז זיי וועלן רעדן אין דײַטש, ווײַל זייער אויפֿטריט ווערט דירעקט טראַנסמיטירט דורך דער טעלעוויזיע אין זייערע לענדער.

סײַ דער דײַטשער אַמבאַסאַדאָר, ד"ר העראָלד קינדערמאַן, און סײַ דער עסטרײַכישער אַמבאַסאַדאָר, מיכאל ראַנדי, האָבן אין זייערע קורצע ווערטער אויסגעדריקט די מיטלײַד און פֿאַרדאַמונג פֿון זייערע רעגירונגען פֿון די געשעענישן אין דער "קרישטאָלנאַכט" מיט 70 יאָר צוריק. דערבײַ האָבן זיי אונטערגעשטראָכן זייער שטעלונג קעגן דעם נאַצישן רעזשים און די אויסראָטונג פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום אין דער צווייטער וועלט־מלחמה.

"איך בין שטאָלץ צו רעפּרעזענטירן און אָנטייל־נעמען אין דער אָנדענק־פּראָגראַם פֿון דערמאָנען און אָפּמערקן די געשעענישן, וואָס האָבן זיך אָנגעהויבן אין דער ‘קרישטאָלנאַכט’. איך רעד אין דײַטש", האָט געזאָגט דער דײַטשישער אַמבאַסאַדאָר, "און עס איז וויכטיק, אַז די יוגנט אין מײַן לאַנד זאָל פֿאַרשטיין וואָס עס איז געשען און ווי אַזוי עס האָט זיך אָנגעהויבן די שואה מיט 70 יאָר צוריק".

אויך דער עסטרײַכישער אַמבאַסאַדאָר אין ישׂראל, מיכאל ראַנדי, האָט אונטערגעשטראָכן אַז די "קרישטאָלנאַכט"־געשעענישן זענען ניט פֿאָרגעקומען אין דער פֿינצטערניש פֿון יענער נאַכט, נאָר עס האָט זיך אָנגעהויבן אין דער ליכט פֿון טאָג און אַלע האָבן געזען און געהערט ווען 7,000 געשעפֿטן זענען צעשטערט געוואָרן.

"עס איז אונדזער אַלעמענס קאָלעקטיווע שולד און קאָלעקטיווע פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט פֿאַר דער קעגנוואַרט און צוקונפֿט, עס זאָל זיך נאָך אַ מאָל ניט איבערחזרן", האָט ער באַטאָנט. ער האָט אויך גערופֿן אָנצוגיין מיטן קאַמף קעגן דעם הײַנטיקן, וואַקסנדיקן אַנטיסעמיטיזם און קעגן די אַלע וועלכע לייקענען אָפּ, אַז דער חורבן איז בכלל פֿאָרגעקומען.

נאָך דער אײַנדרוקספֿולער דערעפֿענונג אין דרויסן, האָט דער עולם אָנגעפֿילט דעם גרויסן זאַל פֿון צענטער, וווּ עס איז פֿאָרגעקומען אַ ספּעציעלע ליטעראַריש־מוזיקאַלישע פּראָגראַם: "אותיות בוכות באש" — ווערטער וויינען אין פֿײַער — פֿאַרפֿאַסט פֿון דער זינגערין עדנה פּרוחניק. ד"ר ניצן לייבאָוויץ, פֿון דער היסטאָרישער אָפּטיילונג בײַם אוניווערסיטעט אין תּל־אָבֿיבֿ, האָט געהאַלטן די ערשטע לעקציע פֿון דער סעריע 12 לעקציעס, אָפּגעהאַלטן בשײַכות מיט דער טעמע "70 יאָר ‘קרישטאָלנאַכט’", געגעבן במשך פֿון 10 טעג אין ירושלים, פֿון די פּראָפֿעסאָרן אין די ישׂראל־אוניווערסיטעטן. אין דעם "חאַן"־טעאַטער, ירושלים, איז געשטעלט געוואָרן די פּיעסע "פּרשות־רצח" פֿון רות קענער און די פּיעסע פֿון מאַקס פֿריש "בידערמאַן און די אונטערצינדער".

אין "יד־ושם" און אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט זענען געווען בילדער־אויסשטעלונגען, וואָס שילדערן די "קרישטאָלנאַכט". אין "סינעמאַטעק" האָט מען געוויזן פּאַסיקע פֿילמען.

אַזוי איז עס געשען אין יענער בלוטיקער נאַכט

אין 1946, אַ יאָר נאָך דער וועלט־מלחמה, בין איך געווען דער רעדאַקטאָר פֿון דער וואָכנצײַטונג "אונדזער האָפֿענונג" אין דעם פּליטים־לאַגער עשוועגע, נעבן קאַסעל און פֿראַנקפֿורט בײַם מײַן, דײַטשלאַנד.

די צײַטונג איז דאַן דערשינען מיט לאַטײַנישע אותיות, ווײַל קיין ייִדישע אותיות אין דער דײַטשישער דרוקערײַ זענען ניט געווען. די דרוקערײַ "מאָסבאַך", האָט זיך געפֿונען אין שטאָט גופֿא, און די זעצער אויף דעם אַלטמאָדישן לינאָטיפּ, זענען אַלע געווען דײַטשן. צווישן זיי איז געווען אַן עלטערער דײַטש, אַן אַלטער אײַנוווינער פֿון דער שטאָט, וועלכער האָט זיך געהאַלטן שטיל און סאָליד. ער האָט זיך באַצויגן צו מיר זייער פֿרײַנדלעך, שטענדיק העפֿלעך, מיט אַ מאַנערישן שמייכל אויף זײַנע ליפּן.

דער אינהאַלט פֿון דער צײַטונג איז געווען פֿול מיט זכרונות און שילדערונגען פֿון די לעבן־געבליבענע, וועלכע האָבן באַשריבן זייערע שרעקלעכע איבערלעבונגען און ליידן אין דער צײַט פֿון די מלחמה־יאָרן.

די יונגע דײַטשישע זעצער האָבן די דאָזיקע באַשרײַבונגען אויסגעזעצט אויטאָמאַטיש, מעכאַניש, ניט אַרײַנטראַכטנדיק זיך אין דעם באַטײַט פֿון די ייִדישע אויסדרוקן, וואָס זענען זייער ענלעך אין דײַטש, ווי "דײַטשישע מערדער", "בלוטדאָרשטיקע נאַציס", "מערדער פֿון פֿרויען און קינדער" אד"גל. דער איינציקער פֿון די זעצער, וועלכער האָט יאָ פֿאַרשטאַנען דעם באַטײַט פֿון די דאָזיקע אויסדרוקן איז געווען "מײַן פֿרײַנד", דער אַלטער זעצער. כאָטש קיין ייִדיש האָט ער בכלל ניט געקענט.

אין איינעם אַ טאָג אין נאָוועמבער, האָב איך געבראַכט אין דער דרוקערײַ מײַן אַרטיקל, אין וועלכן איך האָב געשילדערט די געשעענישן פֿון דעם 9טן נאָוועמבער — די "קרישטאָלנאַכט". ווײַזט אויס, אַז דאָס וואָס ער האָט פֿאַרשטאַנען פֿון מײַן באַשרײַבונג, האָט אויפֿגערודערט זײַן געוויסן, און ער האָט מער ניט געקענט אַראָפּשלינגען מײַנע באַשולדיקונגען און אַרויסזאָגונגען קעגן די דײַטשע מערדער בפֿרט, און די פֿאַרברעכנס פֿון דײַטשישן פֿאָלק קעגן די ייִדן בכלל.

ער האָט זיך אָנגענומען מיט מוט און שטילערהייט מיר אַרײַנגערוימט אין אויער, אַז ער וויל רעדן מיט מיר, ווען קיינער פֿון זײַנע קאָלעגעס־מיטאַרבעטער וועלן עס ניט הערן. מיר זענען אַרײַן אין אַ דערבײַיִקן צימער און ער האָט האַסטיק גענומען רעדן: "ערשטנס, וויל איך, אַז דו זאָלסט וויסן, אַז איך וואַר ניכט קײַן נאַצי, נור אַן אונשולדיקער אַנשאַוער (איך בין ניט געווען קיין נאַצי, נאָר אַן אומשולדיקער צוקוקער). איך האָב געזען אַלץ, וואָס עס איז פֿאָרגעקומען, טאַקע דאָ אין עשוועגע, אין דער ‘קרישטאָלנאַכט’. אָט האָב איך עטלעכע בילדער פֿון דעם פֿײַער פֿון דער סינאַגאָגע", האָט ער געזאָגט מיט אַ ציטערדיק שטים, איבערגעבנדיק מיר די עטלעכע פֿאָטאָגראַפֿיעס.

איך בין געווען שטאַרק געפּלעפֿט פֿון זײַן מודה זײַן זיך פֿאַר מיר. ווײַזט אויס, אַז דאָס וואָס ער האָט פֿאַרשטאַנען אין מײַן אַרטיקל, האָט אָנגערירט אין אים אַ געוויסע סטרונע, און ער האָט באַשלאָסן זיך אַראָפּריידן פֿון האַרצן פֿאַר מיר. איך האָב אים אויסגעהערט מיט גרויס אינטערעס און ציטער. אָט איז אין קורצן דאָס וואָס ער האָט מיר דערציילט: די שטאָט עשוועגע בײַ דעם טײַך "וועראַ", וואָס ליגט ניט ווײַט פֿון קאַסעל, האָט געהאַט אַן אַלטע ייִדישע געמיינדע. דאָס רובֿ ייִדישע אײַנוווינער זענען געווען סוחרים, אינדוסטריעלער און פּראָפֿעסיאָנאַלן. די באַציִונגען צווישן די דײַטשישע אײַנוווינער מיט די אָרטיקע ייִדן זענען פֿון שטענדיק אָן געווען פֿרײַנדלעך און קאָרעקט.

מיטן אויפֿקום פֿון דעם נאַצישן רעזשים, זענען די מאַסן דײַטשן געוואָרן שטאַרק באַאײַנפֿלוסט פֿון דער גיפֿטיקער אַנטי־ייִדישער פּראָפּאַגאַנדע. זיי האָבן פּינקטלעך אויסגעפֿירט די באַפֿעלן און אינסטרוקציעס פֿון דער נאַצי־פּראָפּאַגאַנדע פֿון בערלין, מיט דעם פּראָפּאַגאַנדע־מיניסטער געבעלס בראָש. דעם 9טן נאָוועמבער 1938 האָבן די עשוועגער אײַנוווינער אויסגעפֿירט דעם באַפֿעל צו אַטאַקירן די אָרטיקע ייִדן, צעשטערן זייערע געשעפֿטן און סינאַגאָגעס, אַזוי ווי עס איז דאַן געשען אין אַנדערע שטעט און שטעטלעך אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך.

דער גרויסער מאַרק־פּלאַץ איז געווען פֿול מיט נײַגעריקע, צעהיצטע אײַנוווינער, וועלכע זענען געקומען אָנטייל־נעמען אין דעם פּאָגראָם. אַנדערע זענען געשטאַנען פּאַסיוו אויף די טראָטואַרן און מיט פֿרייד זיך צוגעקוקט, וואָס עס איז דאָרטן געשען. די שטימונג איז געווען אַ הײַטערע, אָנגעפֿילט מיט אויפֿברויז און ברען. דער קולמינאַציע־פּונקט פֿון דער אַקציע איז געווען, ווען דורך דעם "געסל" פֿון די דײַטשישע מאַסן זענען געטריבן געוואָרן אונטער קלעפּ און געשרייען די ייִדן פֿון עשוועגע, מיט דעם גרײַז־גרויען פּרעזעס פֿון דער ייִדישער געמיינדע, הער גאָלדבאַך בראָש.

דער צעווילדעוועטער המון האָט ניט געמאַכט קיין אויסנאַם צווישן דעם שטאָטישן באַנקיר קאַצענשטיין, דעם באַרימטן כירורג פּראָפֿ' פּײַזער און די טריקאָטאַזש־פֿאַבריקאַנטן מאָריס ווערנער און יוליוס לעווענטאַל. די חשובֿע און נוצלעכע, די רײַכע און אָרעמע, אַלע זענען זיי אַרונטערגעפֿאַלן אונטער דעם באַפֿעל פֿון פֿירער אַדאָלף היטלער. "איך וואַר ניכט קײַן נאַצי, איך וואַר נור אַן אַנשאַוער", האָט דער אַלטער דײַטשער זעצער איבערגעחזרט נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל...

* * *

פֿון פּאָגראָמען און איבערפֿאַלן אויף ייִדן, ייִדישע הײַזער און סינאַגאָגעס איז דער נאַצישער אַנטי־ייִדישער פּלאַן שנעל אַריבער דירעקט צו שחיטות, מאָרד און גאַזקאַמערן. די ייִדן פֿון עשוועגע זענען פֿאַרשיקט געוואָרן קיין דאַכאַו און אַנדערע קאָנצענטראַציע־לאַגערן.

די בלוטיקע שטיוול פֿון דער דײַטשישער אַרמיי און דער נאַצי־רעזשים האָט זיך שנעל פֿאַרשפּרייט איבער די אָקופּירטע מיזרח־אייראָפּעיִשע לענדער. זיי האָבן אומגעבראַכט און פֿאַרניכט ייִדישע קהילות, דערמאָרדעט ייִדישע מענער, פֿרויען, קינדער און אַלטע לײַט אין די גאַזקאַמערן פֿון מײַדאַנעק, טרעבלינקע, אוישוויץ און אַנדערע קאָנצענטראַציע־לאַגערן.